"קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

"קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שלום וברכה אחי ורעי!

ברשות מרנן ורבנן -

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אן די גאנצע ענין פון זאגן קרבנות פארן דאווענען, איז ליידער גאר שטארק אפגעשוואכט, צו פון יאגעניש צו פון שלעפעניש...

מען קומט אריין צו מנחה, ווען איינער איז זיך מרחם צוצוגיין - הייבט ער אן תהילת... אין בעסטן פאל - ביי אשרי...

ווער רעדט נאך ביי שחרית, דער בעל תפילה דארף קראצן מנין אויף קדיש דרבנן...

(והראיה -מען רופט די מנינים לויט די צייט פון הודו, נישט פון ברכות: די אכט דרייסיג מנין - שטעלט זיך 'הודו' אכט דרייסיג... ווען איז ברכות?! קיינער ווייסט...)

אמאליגע צייטן - פלעגט מען חוזק מאכן פון איינער וואס האט געזאגט קרבנות אן טו"ת - אז ער איז א סקווערער... היינט קוים וואס מען זאגט קרבנות...

איך טראכט אז א חלק פון די פראבלעם נעמט זיך פון דעם אז (דאס וואס אונז רופן) קרבנות, איז אזוי לאנג - פון די עקידה ביז רבי ישמעאל אומר - טראכטן מענטשן צו זיך, אז כסקען נישט זאגן די גאנצע - הייב איך נישט אן בכלל...

אבער למעשה: דער עיקר 'קרבנות' איז די פרשיות הכיור/העולה/קטורת (וידבר/וידבר/וידבר/ויאמר), וואס צו זאגן נעמט דריי מינוט אויפן זייגער, אדער ווייניגער...

וויל איך מציע זיין, עהעם... עהעם... אז אפילו איינער וואס איז (נאכ)נישט מקפיד אויף זאגן דעם גאנצן קרבנות - כאטשיג די 4 פרשיות זאל מען זאגן, עס נעמט איינציגע מינוט... און מעלין בקודש...

* * * * *

בזמן שאין בית המקדש קיים ואין יכולים להקריב קרבנות, מי שעוסק בהן ובפרשיותיהן - מעלה עליו הכתוב "כאילו הקריבם" (גמרא מנחות קי.).

ויהי רצון... שיהא שיח שפתותינו חשוב ומקובל ומרוצה לפניך - כאילו הקרבנו קרבן התמיד במועדו...

זאלן מיר שוין זוכה זיין בקרוב...
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
געדענקסט נאך
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדענקסט נאך »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:43 pm

שפירסט אז עס קען ארבעטן פאר דיר טו וואס די ווילסט, אבער איך מיין אז צו פארשלאגן אזא געדאנק פארן רבים דארף א דעת תורה נישט קיין אייווועלט בריוו.
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

לייק פארן קעפל

די עצה?

נו שוין
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

#אפענעם בריוו(?)
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 19068
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

אן אמת'ער פראבלעם אבער א רעפארמיסטישע לעזונג.
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4581
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

געדענקסט נאך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 8:21 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:43 pm
שלום וברכה אחי ורעי!

ברשות מרנן ורבנן -

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אן די גאנצע ענין פון זאגן קרבנות פארן דאווענען, איז ליידער גאר שטארק אפגעשוואכט, צו פון יאגעניש צו פון שלעפעניש...

מען קומט אריין צו מנחה, ווען איינער איז זיך מרחם צוצוגיין - הייבט ער אן תהילת... אין בעסטן פאל - ביי אשרי...

ווער רעדט נאך ביי שחרית, דער בעל תפילה דארף קראצן מנין אויף קדיש דרבנן...

(והראיה -מען רופט די מנינים לויט די צייט פון הודו, נישט פון ברכות: די אכט דרייסיג מנין - שטעלט זיך 'הודו' אכט דרייסיג... ווען איז ברכות?! קיינער ווייסט...)

אמאליגע צייטן - פלעגט מען חוזק מאכן פון איינער וואס האט געזאגט קרבנות אן טו"ת - אז ער איז א סקווערער... היינט קוים וואס מען זאגט קרבנות...

