מיינע הארץ סטרינעס
אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
זייענדיג א בעל רגש ווערענדיג באטיטעלט אלס א פיר לויט די אניעגראם שפראך. וועל איך פון צייט צו צייט ארויס גיסן מיינע געדאנקען און געפילען. איינער וואס איז מער א רעשענאל מענטש וועט עס מעגליך באטראכטן ווי א האן אין בני אדם, אבער די אבסארקטיוו ליינער, אדער ווי געוויסע באטיטלען זיי מקבלים אדער נשמת רחל, וועלן האפאנטליך גלייכן מיינע ווערק.
Re: מיינע הארץ סטרינעס
איך בין בכלל נישט א מוירעדיגע בעל רגש אבער יעדע איד האט א הארץ, א הארץ וואס שפירט מוט מיט א צווייטע איד.
אדרבה לאמיר הערן דיינע ווערק!
אדרבה לאמיר הערן דיינע ווערק!
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
מאמע מיט איהר קינד
מיט די בעסטע אויסדריקן מיט די רייכסטע שפראך קען מען נישט אויס דריקן די באדייט פון א קשר, קאנעקשן, פון א מאמע מיט איהר קינד.
עס איז פיל טיפער ווי די מושג קשר, עס איז ליבערשט א ציזאמגיס פון נפשות, איין נפש ציטיילט אין צוויי גיפים. ווען מען זעט א בילד א מאמע מיט איהר קינד אפגעזען די יאהרגאנג, געט א קיצל אין הארץ.
אויב די מאמע איז געזינט בנפש אויב די מאמע איז אין א פרייליכע, רואיגע, געפילישע, פאזיטיווע, זיכערע מציאות, איהר גאנצע ליכטיקייט גיסט זיך אריבער צו איהר קינד, ווי איין הארץ שפירט זי מיט די ליידן אין פריידן .
דאס קינד’ס זעלישע געברויכן ווערן אנגעטרינקן, זיין דארשט געשטילט, זיסע ליבליכע געפילין שטראמן אריין אין זיין הארץ. וועלכע פארוואנדעלט זיין לעבן אין א גן עדן.
די זיכערקייט פון די מאמע גיבט איהם די רואיגע פארזיכערטקייט כגמול עלי אימו. אין דורך די קשר שווימן אריבער אלע יסודות החיים, וואס איז גיט אין וואס נישט, זי פארציילט אים אין טיילט אים מיט די עקזיסטענץ פון די באשעפער פון די וועלט וועלכע ליבט אינדז אין באשיצט אינדז.
עס איז נישט מעגליך עס צו באשרייבן, נאר דער וואס האט דאס מיטגעלעבט, ווער עס האט זוכה געווען דערצו, פארשייט דאס אין שפירט עס.

מאמע אין קינד 2
אבער אויב די מאמע לעבט אין א פינסטערע וועלט, א נעגעטיווע ציקלאפטע ווייטאגליכע וועלט, א וועלט ווי מען זעט בלויז די שלעכטס, א וועלט פון פחד אין אנגסט, א וועלט פון שנאה, דעמאלס וועט די גאנצע פינסטערניש אין יסורי הנפש אריבער גיסן צו איהר קינד, ער ווערט געהאדעוועט אין א שווארצע טינקעלע ווייטגליכע וועלט, עס איז נישט מעגליך צו באשרייבן די גיהנים אין יסורי הנפש וואס ער גייט אדורך, וואס באגלייט אים לאנגע יאהרן, נאר ווער עס האט דאס אדורך געמאכט פארשטייט דאס.
- יוחנן כהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3514
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
- לאקאציע:אויפן בימה
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
- יוחנן כהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3514
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
- לאקאציע:אויפן בימה
Re: מיינע הארץ סטרינעס
כ'ווייס אויך נישט, לאמער ריפן א (''געטרייע'') מנהל @לכאורה
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
פידל סטרינעס מיטן פעדער
ווען מען באטראכט דעם פידעלע, די גאנצע געשטעל פארציילט שוין דאס טיפע איידעלע אייגענארטיקייט פונעם פידעלע, די אויסגעצויגענע סטרינעס וועלעכע ליגן ציגעבינדן צו זיין געשטעל,געאייגענט ארויס צו ברענגען די טיפע באהאלטענע צויבער פונעם פידעלע.
