איך זיץ אין מיין באנגעלאו, און איך וויין - פאזיטיווע אפדעיט ב"ה!
איך טשעק די נייעס און די פאר אשכולות וואס אינטערסירט מיר, אבער דערנאך, האב איך נישט וואס צו טון.
ס'איז שוין א לאנגע שטרעקע אזוי. איך האב ליידער (נאכנישט) מצליח געווען צו טרעפן א דזאב, און די תוצאות זענען שרעקליך. בוקר אומר מי יתן ערב וערב אומר מי יתן בוקר.
כ'בין אין די מיטעלע צוואנציגער יארן פון א נארמאלע היימישע שטוב, ב"ה די באשפער האט מיר באשאנקען מיט אסאך טאלאנטן, און נאך מיין חתונה האב איך געלערנט אין כולל עטליכע יאר, אזוי רוב מענטשען.
ווען כ'האב געדארפט אריינברענגען מער פרנסה בין איך אריין אין דער אינדעסטרי פון לערנען מיט בחורים. כ'האב ב"ה א געשמאקע שפראך מיט מענטשען, דעריבער האב איך פיין מצליח געווען דארטן, די בחורים, די טאטעס און די סטעף פון די ישיבות האבן מיר שטארק (!) געגליכן, און איך האב אהיימגעברענגט א וואילע טשעק, יעדע שטיק צייט.
נאך א שטיק צייט (נאך פאר די אינדעסטרי איז געגאנגען פייפן) האב איך באשלאסן אז גענוג איז גענוג. אדער לערנט מען אין כולל, אדער ארבעט מען. לערנען מיט בחורים און בא'גנב'ן טאטעס אדער די רעגירונג, איז נישט קיין עסק. איך האב געשפורט וואו איך טוה גארנישט אויף. למען האמת, ס'איז זייער שווער היינט באמת אויפצוטוהן מיט עכט שוואכע בחורים. איינמאל א בחור האט נישט די בעסטע כשרונות שפירט ער זיך סייווי אויסגעשפילט פון די סיסטעם, און אז מען איז נישט צופרידן זוכט מען זיך גליק אין אנדערע פלעצער, ליידער.
די בחורים ווי דערמאנט האבן מיר שטארק געגליכן, אבער טאקע וויבאלד איך בין געווען Aware אז לערנען ווילן נישט זיי, סאו האב איך זיי כאטש פראבירט אויסצוהערן זייערע דאגות און פרייליכע זאכן אין זייערע טאג (גנ'בנען פון די קאך, ארויסשרייען פון די פענסטער פון די באס).
אבער נאכן זעהן נאך א א שטיק צייט, אז איך רוק נישט די בחורים אין ערגעץ האב איך באשלאסן זיך געהעריג אריינצוגיין אין די "ווארק-פארס", און עפעס טון פאר מיין פרנסה.
איך בין א זעלבסט דערקלערטער ענטרופענער, און אין מיין משפחה איז איינגעפירט, אז יעדער עפענט זיך אייגענע ביזנעסער, אדער "טוט-אין-ריעל-עסטעיט", און איך האב נישט געטראכט צו זיין אנדערש.
ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז אלץ געווען די דיסקוסיע וועגן ביזנעס און געלט, און איך האב שוין אלץ קינד געווירבלט מיט עפפס און ביזנעסער וואס איך גיי עפענען.
למעשה...
טראץ וואס אין כשרון הייס איך פון די מער געלונגענע אין מיין משפחה, איז מיר נישט געגאגען. איך האב אנגעהויבן מיט איין געדאנק און דערנאך די צווייטע, אבער כ'האב אנגעהויבן טועם זיין די טעם פון די עכטע וועלט, און אז ס'עפענט זיך נישט קיין ביזנעסער אזוי גרינג ווי ס'חלומט זיך דערפון, אדער וויאזוי ס'זעהט אויס פון די פיקטושרוס ביי די היימישע ביזנעס עקספאוס.
שוין, אז מיין גורל איז נישט באשערט צו עפענען קיין ביזנעס, נישט געפערליך, וועט מען אריינגיין אין ריעל עסטעיט אזויווי מיינע חבירים און פיל משפחה מיטגלידער.
שוין, מען האט געליינט ביכער, אויסגעהערט פאדקעסטס און גערעדט צו יעדעם ארום מיר, און כ'האב זיך שוין געזעהן זיצן ביי קלאוזינגס און שליסן דיעלס.