איך טראכט אז א חלק פון די פראבלעם נעמט זיך פון דעם אז (דאס וואס אונז רופן) קרבנות, איז אזוי לאנג - פון די עקידה ביז רבי ישמעאל אומר - טראכטן מענטשן צו זיך, אז כסקען נישט זאגן די גאנצע - הייב איך נישט אן בכלל...

אבער למעשה: דער עיקר 'קרבנות' איז די פרשיות הכיור/העולה/קטורת (וידבר/וידבר/וידבר/ויאמר), וואס צו זאגן נעמט דריי מינוט אויפן זייגער, אדער ווייניגער...

וויל איך מציע זיין, עהעם... עהעם... אז אפילו איינער וואס איז (נאכ)נישט מקפיד אויף זאגן דעם גאנצן קרבנות - כאטשיג די 4 פרשיות זאל מען זאגן, עס נעמט איינציגע מינוט... און מעלין בקודש...

* * * * *

בזמן שאין בית המקדש קיים ואין יכולים להקריב קרבנות, מי שעוסק בהן ובפרשיותיהן - מעלה עליו הכתוב "כאילו הקריבם" (גמרא מנחות קי.).

ויהי רצון... שיהא שיח שפתותינו חשוב ומקובל ומרוצה לפניך - כאילו הקרבנו קרבן התמיד במועדו...

זאלן מיר שוין זוכה זיין בקרוב...
שפירסט אז עס קען ארבעטן פאר דיר טו וואס די ווילסט, אבער איך מיין אז צו פארשלאגן אזא געדאנק פארן רבים דארף א דעת תורה נישט קיין אייווועלט בריוו.
וועלכע חלק דארף דעת תורה?

די נישט זאגן קרבנות בכלל?

דער וואס זאגט די גאנצע?

דאס אז איינער זאגט נישט בכלל און יעצט זאגט ער כאטש אפאר שטיקלעך?

איך טריי צו פארשטיין.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
ירא השם
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

הוצאות לעז אויף כלל ישראל

אין אלע בתי מדרשים ווי איך דאווען שטייען די זמנים פון ברכות און אינטער דעים שטייט "כל הזמנים לברכות, הודו 10 מינוט אח"ז (אדער פארקערט)

אויך איז רוב ציבור שוין מלובש בטו"ת ביי קדיש און א חלק ניכר האלט מיט ווי דער בעל תפלה

וועגין די עצה האט מען שוין געזאגט אז דאס קען מיר נישט אליין באשליסן, אבער לגבי זאגן בעיקר די פרשיות, קען איך זאגן אז עיני ראו ולא זר ביי רביה"ק (מסאטמאר) זי"ע ווי ער האט זיך אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו ביים זאגן איזהו מקומן ביז ר' ישמעאל אומר און נישט ביי קרבן תמיד

האב איך געהערט א הסבר אז קרבן תמיד איז א קרבן ציבור, קיינער חוץ די כהנים האט נישט געדארפט דארט זיין
משא"כ די קרבנות יחיד וואס מ' האט געדארפט זיין עומד על הקרבן, ווען מ' זאגטס עס דארף מען שטיין

לכאורה משמע אז איזהו מקומן איז וויכטיגער
את האלקים אני ירא
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

די 'דעת תורה' אויף דעם איז שוין מפורש אין שולחן ערוך...

דוכט זיך די וויכטיגסטע איז פרשת התמיד און קטורת, לעולם יהא אדם איז אויך א שטארקע דין קדימה און גייט שוין צוריק 1500 יאר צי וויפיל, די עקידה איז פון די לעצטע אויף די ליסטע נאך אלע אנדערע זאכן (אויסער דעם ווערט אין שולחן ערוך אויסגערעכנט נאך פרשיות וואס האבן מאיזה סיבה עס נישט 'געמאכט' אריין אין סידור). די פראבלעם מיט קרבנות איז טאקע דאס, אז עס הייבט זיך אן מיט די עקידה, עס זעהט אויס צו שרעקעדיג, נישט יעדער קען עס אויסנווענדיג, און מען בלייבט סטאק ביי דעם.