ווען דער שפילער נעמט עס אין די האנט דריקט עס צו צום הארץ, נעמט דעם איידעלען שטעקעלע לייגט עס מיט ווייעכקייט ארויף אויף אים, מיט געמאסטענע תניעות צישפילט ער זיך, עס עפענען זיך אויף ווארעמע סטרינעס, וואס רירן אן אין די טיפקייטן פונעם נפש, דער שפילער ווי ציזאם געפלאכטן אין פאראייניגט מיט די מיסטישע טיפקייט פונעם פידעעלע.
די ציהערער וועלכע זענען באשאנקן מיט טיפע איידעלע געפילען, ווערן די הערצער ציעפענט אין ווערן אריין געטראגן אין אן אנדערע וועלט, עס עפענען זיך די אוצר פון געפילן, געפילן פון צער ,ליידן אין ווייטאגן,געפילן פון חיזוק אין האפענונג פאר א נייע מארגן, געפילן פון בענקשאפט אין גליסטעניש,געפילן פון פרייד אין עקסטאז,געפילן פון לויב אין געזאנג.
די זעלבע איז די פעדער ווען דער מענטש איז רואיג אין ער לייגט צו זיין אויער צו זיינע טיפע באהאלטענע געפילען ,עפענען זיך אויף א אוצר פון רעיונות אין הרגשים, דער שרייבער ווי ציגעבינדען צום פעדער גיסט ארויס זיינע געפילן אויף פאפיר, די ציהערער מיט געבענטשטע טיפע הרגשים ווערן מיט געשלעפט מיטן שרייבערס וועלט.

נפש אהן א גוף 1
ווי א נפש אליין אהן א גוף שוועבט דער פיר (4#) אויף די וועלט,ער קען זיך נישט טרעפן דאס פלאץ.
די כללים די גבילים און התחייבותן וואס די בריאה פארלאנגט דריקט אויף זיין נפש,ער קען נישט אריין פיטן דערין.
די מענטשהייט, משפחה,חברים,שכנים,זענען עפעס נישט ציגעפאסט צו זיין סענסעטיווע גייסט, לויט זיין אויפפאסינג באהאנדעלט אים די מענטשהייט קאלט אין ציפעדיג, בכלל נישט מיט די זיידענע ווארעמע הענט וואס זיין געפיל ערווארטעט.
ווער ער וואלט געקענט וואלט ער זיך געבויט א קליינעם ביידעלע אויף א בוים אינעם טיפענישן פונעם וואלד, ער וואלט געשלאפן אין פארברענגט אינטער די פרישע איינגענעמע גרינעם גראך וואס די וועלדעלע איז פארפילט דערמיט, ער וואלט זיך געטינקען אין גארטענעס פון רייצענדע בלימען, דארט וואלט זיין וועזן געטראפן זיין טיפע עונג אין מנוחה, פריי פון די וועלט’ס זארגן אין דרוק.
פארברענגט וואלט ער זיינע טעג ביי די שטירעמישע כוואליעס, ווי די אויגן קענען זיך נישט געניג אנזעטיגן פון די הערליכע פאראנאמעס, ביים ברעג ים שפירט ער ווי זיין נשמה האט זיך באפרייט פןנעם גוף, אין שוועבט אין א זיסע וועלטעלע,ער וואלט דארטן זיך ציזינגען פון די טיפסטע סטרינעס אין זיך ציעפענט זיינע טיפסטע הארץ קעמערלעך.
ער וואלט זיך באפאסט מיט די הארציגע בעלי חיים געגלעט זייער ווארעמע וואל אין באלעבט זייער הארציגע מציאות.
המשך יבוא

נפש אהן א גוף 2
ער וועקט זיך אויף צום הארטן מציאות, א וועלט מיט שועבידום, א לעבן וואס פארלאנגט זיך צו טין, פארברענגען מיט עפעס וואס איז אזוי ווייט פון זיין נאטור.
די מענטשהייט: אנשטאט אים צו אנערקענען אין באגיסן מיט געפיל, און אנערקענונג, ’’פילט’’ ער ווי מען באטראכט אים מיט זלזול, מען קוקט אים אהן מיט מאדענע בליקן.ער פרבירט זיך צו איינרעדן אז ער איז גאר העכער יעדעם, אבער עס העלפט אים גאנץ ווייניג.
