זה התרנגול ילך למיתה
א בריוו מאך איך גרייט
צו דיר מיין 'סטעידש פרייט',
טוה מיך גוט צוהערן
דו טוסט מיין לעבן שטערן,
איך האב אויף דיר שווערע געפילן
ס'איז בכלל נישט גרינג מיט דיר צו דילן,
דו מאכסט מיך שוין שמערצן
זייט איך בין א בחור פון פערצן.
געווען בין איך דאן אין כתה ט'
ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מעס,
א בחור א קליינע
מיט א שטימע א שיינע,
ס'איז אין די צייט אין יאר
מ'איז אין קעמפ אויף קור,
און די גבאי טוט מיר פיקן
שבת צו שחרית צושיקן,
האסט דאך א שטימע א זיסן
דער עולם וועט זיכער געניסן.
ס'טוט מיך גאנץ פיין אנשמעקן
מ'וועט קוקן פון אלע עקן,
עפעס א קליינע גדולה
דאס הייסט א בעל תפילה.
זיך געגרייט לאנגע שעות
ממש גוזמאות,
יעדע איינציגסטע קנייטש יעדע איינציגסטע פרט
ווי מ'זאל רעדן פון חזן רויזנבלאט,
די ניגונים וואס איך וועל זינגען
וועט דאך אוודאי אפקלינגען,
ס'וועט ליגן אין זכרון,
ביי יעדעם פאר יארן.
ענדליך אנגעקומען די טאג
ס'גייט זיך אויסצאלן מיין פלאג,
אויפגעשטאנען בין איך גאר פרי
נאכאיינמאל איבערגיין נעמען די מיה,
עס דענענטערט זיך די שעה
מ'האלט שוין כמעט דא,
מ'זאגט שוין נשמת
הנני העני ממעש.
ס'קומט שוין ענדליך אן די מינוט
צום עמוד איך ווענד מיינע טריט,
איך רוף אויס הויעך אזוי
שוכן עד מרום וקדוש שמו,
איך שטיי דארט אינגאנצן פּעיל
כ'האב אנגעהויבן אויף צו א הויכע סקעיל,
וויפיל איך טוה מיך באמיען
קען איך נישט אזוי הויעך ציען,
יעדער האט געלאכט
אינמיטן ישתבח געקראכט,
א טאון געמוזט אראפגיין
די בושות איז געווען פיין,
ווי קען איך א לאָך האבן
איך וויל מיך שוין באגראבן.
***
יענע זומער איך געדענק נאך ווי היינט,
די מזל נישט אזוי ווייט געשיינט,
הערט א מעשה נורא
וועגן האמפטי די בעל קורא,
איך האב אויף מיך גענומען די עול
איין וואך פאר'ן ציבור צו ליינען בקול,
ארויסצוברענגן
אין א תגובה א ענגן,
איז די שפראך איז צו ארעם
וואס איז געווען יענע פרשת דברים.
ביז שני האב איך געקענט ווי א לידל
מאנטאג און דאנערשטאג געליינט ווי א פילד,
עד כדי כך
די מנהל אנערקענט מיין פאך,
ער זאגט מיר אז אפילו דאך
די בעל קורא איך פארהער יעדע וואך,
איך זעה ביסט א בר הכא
דו קענסט די מלאכה,
דעריבער טוה איך מיך איבערקלערן
אז איך דארף דיך נישט פארהערן.
פאר העווענס סעיק
פארוואס האט ער געמאכט דער מיסטעיק,
איך האב מיך געטוען פאפן
נישט געקענט די עברי און נישט די טראפן,
די בזיונות איז אין לשער
איך בין געווארן צו נאר.
***
זייט יענע זומער
ווען נאר אומער,
מיט מיר ער שטייט
מיין סטעידש פרייט,
ווען איך טוה צום עמוד צו גיין
ציטערן פלייש און ביין,
איך האב מיך טאקע געווען מונע
פון צוגיין למפרע.
ביי שמחות אין די משפחה
פירסטו א מערכה,
ווען איך זאג א דרשה
קומסטו ווי א רשע,
איך וויל נאר אפאר ווערטער זאגן
אבער דו טאנצט אין מיין מאגן,
איך האב א שפראך גאנץ א גוטע
אבער נאכאלס איך ציטער,
אויך ווען איך זאג גראמען
ביסטו מיט מיר צוזאמען.
סטעידש פרייט הער זיך איין
איך האב א נייע פלאן,
די אמת איך טוה שרייבן
אז מ'קען דיך נישט פארטרייבן,
דו גייסט סייווי נישט פון דא ארויס פיצן
סאו דו קענסט בלייבן זיצן,
אבער ווילאנג איר באצאלט נישט קיין רענט
גיין פייפן איר קענט,
מאכט או אודיענס מיט'ן וואנט
וועט איר אויפטוען מער ווי מיט מיר היינט,
אפילו די פחד און שרעק
נעמט נישט קיין עק,
וועל איך שטענדיג תמיד
צוגיין צום עמוד,
רעדן אפאר ווערטער
אין פאבליק ערטער,
וועסט דיך בעטן ווי די כפרה טשיקן
איך זאל שוין אויף דיר קוקן,
פונקט ווי עס העלפט נישט די געשרייען פון פיטע
וועסטו ווי די טשיקן גיין צו די שחיטה.