איך האלט שוין לאנג וואס יחזקאל שרייבט, אויב קוקט מען ווען אן די קרבנות ביי שחרית אויף א ענליכע שטאפל ווי קרבנות ביי מנחה (העכסטנס מיט דריי הוספות, תרומות הדשן, אביי הוה מסדר, און רבי'ן העולמים) וואלטנס עס מענטשן סאך ענדערש געזאגט. נאר ווייל עס איז א גאנצער פעקעזש דיעל געשעהט אז מענטשן זאגן עס נישט בכלל, תפסת מרובה לא תפסת.

פארשטייט זיך איינער וואס איז נזהר און מדקדק זאל ח"ו נישט אויפהערן צו זאגן (אויך ביי פסוקי דזמרה איז דא א גאנצע היערארכיע וועלכע עס איז וויכטיגער צו זאגן, בשעת הדחק ווען מען דארף כאפן א מנין, דאס מיינט אבער נישט אז לכבוד דעם זאל מען אנהייבן צו מדלג זיין פסוקי דזמרה כמובן), אבער איינער וואס האט נישט קיין צייט / איז נישט אזוי נזהר קען אנהייבן צוביסלעך מיט דעם רעיון פונעם פותח האשכול

תפסת מועט תפסת
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6185
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

איך דארף גיין מיט א מזרחיסטישע קאפל צו מיטגיין מיטן פלאן?
פונעם קעפל שמעקט אזוי...
’מסורה’ איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

עצה טובה קמ"ל.

גלייך נאך ברכת התורה וקרי"ש והקאווע ראשונה, צו זאגען קרבנות אדער ווי אנדערע רופען עס 'פארענט', און בדרך כלל אזוי וועט מען יעדן טאג אנקומען צו זאגען די גאנצע סדר הקרבנות פארן דאווענען.
אוועטאר
הרב זושא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2024 7:30 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב זושא »

האסט גענומען א זייט אין טעגלאש.
לכאורה האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 1:35 am
אידן זענען אידן. ס'זענען דא תקנות אקעגן מחאות, אבער מען מוטשעט זיך...
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

הרב זושא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:14 pm
האסט גענומען א זייט אין טעגלאש.
?

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:18 pm

ביי אונז זענען די זמנים פאר ברכות נישט פאר הודו.

הרב זושא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:33 pm
אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:18 pm
הרב זושא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:14 pm
האסט גענומען א זייט אין טעגלאש.
?
ביי אונז זענען די זמנים פאר ברכות נישט פאר הודו.
ביי אונז אויך.

די עצה איז נאך אלץ רעלאווענט.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:27 pm
הוצאות לעז אויף כלל ישראל

אין אלע בתי מדרשים ווי איך דאווען שטייען די זמנים פון ברכות און אינטער דעים שטייט "כל הזמנים לברכות, הודו 10 מינוט אח"ז (אדער פארקערט)

אויך איז רוב ציבור שוין מלובש בטו"ת ביי קדיש און א חלק ניכר האלט מיט ווי דער בעל תפלה

וועגין די עצה האט מען שוין געזאגט אז דאס קען מיר נישט אליין באשליסן, אבער לגבי זאגן בעיקר די פרשיות, קען איך זאגן אז עיני ראו ולא זר ביי רביה"ק (מסאטמאר) זי"ע ווי ער האט זיך אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו ביים זאגן איזהו מקומן ביז ר' ישמעאל אומר און נישט ביי קרבן תמיד

האב איך געהערט א הסבר אז קרבן תמיד איז א קרבן ציבור, קיינער חוץ די כהנים האט נישט געדארפט דארט זיין
משא"כ די קרבנות יחיד וואס מ' האט געדארפט זיין עומד על הקרבן, ווען מ' זאגטס עס דארף מען שטיין

לכאורה משמע אז איזהו מקומן איז וויכטיגער
נישט אמת מען איז געשטאנען מעמדות ביים קרבן אזוי ווי ביי יעדע פריוואטע קרבן איז געווען עומד על הקרבן איז דא געוען שליחים פון כלל ישראל
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

שלמה מולכו האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:06 pm
געדענקסט נאך האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 8:21 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:43 pm
שלום וברכה אחי ורעי!