נישט בלויז טרעפט ער נישט זיין פלאץ צו ערפילען זיינע נפשיתדיגע געברויכן, נישט בלויז טרעפט ער זיך נישט די פלאץ אין דעם גראדן באקסיגער מענטשהייט. נאר ער באלעבט זיך אלס א טאטאלער פעליער, א דורכפאל ,פעלערהאפטיג, אויף טריט אין שריט.
די קללה פון בזיעת אפיך פילט ער אין אלע זיינע ביינער.
המשך יבוא
די מענטשהייט: אנשטאט אים צו אנערקענען אין באגיסן מיט געפיל, און אנערקענונג, ’’פילט’’ ער ווי מען באטראכט אים מיט זלזול, מען קוקט אים אהן מיט מאדענע בליקן.ער פרבירט זיך צו איינרעדן אז ער איז גאר העכער יעדעם, אבער עס העלפט אים גאנץ ווייניג.
נישט בלויז טרעפט ער נישט זיין פלאץ צו ערפילען זיינע נפשיתדיגע געברויכן, נישט בלויז טרעפט ער זיך נישט די פלאץ אין דעם גראדן באקסיגער מענטשהייט. נאר ער באלעבט זיך אלס א טאטאלער פעליער, א דורכפאל ,פעלערהאפטיג, אויף טריט אין שריט.
די קללה פון בזיעת אפיך פילט ער אין אלע זיינע ביינער.
המשך יבוא
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
נפש אהן א גוף 3 (צייט)
די מושג פון א צייט, א זמן, איז עפעס וואס באלאנגט בכלל נישט אין זיין לעקסיגאן, זיין גאנצע הלך ילך איז למעלה למעלה מן הזמן, עס עקזיסטירט נישט קיין באשטימטע זמן, פאר לייגן , אויפשטיין, דאווענען, אהיים קומן, וויפיל פלענער ער זאל נאר מאכן זיך משעבד זיין צו א צייט, וועט א גאשמאקע שמועס, א דראמאטישע געפיל, ציבלאזן די פלענער, דערנאך פילט ער פארשעמט, גילט, ווערדלאז, ער שפירט ווי ער האט זיך נישט אין די הענט, ער ווערט געטריבן פון אינערליכע כוואליעס וואס ער קען נישט לייגן די הענט דערויף.
כאטש ער ווייסט אז ער איז באשאנקאן מיט ספעציעלע כשרונות, טרעפט ער נישט די וועג עס צו ארויס ברענגען,ער שפירט ווי איינער האט א ספעציעלע מאשין, אבער ער ווייסט עס נישט ווי אזוי צו ניצן.
כאטש ער ווייסט אז ער איז באשאנקאן מיט ספעציעלע כשרונות, טרעפט ער נישט די וועג עס צו ארויס ברענגען,ער שפירט ווי איינער האט א ספעציעלע מאשין, אבער ער ווייסט עס נישט ווי אזוי צו ניצן.
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
נפש אהן א גוף 4 (פרנסה)
ווען עס קומט צו די נושא פון פרנסה באלעבט ער זיך אלס דורכפאל און דיספאנקשענעל.
די עצם זאך פון דארפן טיען זאכן פאר א ציל, איז שוין געניג עס צו מאכן שווער און זויער.
די נושא פון זיך האלטן צו א צייט, וואס איז די ערשטע שליסעל צו הצלחה,פעלט פון זיין שליסעל האלטער.
רעדן פון א פרייז ,ווער רעד נאך פון עס בעטן און פארלאנגען, איז עפעס וואס שנייד אדורך זיינע אברים הפנימים, ווען ער האט שייכות מיט א מענטש, איז דאך די גאנצע ציל צו טרעפן די מאקסימום טיפסטע זיסע געפיל, סא ווי קען ער אריינברעגען די באגרף פון געלט, וואס קען יענעם מאכן אימבאקוועם, און צישטערן די גאנצע הארמאניע.
קוקט ער מיט קנאה אויף זיינע חברים וועלכע האלטן זיך נאטירליך צום זייגער, טיען וואס זיי דארפן, בעטן זייער געלט. דאס באשטעטיגט נאכאמאל זיין געפיל אז ער איז פשוט א דעמידזש פון א באשעפעניש.
