ניחום אבלים ריכטיג

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

higher
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2022 12:33 pm

ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך higher »

ליידער נאך די טראגדיע ווי מהאט ליידער פארלוירן 2 יונגעלייט אויף א טראגישע וועג
און עס זיצען שבעה לבלחט"א עלטרען אלמנות יתומים געשוויסטער
און מדארף גייען מנחם אבל זיין מהאט נישט די ריכטיגער ווערטער
וואס יא ?
וואס נישט?
חיזוק ?
מיטלייד?
רעדן וועגן אפעס אנדרש ?
זאל קיינער מער נישט וויסען וואס מיינט און מזאל מער נישט דארפען גיין אויף אזעלכע אופנים
אפשר איז דא חברים וואס קענען ארויס העלפן וואס איז די ריכטיגע וועג?
אוועטאר
Pinchus
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 4:46 pm
לאקאציע:אין מיין שיך

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Pinchus »

קום, הער אויס. פרעיג נישט קיין קשיות. און גיי ארויס
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

די הלכה איז אז דער אבל מוז אנהייבן רעדן קודם.

סא לאז אים אנהייבן, פון דארט וועט שוין דער באן פארן.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 26519
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע:דא אינעווייניג

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

מען זאל נישט וויסן פין דעם...

מען דארף האבן אסאך שכל...
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קוגל מאכער
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 02, 2015 11:49 am

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוגל מאכער »

שווער צו זאגן פונקטלעכע הוראות, ווענט זיך אייביג אין מצב.
דער עיקר איז צו פראבירן אריינטראכטן (אפילו אנפאנגען נאך פארן אריינקומען צום אבל),
און פראבירן אביסל צו פילן וואס יענער פילט, פארלוירנקייט, איינזאמקייט, פארלוסט, שולדיגקייט, תלוי אין די סיטואציע, און בשעתן זיצן ביים אבל, עס פראבירן מיטפילן.
נישט פראבירן יענעם קלענער מאכן אדער גרינגער מאכן די ווייטאג.
אויב ביסט נאנט מיט יענעם, וועט שוין מעגליך פון צד האבל ווערן א פאברענג אדער א שמועס.

געשריבן פון עקספיריענס, נאכן זיצן ליידער עטליכע מאל שבעה.
טייערער קאסטומער'ס, אויב די קוגל איז נישט ארויס גוט, לאזט "מיר"וויסן. אויב יא לאזט "יעדן"וויסן. ביטע נישט פארקערט. א דאנק.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36515
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

וואס ווייס איך?

ערשט דארף דאך דער אבל אנהויבן.

אויב איז פארהאן עלטער און גרעסערע וואס רעדן אז דאך א שאד צו איבערהאקן, לייגט מען צו אן אויער און די הארץ און מ'האלט מיט.

אין פאל ס'איז טאקע שטיל ארום, דאן ווענדט זיך זייער שטארק אינעם מתנחם, מ'דארף קענען די סיטואציע און דעם פערזאן, מתפלל זיין ה' שפתי תפתח און נוצן אסאך שכל.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2032
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

געהערט אז דער אבל מוז נישט אנהייבן ביי יעדן.
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע:וואו סידא צועסן

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט אריינקומען אין א בית האבל, און זיצן שטיל.
ער האט געזאגט אז מ'זעט נישט אין די פוסקים קיין שום דיבור וואס מען זאל דארפן זאגן פאר אן אבל, ווייל עס איז פשוט נישט פארהאן די ריכטיגע דיבורים, דעריבער איז מיין מנחם זיין בלויז דאס אז איך קום און איך ווייז פאר'ן אבל אז איך בין זיך משתתף מיט זיין צער.

איך האב אויך געהערט פון א איד וואס איז ל"ע פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאט'ן אלץ בחור, און דער צעהלימ'ער רב זצ"ל איז געקומען מנחם זיין, אז דער צעהלימ'ער רב האט ממש נישט ארויסגערעדט קיין ווארט, נאר געזיצן שטיל.

