נייע אנשיקעניש: אשכולות ווערן פארכאפט
קומט א איד עפענט אן אשכול צו לייגן קליפס און נייעס פון קראסנא קעמפ, מענטשען האבן הנאה, מ'לייקט און מ'סובסקרייבט, און אלעס איז פיין. נעמט נישט צו לאנג און ס'לאזט זיך אראפ א באנדע מוחים, היתכן מ'מאכט אזא אקטיוויטי, וואספארא חינוך איז דאס??
דו ווייסט ווי רואיג ס'איז געווען אינעם אשכול? לאמיר שוין זאגן אז די טענה איז א טענה, אבער פארוואס פארדרייען דעם אשכול? דו ווייסט דא שטייט א איד און ארבעט ארויפצולייגן סחורה פארן עולם, דער עולם האט באמת הנאה, וואס פאר א שווארץ יאר האסטו אריינשפאצירט דא?
גיי אריין אינעם "מוחה אני" אשכול און לייג אויס דיין ווייטאג דארט. דא זיצן אידן וואס האבן דייקא יא הנאה פונעם טאפיק, האסט נישט ליעב? גיי ארויס פון דא און קום מער נישט אריין, ווער האט דיר בכלל געפרעגט דיין אפיניען איבער די קראסנא אקטיוויטיס, עפען אן אשכול איבער "די וויי געשריי פון תלמידי קראסנא" אדער "נייע אנשיקעניש: קעמפס ווי מען האפקעט און מען שיכור'ט מיט טענץ און קאמזיצן" לאז דעי אשכול במנוחה.
(גיי נישט יעצט זוכן דארט אין קראסנא אשכול, ס'שוין רובא דרובא פארמעקט, נאר נאכן מעקן איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט מוחים און מ'גיימיר שוין נישט ריפארטן, אלעס האט א שיעור.)
קומט ארויס שרולי גרין מיט אן אלבום, קודם איז אלעס רואיג אלעס איז וואויל, מ'שמועסט זיך דורך ווי עדאלטס, ממש א מחי', יעדער מיט זיינע הערה'ליך מיט זיינע געפילן. ביז פלוצלונג האט זיך אראפגעלאזט די מחנה און פארטיג, דער אשכול איז אויס.
האסט נישט ליעב דעם אלבום? כ'פארשטיי, ס'נישט קיין סוד אז ס'איז גאר ווייט פון די ביז יעצטיגע סחורה אבער פארוואס זיך אויסגעבן דא? גיי אריין אינעם "מוחה אני" אשכול און לייג אויס דיין ווייטאג דארט.
אזוי ווייטער און ווייטער, גיי קוק אין אלטע אלבום'ס אשכולות פון אפאר יאר צוריק, ממש א גרויל צו קוקן, מ'רייסט אראפ זינגערס עד הסוף, ס'איז אזוי נישט געשמאק צוריקצוגיין לייענען אלטע זאכן.
אזוי איז דא הונדערטער אויב נישט טויזענטער טאפיקס וואס ווערן חרוב ונחרב אלעס אדאנק דעם סינדראם.
כ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס יעדן ליבער טאג עפענט זיך אויף נייע אשכולות באוויינען די עוולות וואס כלל ישראל טוט, כ'האב נישט קיין אנונג וואס די גאויל איז, וואס פרובירט מען צו עקאמפלישן. דו האלסט זיך פון די אויבערשטע פונעם שטייסל? דאס גיבט דיר חיזוק אז אנדערע זענען שוואכער פון דיר? ניין? דעמאלטס וואס דען זענען דיינע מאטיוון?
גיב א קוק וואס דער מנהל זאגט
מיין עצה איז אז (פאר די 100K פיטשער) זאל מען צולייגן א קנעפל נעבן די לייק קנעפל א מוחה קנעפל, אזוי קען מען מוחה זיין אויפן פלאץ אן דעם וואס דער אשכול זאל פארלירן דעם חן.
וואס זאגט דערוילעם?