די עצם זאך פון דארפן טיען זאכן פאר א ציל, איז שוין געניג עס צו מאכן שווער און זויער.
די נושא פון זיך האלטן צו א צייט, וואס איז די ערשטע שליסעל צו הצלחה,פעלט פון זיין שליסעל האלטער.
רעדן פון א פרייז ,ווער רעד נאך פון עס בעטן און פארלאנגען, איז עפעס וואס שנייד אדורך זיינע אברים הפנימים, ווען ער האט שייכות מיט א מענטש, איז דאך די גאנצע ציל צו טרעפן די מאקסימום טיפסטע זיסע געפיל, סא ווי קען ער אריינברעגען די באגרף פון געלט, וואס קען יענעם מאכן אימבאקוועם, און צישטערן די גאנצע הארמאניע.
קוקט ער מיט קנאה אויף זיינע חברים וועלכע האלטן זיך נאטירליך צום זייגער, טיען וואס זיי דארפן, בעטן זייער געלט. דאס באשטעטיגט נאכאמאל זיין געפיל אז ער איז פשוט א דעמידזש פון א באשעפעניש.
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
נפש אהן א גוף 5 (ערוואקסן)
די מושג פון ערוואקסן איז עפעס וואס ער באצייכענט ווי א אייזענע פרעם אויף זיין גייסט, ווי נאך א מיטל צו בארויבן זיין נפש.
ער וואל זיך געווינטשן צו בלייבן א קינד, מיט די קינדערישע בגדים, זיך קאלערן אין שניי, סווינגען און גליטשען, שפילן באהאלטן, פארן אויף א בייק, ער וואלט געוואלט קאלארן,שפילן מיט קלעי אין אפילו מיט די מצוה מענטשלעך.
ווען ער זעט די יונגע קינדערלעך לעבן זייער ספאנטנע ליסטיגע לעבן, שפירט ער קנאה און גליסט, כסדר טרעפט ער זיך קאנעקטן, פארברענגען מיט קינדער וואס ער וואלט שוין געקענט זיין זייער זיידע, עס פאסט אים נישט, אבער וואס זאל ער טיען בלויז מיט די יונגע שעפעלעך שפירט זיין נפש באפרידיקט.
די סארט געפילען, באשטעדיגען אים אויף נאך א חלק פון זיין מהות אז ער איז עפעס נישט אין ארדענונג,עס גיבט אים צו צו זיין שרעקליכע בושה אויף זיין מאדענע נאטור.
ער וואל זיך געווינטשן צו בלייבן א קינד, מיט די קינדערישע בגדים, זיך קאלערן אין שניי, סווינגען און גליטשען, שפילן באהאלטן, פארן אויף א בייק, ער וואלט געוואלט קאלארן,שפילן מיט קלעי אין אפילו מיט די מצוה מענטשלעך.
ווען ער זעט די יונגע קינדערלעך לעבן זייער ספאנטנע ליסטיגע לעבן, שפירט ער קנאה און גליסט, כסדר טרעפט ער זיך קאנעקטן, פארברענגען מיט קינדער וואס ער וואלט שוין געקענט זיין זייער זיידע, עס פאסט אים נישט, אבער וואס זאל ער טיען בלויז מיט די יונגע שעפעלעך שפירט זיין נפש באפרידיקט.
די סארט געפילען, באשטעדיגען אים אויף נאך א חלק פון זיין מהות אז ער איז עפעס נישט אין ארדענונג,עס גיבט אים צו צו זיין שרעקליכע בושה אויף זיין מאדענע נאטור.
- יוחנן כהן
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3514
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
- לאקאציע:אויפן בימה
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
נפש אהן א גוף 6 (פארטראכט)
ווען דער פיר וואלט באקומען געלט פארן חלומן ,קלאצן ,לעבן אין עולם הדמיון וואלט די גאנע געלט וואס עקזיסטירט נישט געווען געניג.