צו דיר מיין 'סטעידש פרייט',
טוה מיך גוט צוהערן
דו טוסט מיין לעבן שטערן,
איך האב אויף דיר שווערע געפילן
ס'איז בכלל נישט גרינג מיט דיר צו דילן,
דו מאכסט מיך שוין שמערצן
זייט איך בין א בחור פון פערצן.
געווען בין איך דאן אין כתה ט'
ווען ס'האט זיך אנגעהויבן די מעס,
א בחור א קליינע
מיט א שטימע א שיינע,
ס'איז אין די צייט אין יאר
מ'איז אין קעמפ אויף קור,
און די גבאי טוט מיר פיקן
שבת צו שחרית צושיקן,
האסט דאך א שטימע א זיסן
דער עולם וועט זיכער געניסן.
ס'טוט מיך גאנץ פיין אנשמעקן
מ'וועט קוקן פון אלע עקן,
עפעס א קליינע גדולה
דאס הייסט א בעל תפילה.
זיך געגרייט לאנגע שעות
ממש גוזמאות,
יעדע איינציגסטע קנייטש יעדע איינציגסטע פרט
ווי מ'זאל רעדן פון חזן רויזנבלאט,
די ניגונים וואס איך וועל זינגען
וועט דאך אוודאי אפקלינגען,
ס'וועט ליגן אין זכרון,
ביי יעדעם פאר יארן.
ענדליך אנגעקומען די טאג
ס'גייט זיך אויסצאלן מיין פלאג,
אויפגעשטאנען בין איך גאר פרי
נאכאיינמאל איבערגיין נעמען די מיה,
עס דענענטערט זיך די שעה
מ'האלט שוין כמעט דא,
מ'זאגט שוין נשמת
הנני העני ממעש.
ס'קומט שוין ענדליך אן די מינוט
צום עמוד איך ווענד מיינע טריט,
איך רוף אויס הויעך אזוי
שוכן עד מרום וקדוש שמו,
איך שטיי דארט אינגאנצן פּעיל
כ'האב אנגעהויבן אויף צו א הויכע סקעיל,
וויפיל איך טוה מיך באמיען
קען איך נישט אזוי הויעך ציען,
יעדער האט געלאכט
אינמיטן ישתבח געקראכט,
א טאון געמוזט אראפגיין
די בושות איז געווען פיין,
ווי קען איך א לאָך האבן
איך וויל מיך שוין באגראבן.
***
יענע זומער איך געדענק נאך ווי היינט,
די מזל נישט אזוי ווייט געשיינט,
הערט א מעשה נורא
וועגן האמפטי די בעל קורא,
איך האב אויף מיך גענומען די עול
איין וואך פאר'ן ציבור צו ליינען בקול,
ארויסצוברענגן
אין א תגובה א ענגן,
איז די שפראך איז צו ארעם
וואס איז געווען יענע פרשת דברים.
ביז שני האב איך געקענט ווי א לידל
מאנטאג און דאנערשטאג געליינט ווי א פילד,
עד כדי כך
די מנהל אנערקענט מיין פאך,
ער זאגט מיר אז אפילו דאך
די בעל קורא איך פארהער יעדע וואך,
איך זעה ביסט א בר הכא
דו קענסט די מלאכה,
דעריבער טוה איך מיך איבערקלערן
אז איך דארף דיך נישט פארהערן.
פאר העווענס סעיק
פארוואס האט ער געמאכט דער מיסטעיק,
איך האב מיך געטוען פאפן
נישט געקענט די עברי און נישט די טראפן,
די בזיונות איז אין לשער
איך בין געווארן צו נאר.
***
זייט יענע זומער
ווען נאר אומער,
מיט מיר ער שטייט
מיין סטעידש פרייט,
ווען איך טוה צום עמוד צו גיין
ציטערן פלייש און ביין,
איך האב מיך טאקע געווען מונע
פון צוגיין למפרע.
ביי שמחות אין די משפחה
פירסטו א מערכה,
ווען איך זאג א דרשה
קומסטו ווי א רשע,
איך וויל נאר אפאר ווערטער זאגן
אבער דו טאנצט אין מיין מאגן,
איך האב א שפראך גאנץ א גוטע
אבער נאכאלס איך ציטער,
אויך ווען איך זאג גראמען
ביסטו מיט מיר צוזאמען.
סטעידש פרייט הער זיך איין
איך האב א נייע פלאן,
די אמת איך טוה שרייבן
אז מ'קען דיך נישט פארטרייבן,
דו גייסט סייווי נישט פון דא ארויס פיצן
סאו דו קענסט בלייבן זיצן,
אבער ווילאנג איר באצאלט נישט קיין רענט
גיין פייפן איר קענט,
מאכט או אודיענס מיט'ן וואנט
וועט איר אויפטוען מער ווי מיט מיר היינט,
אפילו די פחד און שרעק
נעמט נישט קיין עק,
וועל איך שטענדיג תמיד
צוגיין צום עמוד,
רעדן אפאר ווערטער
אין פאבליק ערטער,
וועסט דיך בעטן ווי די כפרה טשיקן
איך זאל שוין אויף דיר קוקן,
פונקט ווי עס העלפט נישט די געשרייען פון פיטע
וועסטו ווי די טשיקן גיין צו די שחיטה.