רבי אלישע האלברשטאם מגארליץ ז"ל - ט"ו ניסן א' דפסח תש"א
ער האט באזוכט אמעריקא צוויי מאל נאך פארן קריג, עס איז גאר מערקווידיג ווי אין שנת תרפ"ב האט די פאפולערע 'ניו-יארק טיימס' געשריבען איבער זיין באזוך (זעה בייגעלייגט פאטאסטאט) און אביסל פון זיין דרשה ביים קבלת פנים ווי ער רעדט צו די אמעריקאנער אידן וועגן אידישקייט אין אמעריקא וועלכע איז כידוע דאן געווען בשפל המצב.
ר' אלישע איז געווען דער לעצטער רב אין גארליץ ביז זיין אומקום ע"י האנצים הארורים ימ"ש הי"ד, איבערלאזנדיג א פארצווייגטע משפחה פון קינדער און אייניקלעך אדמורי"ם ורבנים לתפארת אבותיהם.