זיין קלאצן ווערט ציטיילט אויף צוויי חלקים,איינס איז בעצם גיבט ער אוועק אסאך צייט צו חלומן, צווייטענס נישט קיין חילוק וואס ער טוט בדיבור אדער במעשה, וועט ער בשעת מעשה זיין אוועק גיפלויגן אין אן אנדערע וועלט, ער זיצט ביי די שבת’דיגע סעודה, ער איז געקרוינט אלס ראש המשפחה וואס דארף לידען די סעודה, אבער מיט א בליק אויפן טאטען קען מען גלייך זעין אז הנער איננו דער בחור איז נישטא, קענסט האלטן אינמיטן א געשמאקע שמועס, ווען אינמיטן באמערקסטו אז באם ער איז אוועק געפלויגן.
ביים דאוענען, ביים לערנען, ביים גיין, ביים שטיין, איז ער אלעמאהל פארקאכט אין שטירעמישע געדאנקען, ווי כאילו ער ארבייט יעצט אויס א קצות.
זיינע קינדער ווייסן שוין אז מען דארף זאגן עטליכע מאהל טאטי, צו מצליח זיין אראפ צו ברענגען דעם טאטען צום עולם המציאות.
דאס איז נאך א באווייז פארן פיר אז ער עיז עפעס נישט געהריג ענטוויקעלט,אין גיבט צו צו זיין אימבאקוועמקייט מיט זיין מהות.

נפש אהן א גוף 7 (א מתנה פאר די מענטשהייט)
פאר מיר זענען ממשיך מיט די שווערעקייטן מיט וואס דער 4 פיר מיטשעט זיך, מיזן מיר קודם קראכן דעם פאלשען בעלאן מיט וואס דער פיר דרייט זיך ארים, אז ער איז א דורכפאל א פעיליאר.
עס טוט ווי דאס הארץ אז ער איז נישט באוויסטזיניג איבער זיין רייכע אין הערליכע נפש, וואס גיבט אזוי פיל צו פאר די וועלט.
לאמיר ’’ווי דער שטייגער פון א פיר’’ אנהייבן מיט א משל עס איז מיר אויס געקומען צו כאפן א שמועס מיט די זין, איך זע ער איז ביטער אנגעזעצט, ציקלאפט, פארשעמט, איך בין געווען זייער נייגעריג ווי קען דאס זיין אז דער מעכטיגער זין, וואס איז פון די פאדאמענטאלע חלק פון די בריאה, זאל נישט שפירן פרייליך און מוצלח, נאר ציקלאפט און אראפ געשלעפט.
האט ער מיר מיטגעטיילט זיינע געפילן אז ער שפירט אז ער טוט גארנישט , ער דרייט זיך אהער און אהין, ער זעט מיט קנאה ווי פראדאקטיוו די גאנצע בריאה איז. עס האט מיר געציפט ביים הארץ, פארווואס פארשטייט ער נישט, אז מיט זיין מציאות, מיט זיין אור, וואס קומט ארויס נאטירליך פון זיך, איז עפעס וואס באלייכט און גיבט חיות פאר די בריאה, עפעס וואס מאכט ליכטיג און היילט די גאנצע וועלט.
די זעלבע האב איך געהערט פונעם דיימנט אינעם רינגעל, ווי ער שפירט זיך א דיספאנקשענעל אייטעם, ער איז מקנא דעם וועקיום קלינער וואס איז אזוי עקטיוו און פראדאקטיוו, אין טיט אויף א געוואלד.
נעבעך שעפעלע אז דער דיימענט באגרייפט נישט וואס פארא עסיד ער איז, וואספארא טיפע עונג אין העכערע הנאה ער שטעלט צו - מיט זיין עצם מציאות- פאר די מענטשהייט.
די נמשל וועט נאכקומען

נפש אהן א גוף 8 (א מתנה פאר די מענטשהייט 2)
אין א וועלט ווי געפילען פון מענטשן ווערן אפט מאהל פארזעהן, פארווייטאגט, ציקלאפט , פארקלעמט, ציבראכן, פארשעמט, צישטאכן, צימאל ווילענדיג, רוב מאהל נישט ווילענדיג.
איז דער פיר ווי א ליכטיקייט אין א שטירמישע וואלקן, ער האט א ספעציעלע אויס געשארפטע סענסער, וואס איז בודק יעדע דיבור אדער מעשה צו עס האט א מעגליכקייט איינעם צו מאכן אימבאקוועם. ווי א שוחט וואס איז בודק פאר די קלענסטע אימזעבארע פגימות. שפירט ער אויף יעדע תניעה צו עס פארמאגט עפעס וואס קען גורם זיין ווייטאגן פאר א צווייטן.
