די היסטאריע פונעם עלטסטן אמעריקאנעם פרעזידענט - ז' אלפים לשוואכער
די עולם (האט גע)ווארט. אז שוואכער איז נישטא מוז דאך זיכער זיין אז ער וועט צוריקקומען מיט אן ארטיקל איינס אין די וועלט. פארוואס יעדער האט אזוי אפגעמאכט? דאס פרעג איך פון ענק, אבער דאס איז די יעצטיגע מציאות. א פשוט'ע חשבון אין קאפ וואלט לכאורה געדארפט ארויסגעבן פונקט פארקערטע רעזולטאטן; ער האט אפגעפיצט פאר א היפשע וויילע, איז ער דאך זיכער געווען פארנומען, האט ער ווארשיינליך קיין איבריגע צייט צו שרייבן אן ארטיקל נישט געהאט. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, צוריקקומען אן גארנישט וויל איך דאך נישט, ממילא זעץ איך זיך אין איילעניש אפקלאפן עטליכע פאראגראפן, שעפשנדיג א תפילה אז אידישע קינדער זאלן פון דעם הנאה האבן.
אבער וואס שרייבט מען? ס'קען דאך נישט זיין סתם אבי עפעס, די ליינער זענען נישט קיין נארנים און די ציבור פארשטייט ב"ה צו א גוטן ארטיקל, אין קאנטראסט צו סתם אבי עפעס יוצא צו זיין. געטראכט האט מען פילע פילע געדאנקען, אבער מיט א מסקנא איז שווער געווען זיך צו טרעפן. געפרעגט עצות און בייפעלער האב איך פון עטליכע פריינט, אבער מיט א צופרידנשטעלנדער בייפאל בין איך נישט ארויס. ביז איינגעזען האב איך אז איך וועל מיך אליינס מוזן ראטעווען אין מיין פארלעגנהייט, און איך האב מיך בלית ברירה געזעצט טראכטן. איז מיר ב"ה בייגעפאלן אט דעם געדאנק, און דאס וועלן מיר בעז"ה אט יעצט באשרייבן.
נישט אייביג דארף מען אויפקומען מיט וועלטס חידושים, אמאל קען א פשוט'ע טיפישע געדאנק זיין אינטערעסאנטער…
דזשאוסעף ראבינעט ביידען
אונזער יעצטיגע פרעזידענט איז א גאר אינטערעסאנטע שטיקל היסטאריע פאר זיך - זייענדיג היינט צוטאג איין און אכציג יאר אלט, ברעכנדיג מיט דעם די רעקארד אלס עלטסטער אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע. אבער אויסער זיין אלטקייט, פארמאגט ער אונטער זיך אן אינטערעסאנטער לעבנס געשיכטע, פונקט ווי יעדע אנדערע מענטש אויפן כדיר הארץ.
פרעזידענט ביידען ווערט באטראכט אלס העלד אין די דעמאקראטישע פארטיי, ווי זיי באצייכענען אים אלס בעסטער פרעזידענט אין מאדערנע היסטאריע, צולייגנדיג אז ביידען האט געטון א בעסערע ארבעט אין איין פרעזידענטליכע טערמין, ווי סיי וועלכע אנדערע פרעזידענט אין צוויי טערמינען. ווידעראום אין די רעפובליקאנע פארטיי ווערט ער באטראכט אלס דורכפאל פון א פרעזידענט, ווי טראמפ האט זיך אויסגעדרוקט "אויב וועט מען צוזאמנעמען די צען ערגסטע פרעזידענטן, האט ביידען פארט געטון א ערגערע ארבעט אלס פרעזידענט ווי אלע צען צוזאמען".
היינט וויל איך אבער לאזן אלע פאליטישע מיינונגען אין א זייט. וואס מנחם גאלד האט צו זאגן ליין איך אין מאמענט, און וואס יוסי געשטעטנער האט צו שרייען הער איך אויף קול מבשר. דא וועלן מיר בעזר הבורא כאפן א שנעלן איבערבליק איבער די היסטאריע פון אונזער יעצטיגע פרעזידענט.
איך שטופ דעם רעדערשטול, און קומטס אלע נאך מיר…
קינדער יארן - ביז פאליטיק
דזשאוסעף ראבינעט ביידען דזשוניער איז נישט געבוירן געווארן אלץ זיידע, נאר אלץ פיצל קינד, אין שטאט סקרענטאן, פענסילוועניע, אום נאוועמבער דעם צוואנציגסטן, 1942, זייענדיג דאן די ערשטע קינד צו זיין פאטער דזשאוסעף ראבינעט ביידען סיניער און זיין מוטער - וועמענס נאמען (ליין: נעמען) זענען ביטער שווער איבערצוטייטשן, וועלכע האבן שפעטער געהאט נאך דריי קינדער.