איך בין שוין ליידער אויך געזיצן שבעה נאך א קרוב וואס איז אוועק אינגערהייט ר"ל. דער אבל ערווארט נישט אז קיינער זאל אים אנקוקן ווי אן אומבאהאלפענער וועמען מען דארף מחזק זיין. פונקט ווי א מחותן ביי א חתונה ערווארט נישט פון קיינעם קיין ספעציעלע ווערטער, נאר ער וויל מען זאל קומען מיט א שמייכל זיך מיטפרייען, און וואונטשן. דאס זעלבע איז פארקערט.דער אבל איז נישט נייגעריג אין די דברי חיזוק וואס א פרעמדער האט אים צו זאגן. בסך הכל וויל ער אז מען זאל קומען זיך משתתף זיין מיט זיין צער, און ארויסווייזן מיטגעפיל. און אויף דעם דארף מען נישט קיין דיבורים חוץ דאס וואונטשן ביים ארויסגיין אז מען זאל מער נישט וויסן פון קיין צער.

עס איז יא דא ווען עס קומט אריין איינער וואס איז אן אח לצרה און ער שמועסט זיך צוזאם מיט'ן אבל און דער אבל שעפט חיזוק דערפון, אבער דאס קען אויך נאר אויפטון ווען עס קומט נאטורליך אין א שמועס. אויב וועט יענער קומען ווי אן אלץ ווייסער וואס קען שוין דעם זייט מטבע, און ער גייט יעצט ארויסנעמען פון זיין בייטל א הויפן חיזוק און שענקען דעם צובראכענעם אבל, טוט ער מער אויף ווען ער קומט נישט אריין.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ובא לציון גואל במהרה.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4477
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

פארפרוירן האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 10:11 am
ר' אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט אריינקומען אין א בית האבל, און זיצן שטיל.
ער האט געזאגט אז מ'זעט נישט אין די פוסקים קיין שום דיבור וואס מען זאל דארפן זאגן פאר אן אבל, ווייל עס איז פשוט נישט פארהאן די ריכטיגע דיבורים, דעריבער איז מיין מנחם זיין בלויז דאס אז איך קום און איך ווייז פאר'ן אבל אז איך בין זיך משתתף מיט זיין צער.

איך האב אויך געהערט פון א איד וואס איז ל"ע פאר'יתומ'ט געווארן פון זיין טאט'ן אלץ בחור, און דער צעהלימ'ער רב זצ"ל איז געקומען מנחם זיין, אז דער צעהלימ'ער רב האט ממש נישט ארויסגערעדט קיין ווארט, נאר געזיצן שטיל.

איך בין שוין ליידער אויך געזיצן שבעה נאך א קרוב וואס איז אוועק אינגערהייט ר"ל. דער אבל ערווארט נישט אז קיינער זאל אים אנקוקן ווי אן אומבאהאלפענער וועמען מען דארף מחזק זיין. פונקט ווי א מחותן ביי א חתונה ערווארט נישט פון קיינעם קיין ספעציעלע ווערטער, נאר ער וויל מען זאל קומען מיט א שמייכל זיך מיטפרייען, און וואונטשן. דאס זעלבע איז פארקערט.דער אבל איז נישט נייגעריג אין די דברי חיזוק וואס א פרעמדער האט אים צו זאגן. בסך הכל וויל ער אז מען זאל קומען זיך משתתף זיין מיט זיין צער, און ארויסווייזן מיטגעפיל. און אויף דעם דארף מען נישט קיין דיבורים חוץ דאס וואונטשן ביים ארויסגיין אז מען זאל מער נישט וויסן פון קיין צער.

עס איז יא דא ווען עס קומט אריין איינער וואס איז אן אח לצרה און ער שמועסט זיך צוזאם מיט'ן אבל און דער אבל שעפט חיזוק דערפון, אבער דאס קען אויך נאר אויפטון ווען עס קומט נאטורליך אין א שמועס. אויב וועט יענער קומען ווי אן אלץ ווייסער וואס קען שוין דעם זייט מטבע, און ער גייט יעצט ארויסנעמען פון זיין בייטל א הויפן חיזוק און שענקען דעם צובראכענעם אבל, טוט ער מער אויף ווען ער קומט נישט אריין.

ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו ובא לציון גואל במהרה.
פיין געזאגט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 36515
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ניחום אבלים ריכטיג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נטעי גבריאל עיי"ש כל הפרק
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”