ווען איינער גייט אדורך שווערעקייטן, זיין גייסט איז פארקלעמט, וועט בלויז דער פיר אים געבן די נויטיגע וועלידעשן. נישט בלויז פארשטייט ער יענעם, נישט בלויז שפירט ער מיט מיט יענעם, נאר יענעמס ווייטאג בארירט אים צו די עקסטרעם וואס יענער פילט. דאס טרייסט אין מאכט לייכטער די יסורים אז איינער פילט מיט אים.
ער קען צייגן פארן מענטש ווי אזוי צו באהאנדלען זיינע פראבלעמען.
די ווארעמקייט אין טיפע געפילן וואס ער גיבט ארויס ווען ער קומט אין בארירינג מיט א מענטש, איז א סארט זיסע ליכטיקייט וואס די מענטשהייט מאנגעלט דערין, און פילט אהן און ווארעמט די הערצער.
ווען ער האט קשר מיט א מענטש איז עס א טיפע סארט קשר, וואס עפענט א ליכטיקייט אינעם הארץ.
מיט זיין סאנס אף יומער, מיט זיינע כוואליעס פון עקסטאז, ברענגט ער אריין א לעבהאפט אין די מענטשהיט און דערהייבט זייערע געמיטער.
זיין שעפערישע מוח וואס בליצט מיט רעיונות, צוזאמען מיט זיין זיסן פליסיגען שפראך, באלייכט און קלארט אויס די מוחות פון די מענטשהייט.

- איוואן ראזענבערג
- שר מאה
- תגובות: 244
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm
Re: נפש אהן א גוף 7 (א מתנה פאר די מענטשהייט)
wowowoowwoww אזוי הייליג געזאגט!!! קיפ איט אפ!הארץ שפראך האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 27, 2024 11:40 amפאר מיר זענען ממשיך מיט די שווערעקייטן מיט וואס דער 4 פיר מיטשעט זיך, מיזן מיר קודם קראכן דעם פאלשען בעלאן מיט וואס דער פיר דרייט זיך ארים, אז ער איז א דורכפאל א פעיליאר.
עס טוט ווי דאס הארץ אז ער איז נישט באוויסטזיניג איבער זיין רייכע אין הערליכע נפש, וואס גיבט אזוי פיל צו פאר די וועלט.
לאמיר ’’ווי דער שטייגער פון א פיר’’ אנהייבן מיט א משל עס איז מיר אויס געקומען צו כאפן א שמועס מיט די זין, איך זע ער איז ביטער אנגעזעצט, ציקלאפט, פארשעמט, איך בין געווען זייער נייגעריג ווי קען דאס זיין אז דער מעכטיגער זין וואס איז פון די פאדאמענטאלע חלק פון די בריאה, זאל נישט שפירן פרייליך און מוצלח נאר ציקלאפט און אראפ דעשלעפט.
האט ער מיר מיטגעטיילט זיינע געפילן אז ער שפירט אז ער טוט גארנישט , ער דרייט זיך אהער און אהין, ער זעט מיט קנאה ווי פראדאקטיוו די גאנצע בריאה איז. עס האט מיר געציפט ביים הארץ פארווואס פארשטייט ער נישט אז מיט זיין מציאות, מיט זיין אור וואס קומט ארויס נאטירליך פון זיך, איז עפעס וואס באלייכט און גיבט חיות פאר די בריאה, עפעס וואס מאכט ליכטיג און היילט די די גאנצע וועלט.
די זעלבע האב איך געהערט פונעם דיימנט אינעם רינגעל, ווי ער שפירט זיך א דיספאנקשענעל אייטעם, ער איז מקנא דעם וועקיום קלינער וואס איז אזוי עקטיוו און פראדאקטיוו, אין טיט אויף א געוואלד.
נעבעך שעפעלע אז דער דיימענט באגרייפט נישט וואס פארא עסיד ער איז, וואספארא טיפע עונג אין העכערע הנאה ער שטעלט צו - מיט זיין עצם מציאות- פאר די מענטשהייט.