אבער אויך דא האב איך נאך א שטיק צייט געזעהן אז ס'איז נישט פאר מיר, כ'האב נישט געכאפט די גאנצע עסק, שוין נאכן אראפארן צו די געגנטער און רעדן מיט בראוקערס, וכו' האב איך באשלאסן אז דאס איז נישט פאר מיין תכונות הנפש.
***
וויאזוי האב איך געלעבט אין די שטיק צייט פון זוכן וואס איז גוט פאר מיר? אקעי, מיין ווייב ארבעט אביסל, און איך האב אויך עטליכע זייטיגע ארבעט מיט וואס איך באשעפטיג זיך. וואו איך געזאגט איך וויל זיך נישט גרויס האלטן אבער איך בין ב"ה געבענטשט מיט אסאך טאלאנטן, און כ'בין באליבט אין מיין קאמינוטי, דעריבער איז מיר אויסגעקומען דא דארט האבן מיר מענטשען געבעטן געוויסע זאכן וואס איך זיי ווייסן איך קען, האט מען געלייזט אפאר דאללער אזוי.
בכלל אין די קהילה אין וועלכע איך בין אנגעשלאסן בין איך היפש פאפולער און באקאנט צוליב גרויסע עסקנות'ען און אנדרייעריי וואס איך פלעג טון אין מיינע יונגע יארן. איך בין געבענטש מיט אסאך ענערגיע, און ווען איך האב געזעהן עטליכע ענינים אין די אפצווייג פון מיין קהילה וואס קענען נוצן א תיקון, האב איך נישט געווארט אויף קיין כבוד און געלט נאר זיך אריינגעווארפן מיט בלוט און שווייס אויפצוטוהן און פארעכטן דעי זאכן.
איך פלעג קענען דעמאלטס זיין אויף פאר 21 שעה אין א צי, ווייל איך בין געווען אבסעסעד צו פיקסען דעי זאכן. און צוליב מיין עסקנות דעמאלטס וואס האט ב"ה געברענגט די געוואנטשענע רעזולטאטן איז מיין נאמען געווארן שטארק רעספעקטורט און באקאנט אין די קהילה, און איך האב אויך דורך דעם אנגעקניפט גוטע קאננעקשענס מיט די ראשי קהילה און די גבירים פון דעי חסידות.
דאס האט צוגעגעבן אז כ'האב זיך קיינמאל נישט צופיל געזארגט אויף די טאפיק פון פרנסה, וויבאלד כ'האב דאך געוויסט אז אין מיין משפחה האט די עולם ביזנעסער, און כ'האב זיך שוין אויפגעבויט מיין קאנפידענס פון מיין געניטע עסקנות אין קהילה, אז טאמער איך האב געקענט נוצן מיין טאלאנטן דעמאלטס לטובה צו פארעכטכן זאכן וואס גרעסערע און בעסערע האבן שוין פראבירט, און כ'בין געווארן אויסגעלויבט און געשעצט דורך די גאנצע קהילה, וועל איך זיכער קענען נוצן מיינע טאלאנטן אויך אין ביזנעס.
באזונדער האב איך זיך איינגערעדט אז מיינע קאננעקשענס מיט די גבירים פון דעי חסידות וועלן מיר העלפען אין ביזנעס, און אינוועסטען ביי מיר אדער אין ריעל עסטעיט דיעלס וואס איך וועל זיי ברענגען.
אבער ווי געזאגט, נישט ביזנעס און נישט ריעל עסטעיט האב איך געפינען הצלחה, און וויפיל כ'האב פראבירט, און ארויסגעריטשעט צו מיינע קאנטאקטן, האב איך נישט געזעהן קיין הצלחה.
***
דאן האב איך באשלאסן נאך די בילס האבן נישט אויפגעהערט צו קומען, און כ'בין געווארן ממש מורא'דיג טייט פינאנציעל, אז כ'גיי מוזן אראקריכן פון בוים און זוכן א דזאב ווי א נארמאלע מענטש, און איינמאל איך וועל זיך סטעיבעלייזען וועל איך קענען אפשר נאכמאל טראכטן וועגן ביזנעס.
און דא בין איך סטאק און איך וויין אומאויפהערליך.
שוין איבער 13 חדשים וואס איך זוך א דזאב און איך קען נישט טרעפן איינס. איך זיך אינדערהיים און יעצט אין באנגעלאו און איך גיי אויס פון ליידיגקייט.