אין יאר 1953, ווען אונזער ביידען איז שוין געווען אן עלף יעריג אינגל, האט זיין פאמיליע געמאכט א ויסעו, און זיך אריבערגעצויגן וואוינען אין קלעימאנט, דעלעוויר. אביסל שפעטער האט ביידען אנגעהויבן שטודירן אין געוויסע יונעווערסיטעטן. אין יאר 1965 האט ער גראדואירט פונעם 'יוניווערסיטעט פון דעלעוויר', און אין יאר 1968 האט ער ערהאלטן א געזעץ דעגרי פונעם 'סירעקיוס יוניווערסיטעט'. נאך האלטנדיג אינמיטן שטודירן, האט ביידען ס'ערשטע מאל געהייראט, אין יאר 1966, מיט זיין ווייב מיט וועם ער האט שפעטער געהאט דריי קינדער.
שוין נאכן גראדואירן, איז ביידען צוריקגעקומען קיין דעלעוויר, וואו ער האט געדינט אלס אדוואקאט פאר געציילטע יאר, איידערן געבן א שארפע דריי אריין אין די פאליטישע וועלט. איי ביידען ביידען, וואלט דיר נישט בעסער געווען אלץ אדוואקאט…?
אריין אין פאליטיק
דזשאו ביידענ'ס פאליטישע קאריערע האט זיך דאן אנגעהויבן, אין אינגן עלטער פון בלויז זיבן און צוואנציג יאר, דינענדיג פון יאר 1970 ביז יאר 1972 אויפן ניו קעסל קאונטי קאונסל. דאן אין יאר 1972, זייענדיג בלויז ניין און צוואנציג יאר אלט, איז ביידען ערוועלט געווארן צום סענאט פון די פאראייניגטע שטאטן, ווערנדיג מיט דעם די פיפטע אינגסטע סענעטאר אין אמעריקאנע היסטאריע.
בלויז ארום א מאנאט נאכן ערוועלט ווערן לגדולה, האט א שרעקעדיגע טראגעדיע באטראפן די אינגע ביידען פאמיליע, ווען פרוי ביידען מיט זייער פיצי טאכטער זענען טראגיש אומגעקומען אין אן עקסידענט, ווען דערביי זענען אויך זיינע צוויי עלטערע זין שווער געשעדיגט געווארן. כאטש ביידען איז דאן אריבער ביטערע שווערע צייטן - ווי פארשטענדליך נאך אזא טראגעדיע - האט ער פארט נישט געהאלטן אז דאס איז גענוג א גוטע סיבה אפצוטרעטן פון זיין פאזיציע, און ער איז געלאפן פאר ווידערוויילונג איינמאל און נאכאמאל, געווינענדיג זיין סענאט זיץ זעקס מאל אין א צי, ווערנדיג מיט דעם דעלעוויר'ס לענגסט דינענדע סענעטאר.
אין יאר 1977 האט ביידען ווידעראמאל געהייראט, מיט זיין יעצטיגע פרוי, מיט וועם ער האט שפעטער געהאט א טאכטער. אין צוגאב צו ביידענ'ס ראלע אלס אמעריקאנע סענעטאר, האט ער אויך געדינט פון יאר 1991 ביז יאר 2008 אלס א פראפעסאר אינעם ווילמינגטאן, דעלעוויר אפטיילונג פונעם וויידענער יונעווערסיטעט געזעץ שולע.
אלס סענעטאר האט ביידען געלייגט דאס מערסטע געוויכט אויף אויסערן איינגעלעגענהייטן, פארברעכנס און דראג פאליסיס. אזוי אויך האט ביידען געדינט אויף עטליכע קאמיטעען דורכאויס זיינע סענעטארישע יארן, אריינגערעכנט די אויסערן איינגעלעגענהייטן קאמיטע און די דזשודישערי קאמיטע, און אויף ביידע פון זיי האט ער אין א געוויסן פונקט געדינט אלס טשעירמאן. ביידען איז געווען גאר אקטיוו ביים קאנפליקט צווישן סערביע און קאסאווא אין די שפעטע ניינצן ניינציגער יארן, לייגנדיג אומגעהויערע דרוק אז די אמעריקאנע מיליטער זאל באשיצן די קאסאווער, קעגן ברוטאליטעטן וואס די סערביער האבן דורכגעפירט. אזוי אויך איז ער געווען גאר אקטיוו דורכאויס די איראקע מלחמה, וועלכע האט אנגעהאלטן פון יאר 2003 ביז יאר 2011.