די נמשל וועט נאכקומען
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
Re: נפש אהן א גוף 7 (א מתנה פאר די מענטשהייט)
א גרויסן יישר כוח פאר די חשובע חברים וואס האבן זיך באדאנקט, דאס גיבט געז צו קענען ממשיך זיין.איוואן ראזענבערג האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 3:18 pmwowowoowwoww אזוי הייליג געזאגט!!! קיפ איט אפ!הארץ שפראך האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 27, 2024 11:40 amפאר מיר זענען ממשיך מיט די שווערעקייטן מיט וואס דער 4 פיר מיטשעט זיך, מיזן מיר קודם קראכן דעם פאלשען בעלאן מיט וואס דער פיר דרייט זיך ארים, אז ער איז א דורכפאל א פעיליאר.
עס טוט ווי דאס הארץ אז ער איז נישט באוויסטזיניג איבער זיין רייכע אין הערליכע נפש, וואס גיבט אזוי פיל צו פאר די וועלט.
לאמיר ’’ווי דער שטייגער פון א פיר’’ אנהייבן מיט א משל עס איז מיר אויס געקומען צו כאפן א שמועס מיט די זין, איך זע ער איז ביטער אנגעזעצט, ציקלאפט, פארשעמט, איך בין געווען זייער נייגעריג ווי קען דאס זיין אז דער מעכטיגער זין וואס איז פון די פאדאמענטאלע חלק פון די בריאה, זאל נישט שפירן פרייליך און מוצלח נאר ציקלאפט און אראפ דעשלעפט.
האט ער מיר מיטגעטיילט זיינע געפילן אז ער שפירט אז ער טוט גארנישט , ער דרייט זיך אהער און אהין, ער זעט מיט קנאה ווי פראדאקטיוו די גאנצע בריאה איז. עס האט מיר געציפט ביים הארץ פארווואס פארשטייט ער נישט אז מיט זיין מציאות, מיט זיין אור וואס קומט ארויס נאטירליך פון זיך, איז עפעס וואס באלייכט און גיבט חיות פאר די בריאה, עפעס וואס מאכט ליכטיג און היילט די די גאנצע וועלט.
די זעלבע האב איך געהערט פונעם דיימנט אינעם רינגעל, ווי ער שפירט זיך א דיספאנקשענעל אייטעם, ער איז מקנא דעם וועקיום קלינער וואס איז אזוי עקטיוו און פראדאקטיוו, אין טיט אויף א געוואלד.
נעבעך שעפעלע אז דער דיימענט באגרייפט נישט וואס פארא עסיד ער איז, וואספארא טיפע עונג אין העכערע הנאה ער שטעלט צו - מיט זיין עצם מציאות- פאר די מענטשהייט.
די נמשל וועט נאכקומען
אויב טרעפסטי דיר דארט, וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן אז איך בין נישט דער איינציגסטער.
- איוואן ראזענבערג
- שר מאה
- תגובות: 244
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 30, 2024 12:26 pm
Re: נפש אהן א גוף 7 (א מתנה פאר די מענטשהייט)
די ספעציפישע תגובה וואס איך האב ציטירט, איז לאו דוקא פאר א פירער, דאס איז פאר יעדן! אבער דו ביסט נישט דער איינציגסטער!הארץ שפראך האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 3:58 pmא גרויסן יישר כוח פאר די חשובע חברים וואס האבן זיך באדאנקט, דאס גיבט געז צו קענען ממשיך זיין.איוואן ראזענבערג האט געשריבן: ↑ מיטוואך אוגוסט 28, 2024 3:18 pmwowowoowwoww אזוי הייליג געזאגט!!! קיפ איט אפ!הארץ שפראך האט געשריבן: ↑ דינסטאג אוגוסט 27, 2024 11:40 amפאר מיר זענען ממשיך מיט די שווערעקייטן מיט וואס דער 4 פיר מיטשעט זיך, מיזן מיר קודם קראכן דעם פאלשען בעלאן מיט וואס דער פיר דרייט זיך ארים, אז ער איז א דורכפאל א פעיליאר.
עס טוט ווי דאס הארץ אז ער איז נישט באוויסטזיניג איבער זיין רייכע אין הערליכע נפש, וואס גיבט אזוי פיל צו פאר די וועלט.