גלייב מיר אויב ביסטטו פארנומען, און די פילסט ווי די האלטס עס נישט אויס און דו האסט ממש נישט קיין צייט פאר זיך, זאלסטו וויסן, ס'איז סאך סאך בעסער צו האבן צו ווייניג צייט, ווי צו האבן צופיל צייט.
די געפיל פון נישט האבן וואס צו טון, ספעציעל ווען מען האט זיך שוין איינגעקויפט א נאמען פון געלונגענע אינגערמאן מיט קאננעקשענס און אויפטוענעגען איז עפעס וואס איז שווער צו באשרייבן.
מיינע קאנטרי-מעיטס וואונדערען זיך מן הסתם וואס גייט פאר מיט מיר. און יעדעס מאל מען פרעגט מיר וואס טוה איך פאר פרנסה איז די ענטפער נישט קלאר און יא פעינפול.
און פאר מיין ווייב שמעקט אויך נישט אז אלע מענער פארן אריין אין שטאט און זענען ביזי מיט ביזנעס און דיעלס, און איר צדיק'ל לאודט אייוועלט איין מאל און נאכאמאל, און באקומט זיך א נאמען ביי די סירקעל פון די נשים אלס די שומר קישועים פון די קאלאני.
דעי תשעה באב ווען דו האסט פראבירט ארויסצוקוועטשען א טרער אויפן חורבן הבית, האב איך פראבירט צו באהאלטן מיינע טרערן וואס האבן נישט אויפגעהערט צו פליסן.
איך האב געוויינט אויף מיין אייגענעם חורבן. די חורבן פון א טיכטיגע אינגערמאן מלא כשרונות, מלא חיות, וואס איז באליבט ביי יעדן און זיצט אין זיין באנגעלאו פון צופרי ביז ביינאכט און שימעלט.
אוי טאטע, ווי לאנג נאך?!
ווען וועסטו שוין הערן מיין געבעהט וואס איך וויין אזוי שטארק, אלע טאג און אלע נעכט, ביי שמע קולינו פונקט ווי ביי ברך עלינו. ווען וועל איך שוין קענען טרעפן א פרנסה, קענען באצאלן בילס, און קענען געבן פאר מיין ווייב דאס ביסל קעש זי בעט זיך אזוי אומשולדיג.
איך שרייב דא די שורות און איך וויין.
קיינמאל, אבער קיינמאל, האב איך גע'חלומ'ט אז איך וועל זיך טרינקען צו אזא מצב. פון נאטור אויס בין איך איזי-גאונג און דעשרעק זיך אויך נישט אזוי שנעל. דעריבער האב איך נישט געהאט אזא פראבלעם, פון הויכע רענט בילס, נישט האבן קיין דזאב וכו', אבער, ווויפיל קען מען דערהייבן.
די חובות וואקסן, און די בושות שטייגן.
אבער איבער אלעמען, די ביטערע ווייעדיג געפיל פון זיצן און אפקלאצן טאג נאך טאג, שעה נאך שעה.
און מילא איך בין אלץ געווען אזוי, א אומפראדאקטיווע מענטש.
די מציאות אבער אז אין ישיבה וואלט איך געווען די לעצטע אויף וועם מיינע חבירים וואלטן געטראכט אז איך וועל נישט טרעפן קיין דזאב און אנקומען צו אזא מצב, איך בין אלץ געווען די עסקן און געווען פון די העכערע שטייסל פון די חבירים-קליקעס. אייגענטליך וואלטן מן הסתם רוב די חבירים נישט געטראכט אז איך וועל אמאל זוכן א דזאב בכלל, וויבאלד איך האב קיינמאל באהאלטן מיינע פלענער צו ווערן א גביר, און אין מיין משפחה, ברודער'ס און פעטער'ס, האט די עולם שיין מצליח געווען.
***
און מיין נישט אז כ'האב נישט פראבירט.
שוין 13 חדשים וואס איך פראבירט אזוי שטארק צו טרעפן א נארמאלע דזאב. כ'האב געדראפט מיין עגא און זיך געלאזט שרייבן א רעזומעי (א נידערלאגע פאר זיך, פאר די מקום פון ווי איך קום), און עס אריינגעשיקט צו וועם נאר מעגליך.
דעם דבר יום ביומו און לוח הציבור אין בארא פארק האב איך נישט פארפעלט. און כ'האב געהאלטן אין איין נידערן די באר וועלכע דזאבס איך בין גרייט צו נעמען. כ'האב גערופן סטעפינג קאמפעני'ס, און געשיקט פאר יעדעם.