וויצע פרעזידענטשאפט
ביידען האט שוין אין יאר 1988 אנגעהויבן האלטן אן אויג אויפן ווייסן הויז, אבער פון יענע וואלן האט ער גאר שנעל געפינען דעם לייטער אויף אראפ, נאך איידער איינער האט אפילו געוואוסט אז ער לויפט בכלל. נאכן כאפן אזא זעץ האט ער ניטאמאל פראבירט נאכאמאל, ביז צוואנציג יאר שפעטער, אין יאר 2008, ווען ער האט צום צווייטן מאל פראבירט זיין מזל אויפן דעמאקראטישן טיקעט. דאס מאל האט ער שוין יא דערגרייכט אביסל נענטער, זייענדיג - ווי נישט ווי - צוואנציג יאר עלטער. אבער ער האט דאן אויך ארויסגעטשעקט נאכן אריינקומען נומער פינף ביים אייאווע קאקוסן.
נאך וואס באראק אבאמא האט זיך פארזיכערט מיט גענוג דעלעגאטן ערוויילט צו ווערן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט פאר פרעזידענט, האט דזשאו ביידענ'ס נאמען אנגעהויבן פיגורירן צווישן אבאמא'ס ווארשיינליכע וויצע פרעזידענט אויסוואלן. אום אוגוסט 23 האט אבאמא אפיציעל געמאלדן אז ביידען איז אויסגעקליבן געווארן דורך אים צו דינען אלס זיין וויצע אויפן דעמאקראטישן טיקעט, און אום אוגוסט 27 האבן אבאמא און ביידען זיך פארזיכערט מיט די דעמאקראטישע נאמינאציע.
ביי די נאציאנאלע וואלן, אום נאוועמבער 4, האט די אבאמא-ביידען טיקעט גרינג געווינען קעגן דער רעפובליקאנער דזשאן מעקעין, און ביידען האט אויך גרינג געווינען ווידערוויילונג אויף זיין סענאט זיץ. ביידען האט רעזיגנירט פון זיין סענאט זיץ הארט בעפארן זיך אריינזעצן אינעם וויצע פרעזידענטליכע אפיס, אום יאנואר 20, 2009. פיר יאר שפעטער, אין יאר 2012, האט די אבאמא-ביידען טיקעט געווינען ווידערוויילונג, באזיגנדיג זייער רעפובליקאנע קעגנער מיט ראמני.
אלס וויצע פרעזידענט האט ביידען געשפילט א שטארקע ראלע אינעם אבאמא רעגירונג, זייענדיג גאר נאנט מיטן פרעזידענט. ביידען האט געהאט א שטארקן חלק אין דורכשוויצן עטליכע בודזשעט קריזיסן, און אזוי אויך האט ער געשפילט א גרויסן ראלע אין אויספארעמען אמעריקאנע פאליסיס אין איראק.
ביידען האט געהאט אין פלאן ווידעראמאל צו לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2016, אבער אין יאר 2015 האט א טראגעדיע ווידעראמאל באטראפן דעם פאר'צרה'טן דזשאו, ווען זיין עלטסטע זון איז געשטארבן פון קענסער. דאן האט ביידען אפגעמאכט אז ער וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט, און אנשטאט דעם האט ער אינדארסירט פרוי קלינטאן, וועלכע האט עווענטועל פארלוירן די וואלן צו דאנאלד טראמפ.
ביידענ'ס נאנטשאפט מיט אבאמא איז באוויזן געווארן פאר די וועלט שטערקער ווי קיינמאל בעפאר, אום יאנואר 12, 2017 - בלויז געציילטע טעג איידערן פארלאזן די פרעזידענטליכע אפיס - ווען אבאמא האט געשאנקען פאר ביידען דעם 'פרעזידענטליכן מעדאל פון פרייהייט' - א מעדאל וועלכע ווערט בלויז אין זעלטענע פעלער איבערגעגעבן פאר א מענטש, און ביים צערעמאניע האט אבאמא אנגערופן ביידען "מיין ברודער". שפעטער אין יאר האט ביידען אינאיינעם מיט זיין ווייב געגרינדעט דעם 'ביידען פאונדעישן', וועלכע איז א טשעריטי גרופע פארמישט אין געוויסע וואוילטעטיגע אקטיוויטעטן.
פון דא און ווייטער…
טייערע חברים, פון דא און ווייטער קען דאך יעדער די השתלשלות הדברים… גלייבטס מיר, כ'וואלט עס געשריבן, אבער ס'גאנצע ארטיקל איז געשריבן געווארן אין אזא יאגעניש, אז כ'וועל לאזן יעדן איינעם פאר זיך אריינפילן די איבריגע מיט זיין אייגענע שפראך און כח ההסברה.
ס'האט זיך געבענקט, און ס'גוט צו זיין צוריק. העפי 7K.
אויב זוכט איר נאך וואס צו ליינען, האט איר דא א לינק צו א פרישן ארטיקל געשריבן דורך @אונטערגעשריבענערהייט , וואו ער האט הערליך באשריבן אונזער ביידענ'ס געוועזענע קאנקורענט .