ברשות מרנן ורבנן -

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אן די גאנצע ענין פון זאגן קרבנות פארן דאווענען, איז ליידער גאר שטארק אפגעשוואכט, צו פון יאגעניש צו פון שלעפעניש...

מען קומט אריין צו מנחה, ווען איינער איז זיך מרחם צוצוגיין - הייבט ער אן תהילת... אין בעסטן פאל - ביי אשרי...

ווער רעדט נאך ביי שחרית, דער בעל תפילה דארף קראצן מנין אויף קדיש דרבנן...

(והראיה -מען רופט די מנינים לויט די צייט פון הודו, נישט פון ברכות: די אכט דרייסיג מנין - שטעלט זיך 'הודו' אכט דרייסיג... ווען איז ברכות?! קיינער ווייסט...)

אמאליגע צייטן - פלעגט מען חוזק מאכן פון איינער וואס האט געזאגט קרבנות אן טו"ת - אז ער איז א סקווערער... היינט קוים וואס מען זאגט קרבנות...

איך טראכט אז א חלק פון די פראבלעם נעמט זיך פון דעם אז (דאס וואס אונז רופן) קרבנות, איז אזוי לאנג - פון די עקידה ביז רבי ישמעאל אומר - טראכטן מענטשן צו זיך, אז כסקען נישט זאגן די גאנצע - הייב איך נישט אן בכלל...

אבער למעשה: דער עיקר 'קרבנות' איז די פרשיות הכיור/העולה/קטורת (וידבר/וידבר/וידבר/ויאמר), וואס צו זאגן נעמט דריי מינוט אויפן זייגער, אדער ווייניגער...

וויל איך מציע זיין, עהעם... עהעם... אז אפילו איינער וואס איז (נאכ)נישט מקפיד אויף זאגן דעם גאנצן קרבנות - כאטשיג די 4 פרשיות זאל מען זאגן, עס נעמט איינציגע מינוט... און מעלין בקודש...

* * * * *

בזמן שאין בית המקדש קיים ואין יכולים להקריב קרבנות, מי שעוסק בהן ובפרשיותיהן - מעלה עליו הכתוב "כאילו הקריבם" (גמרא מנחות קי.).

ויהי רצון... שיהא שיח שפתותינו חשוב ומקובל ומרוצה לפניך - כאילו הקרבנו קרבן התמיד במועדו...

זאלן מיר שוין זוכה זיין בקרוב...
שפירסט אז עס קען ארבעטן פאר דיר טו וואס די ווילסט, אבער איך מיין אז צו פארשלאגן אזא געדאנק פארן רבים דארף א דעת תורה נישט קיין אייווועלט בריוו.
וועלכע חלק דארף דעת תורה?

די נישט זאגן קרבנות בכלל?

דער וואס זאגט די גאנצע?

דאס אז איינער זאגט נישט בכלל און יעצט זאגט ער כאטש אפאר שטיקלעך?

איך טריי צו פארשטיין.
מ'קען נכשל ווערן אין טוישן דעם מסורה - און ליידער אנהויבן זאגן קרבנות...
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1142
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הארזים האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 10:01 pm
איך דארף גיין מיט א מזרחיסטישע קאפל צו מיטגיין מיטן פלאן?
פונעם קעפל שמעקט אזוי...
אל תסתכל בקנקן... אלא...

{אפשר לוינט צו גיין א געשטריקטן קאפל - אבער מקיים זיין דברי השו"ע}
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3438
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

פאליטישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:02 pm
אן אמת'ער פראבלעם אבער א רעפארמיסטישע לעזונג.
ווי אינעם קעפל געשריבן
ירא השם
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

◄ ווייז ספוילער
יודיש בלעטל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 11:22 pm
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:27 pm
הוצאות לעז אויף כלל ישראל

אין אלע בתי מדרשים ווי איך דאווען שטייען די זמנים פון ברכות און אינטער דעים שטייט "כל הזמנים לברכות, הודו 10 מינוט אח"ז (אדער פארקערט)

אויך איז רוב ציבור שוין מלובש בטו"ת ביי קדיש און א חלק ניכר האלט מיט ווי דער בעל תפלה