און איך אפילו געגאנגען א שטאפל מער.
כ'האב ארויסגענומען מיין טעלעפאון און אנגעהויבן רופן מיינע אלטע באקאנטע ראשי הקהילה און עשירים זיך אליין פארקויפן אלס א דזאב זוכער. גלייב מיר ס'איז נישט געווען גרינג, פון די שטאנד אין וועלכע זיי האבן מיר געקענט אין פאריגע גלגול, אבער וואס זאל איך טון, איך דארף שפייזן מיין וואקסענדע משפחה.
כ'האב גערעדט צו יעדעם איך קען נאר און זיך מבזה געווען און אראפגעלאזט צו די נידריגסטע שטאפלען. אויך דא אין קאנטרי האב איך נישט אויפגעגעבן, און גערעדט צו די אסאך מוצלחים וואס געפינען זיך דא מיט גרויסע טאשן, אולי יחוס אויפן עני ואביון, אולי ירחם. כ'האב זיי געפרעגט אפשר ווייסן זיי פון איינער, וכו' וכו'. אבער ליידער האב איך נאכנישט געפינען קיין דזאב.
פון מן הסתם איבער הונדערט פלעצער וואס איך האב אריינגעשיקט מיין רעזומעי, אריינגערעכנט רעקריוטונג עגענסיס, עסקנים, און פריוואטע ביזנעסער, האבן 3, יא האסט גוט געליינט "3" ריפלייעד בכלל. די איבריגע האבן זיך נישט געקומערט.
און איך רעד נישט דא פון קיין ריזיגע פאזיציעס, בעסיק בעסיק.
ניין איך גיי נישט ווערן קיין באס דרייווער און אויך נישט קיין שמש. איך קוק זיי בכלל נישט אראפ אבער יענטס וואלט שוין געווען א טויט-קלאפ פאר מיר אין מיין פאזיציע. (פליז דזאדז מיר נישט, וויבאלד ווען דו וואלס געוויסט מיין נאמען און סיטאואציע וואלסטו מיר פארשטאנען, אז אפילו די השתדלות וואס איך האב געטון ביז אהער איז אויך געווען ארויס פון סיי וועלכע קאמפארט-זאון.)
מען פאקט די באקסלעך, אבער איך שטיי ווייטער אין די זעלבען מצב. ניטאמאל האב איך געקענט הנאה האבן פון די נאטור אין קאנטרי, וויבאלד ווען מען זיצט אונטער די ביימער פאר 24 שעה, זיבן טעג א וואך, ברעכט מען שון פון דעם, בבחינת תענוג תמידי אינו תענוג.
כ'האב שון פראבירט אין מערערע פלעצער און אינדערסטריעס, פון מערערע זאכן וואס כ'האב געטראכט אפשר וועל איך זיין געלונגען און כ'וועל ווערן אנגענומען אין יענע תחומים.
אבער אויף דערווייל וואס איך באקום, איז רעדזשעקשען, רעדזשעקשען, רעדזשעקשען.
און יעצט זיך איך אין מיין באנגעלאו און איך וויין.
***
פארוואס שרייב איך דא? וויבאלד איך האב שוין געזעהן פון עקספירענס היפשע סוקסעס פון אוטריטשען דא אויפן וועלטל פון געוויסע ארבייט אדער וואס איך פלעג טון. דעריבער האב איך באשלאסן, אז דאגה בלב איש ישיחנו און כ'האב זיך געפענט א שטארקע ניק ספעציעל פאר דעם צוועק.
כ'האב נישט וואס צו פארלירן און מען קען קיינאמאל נישט וויסן פון ווי די ישועה וועט קומען. צו זיין קלאר דעיס איז נישט קיין געלט-קאמפיין, ב"ה, אויף דערווייל שטופט מען עס אדורך מיט די הילף פון מיין משפחה, אבער איך בעט יעדן טאג.
ונא אל תצריכינו לא לידי מתנת בשר ודם ולא לידי הלוואתם.
און סתם אזוי, איך וויל אזוי שטארק ארבעטן, נישט פאר געלט נאר פאר סיפוק. איך בין פול מיט ענערגיע וואס גייט אריין אין בעט אנשטאט אין די וועלט.
און וועגן דעם וויין איך און איך שרייב.
און איך האף פאר בעסערע טעג.