לאמיר ’’ווי דער שטייגער פון א פיר’’ אנהייבן מיט א משל עס איז מיר אויס געקומען צו כאפן א שמועס מיט די זין, איך זע ער איז ביטער אנגעזעצט, ציקלאפט, פארשעמט, איך בין געווען זייער נייגעריג ווי קען דאס זיין אז דער מעכטיגער זין וואס איז פון די פאדאמענטאלע חלק פון די בריאה, זאל נישט שפירן פרייליך און מוצלח נאר ציקלאפט און אראפ דעשלעפט.
האט ער מיר מיטגעטיילט זיינע געפילן אז ער שפירט אז ער טוט גארנישט , ער דרייט זיך אהער און אהין, ער זעט מיט קנאה ווי פראדאקטיוו די גאנצע בריאה איז. עס האט מיר געציפט ביים הארץ פארווואס פארשטייט ער נישט אז מיט זיין מציאות, מיט זיין אור וואס קומט ארויס נאטירליך פון זיך, איז עפעס וואס באלייכט און גיבט חיות פאר די בריאה, עפעס וואס מאכט ליכטיג און היילט די די גאנצע וועלט.
די זעלבע האב איך געהערט פונעם דיימנט אינעם רינגעל, ווי ער שפירט זיך א דיספאנקשענעל אייטעם, ער איז מקנא דעם וועקיום קלינער וואס איז אזוי עקטיוו און פראדאקטיוו, אין טיט אויף א געוואלד.
נעבעך שעפעלע אז דער דיימענט באגרייפט נישט וואס פארא עסיד ער איז, וואספארא טיפע עונג אין העכערע הנאה ער שטעלט צו - מיט זיין עצם מציאות- פאר די מענטשהייט.
די נמשל וועט נאכקומען
אויב טרעפסטי דיר דארט, וואלט מיר געווען אינטערסאנט צו הערן אז איך בין נישט דער איינציגסטער.
זיך היילן איז גרינג, דו דארפסט נאר א רצון און אן אפענע דעת! (אויב האלטסטו אנדערש ביסטו נאכנישט אנגעקומען...)
- הארץ שפראך
- שר העשר
- תגובות: 30
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:02 pm
נפש אהן א גוף (מיטן תהלימ’ל)
אין א וועלט פון טינקעלקייט, יסורי הנפש, איינזאמקייט, פארשעמטקייט, בענקשאפט, לעכצענישע געפילען, עקסטאז, פרייד,לויב.
געפינט ער זיין היים אינעם ווארעמען תהילמ’ל, אין די טיפע פאעטישע, דיכטירישע ווערק פונעם פאסטיך דוד, געפינט זיין נפש א פלאץ ווי ער ווערט פארשטאנען, מיטגיפילט, א פלאץ ווי אנציפילן זיינע טיפסטע געפילען, א זעטיקייט פאר זיין דארשטעריגע נפש.
ווי נאר ער עפענט דעם זיסן תהלים, שפירט ער ווי ארים גענומען מיט ווארעמע פליגלען.
אינדזער פאסטיך און קעניג דוד, וועלעכע איז אדורך גאר א שטירעמישע געפילישע לעבן, האט מיט זיינע געטליכע שריפטן, ציגעשטעלט אקסיזשען פאר זיין גייסט.
ער שפירט ווי דוד המלך כאפט אים אהן זיין האנט, אין שפאצירט מיט איהם אין א וועלט פון הרגשים.
צום ערשט שפירט ער א פלאץ זיך ארויס ברענגען זיינע שווערע ווייטאגליכע פיין, אין מיט א מיש אדורך א בלעטעל, פירט ער אים אריין אין א וועלט פון חיזוק, האפענונג, בטחון מנוחה, א וועלט ווי מען באלעבט די געטלכע לעכטיקייט וואס די וועלט איז פארפילט.
מישענדיג נאך א בלאט טרעפט ער זיך מיט די טיפסטע צמאון און בענשאפט.
ער באגעגנט זיך מיט א וועלט פון לויב אין געזאנג.

Re: נפש אהן א גוף 8 (מיטן תהלימ’ל)
הארץ שפראך האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 12:52 pmאין א וועלט פון טינקעלקייט, יסורי הנפש, איינזאמקייט, פארשעמטקייט, בענקשאפט, לעכצענישע געפילען, עקסטאז, פרייד,לויב.