וועגין די עצה האט מען שוין געזאגט אז דאס קען מיר נישט אליין באשליסן, אבער לגבי זאגן בעיקר די פרשיות, קען איך זאגן אז עיני ראו ולא זר ביי רביה"ק (מסאטמאר) זי"ע ווי ער האט זיך אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו ביים זאגן איזהו מקומן ביז ר' ישמעאל אומר און נישט ביי קרבן תמיד

האב איך געהערט א הסבר אז קרבן תמיד איז א קרבן ציבור, קיינער חוץ די כהנים האט נישט געדארפט דארט זיין
משא"כ די קרבנות יחיד וואס מ' האט געדארפט זיין עומד על הקרבן, ווען מ' זאגטס עס דארף מען שטיין

לכאורה משמע אז איזהו מקומן איז וויכטיגער
נישט אמת מען איז געשטאנען מעמדות ביים קרבן אזוי ווי ביי יעדע פריוואטע קרבן איז געווען עומד על הקרבן איז דא געוען שליחים פון כלל ישראל
סא גאנץ כלל ישראל בכל מקומות מושבותיהם האבן זיך געדארפט אויפשטעלן ווען מ' האט אין ירושלים מקריב געווען די קרבן תמיד?
את האלקים אני ירא
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:27 pm
עיני ראו ולא זר ביי רביה"ק (מסאטמאר) זי"ע ווי ער האט זיך אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו ביים זאגן איזהו מקומן ביז ר' ישמעאל אומר און נישט ביי קרבן תמיד
קען איך הערן מער פרטים וועגן דעם? וועלע יאר, וכו'?

(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, נישט ווייל ס'מאכט אויס).
אוועטאר
אפגערעדט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2020 10:24 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגערעדט »

מ'דארף אנהייבן אריינדריקן אין די סידורים "אם יש לו פנאי יאמר גם את זה"...
ירא השם
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

אלטגעזעסענע מאנסיער האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 11:04 am
ירא השם האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 9:27 pm
עיני ראו ולא זר ביי רביה"ק (מסאטמאר) זי"ע ווי ער האט זיך אויפגעשטעלט בשארית כוחותיו ביים זאגן איזהו מקומן ביז ר' ישמעאל אומר און נישט ביי קרבן תמיד
קען איך הערן מער פרטים וועגן דעם? וועלע יאר, וכו'?

(סתם פאר אינטערעסאנטקייט, נישט ווייל ס'מאכט אויס).
אלע יארן, איך געדענק עס די לעצטע יארן

כמיין אז ביי שמו"ע איז ער שוין געזיצן אבער ביי איזהו מקומן איז ער געשטאנען
את האלקים אני ירא
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 18069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

ביינונז שטייט דער בעל תפילה ביים ברעטל פון אדון עולם ביז אדון עולם..

אבער טאקע זייענדיג אמאל אין די פרעמד.. האט מיר דער גבאי צוגעשיקט צו הודו.. ווייז איך איהם אז איך האלט נאך ביי קרבנות.. זאגט ער.. גיב א שחט אפ די קרבנות און גיי צו..

אפשר רעדט יחזקאל נישט פון שחט'ן אינגאנצן.. אבער הפשט וניתוח שוין יא..

(שטייט טאקע אין אבע"ז דאכצעך מיר אז די לויים פלעגן העלפן די כהנים מיט שחיטה און הפשט וניתוח..)
חוח בין השושנים האט געשריבן:
עס איז איבערמארגן אין אמעריקע
עמוקה מני ים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 24, 2024 7:42 pm

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמוקה מני ים »

כ'האלט שוין לאנג אז איזהו מקומן דארף מען אריינדרוקן נאך עלינו.
ידיעה אינו ידוע.
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1742
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: "קרבנות" בזמן הזה - @יחזקאל'ס רעפארמ'יסטישע פלאן!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

עמוקה מני ים האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 23, 2024 11:42 am
כ'האלט שוין לאנג אז איזהו מקומן דארף מען אריינדרוקן נאך עלינו.
צוזאמען מיט פרשת המן און שש זכירות
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”