נחמו נחמו עמי

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

נחמו נחמו עמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

נחמו נחמו עמי (בניגון לכה דודי – ברסלב)

-א-
השי"ת טוהט פאר יודן זאגן
הערט אויף וויינען און קלאגן
גוטע צייטן גייט איר אט עררייכן
נחמו נחמו עמי יאמר אלוקיכם

-א-
עס קומט שוין דער גרויסער טאג
נאך אזויפיל פיין און פלאג
אט קומט שוין דער געהויבענער זמן
וואויל און לעכטיג וועט ענק שוין זיין

-ב-
גענוג שוין געליטן
שווערע מינוטן
צרות אינדערמיטן
וועט זיין צום גוטן
עס וועט זיין לעכטיג און פרייליך

-ב-
נאך אזויפיל פיין
ענדליך א שיין
ווי גוט וועט שוין זיין
אין בית המקדש אריין
באומרים לי בית ה' נלך

-ג-
ווי גוט וועט זיך שפירן
ויזמרון לך שירין
צוזאמנעמען כלל ישראל מכל אתר ואתר
מען וועט מער נישט וויסן פון קיין צער

-ג-
עס וועט מקויים ווערן למקדשך תוב
ס'וועט ווערן מלאים זיו
נהנה זיין מזיו השכינה
אזא טייערע בחינה

-ד-
צרות אויס
פון גלות ארויס
מיר גייען פאראויס
צום הייליגן הויז
למקדשך תוב ולקודש קודשין

-ד-
מיר שטייען אין די רייע
פאר א לעבן א נייע
בקרתא דשופריא
ממש א מחי'
מער וועלן מיר זיך נישט מוטשען

****************************

-א-
השי"ת וועט אונז מלמד זיין דעת ותבונה
מיר וועלן זוכה זיין צום מחול עם השכינה
ששון ושמחה ימצא בה
כל הנשמה תהלל י-ה

-א-
קול צופיך נשאו קול
ארויס פון גלות פונעם גויאישן עול
כי הולך לפניכם השם
אויף אזא הערליכע פארנעם

-ב-
ווי גוט וועט ווערן
חסד וועט זיך מערן
נישט אויפהערן
לייכטן ווי די שטערן
טרייסט זיך יודישע נשמה

-ב-
ווי גוט וועט זיך שפירן
פון גלות אוועק רירן
משיח וועט אונז פירן
ויזמרון לך שירין
באמת אזא גרויסע נחמה

-ג-
מיר קוקן אזוי ארויס אויף להבא
כלל ישראל וועט ווערן נתרבה
אזא הארה, אויס צרה, ובני ישראל פרו
עס וועט מקויים ווערן רני עקרה

-ג-
ווי שיין וועלן זיין די דרכים
יודישע קינדער ווי בני מלכים
כלל ישראל מיט די קאפ אינדערהייעך
קומי אורי כי בא אורך

-ד-
שאו מרום עיניכם
יאמר אלקיכם
כי הולך לפניכם
בבניכם ובבנותיכם
אינאיינעם מיט די אבות ואמהות

-ד-
כד מטיא שעתא
טאקע לעת עתה
טייערע טאטע
דער בית המקדש אראפ קומען למטה
אזעלכע געהויבענע שעות

****************************

-א-
מען וועט מקריב זיין קרבנות
לוויים וועלן זינגען שירי רננות
די כהנים וועלן דארטן האבן זייער היים
ונגלה כבוד השם

-א-
עבודת יום כיפור אנהויב יאר
כשלג ילבינו די וואל אזוי קלאר
יוסף השם עליכם
בצאתו מן הקודש ששים ושמחים

-ב-
אזא שיינע עבודה
קרבן שלמים ותודה
להשם נודה
הוא זיווה והודה
נאך אביסל וועלן מיר דאס טוען

-ב-
רבינו משה
וועט שטיין בראשה
פון די עדה הקדושה
ולא תבושי
על הר גבה עלי לך מבשרת ציון

-ג-
וואסער וועט מען זיין מוליך ומביא
ביי די גרויסע שמחת בית השואבה
קרבן פסח בהודאה והלל
גבורות השם ימלל

-ג-
דעם אנדערן טאג וועט מען זיין גומר
מיטן הקרבת העומר
די שתי הלחם אום יום טוב שבועות
ווי גרויס אונזער זכי' איז

-ד-
מיט שמחה ארומדרייען
מיר וועלן זיך פרייען
כי עין בעין
די עבודה זיך באנייען
אט קומט שוין די געהויבענע שעה

-ד-
קיין ווערטער נישט פארהאנען
דאס לייכטן און שיינען
און מיר וועלן זיך דערמאנען
וואס מיר זענען דורכגעגאנען
און יעצט שנת גאולי בא

****************************

-א-
אוי ווי זיס אוי ווי פריש
השם יתברך וועט פירן טיש
פונעם לויתן און שור הבר טיילן שיריים
ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים

-א-
ווי שיין און לעכטיג ווערט זיין דארט
א חופה פאר די צדיקים דארט
צוגעשטעלט פון גאלד און בריליאנטן
שיינען ווי די טייערסטע דימאנטן

-ב-
און דערויף
פצחו רננו יחדיו
צום אין סוף
משמיע שלום מבשר טוב
פרייליך כמשוש חתן על כלה

-ב-
אוי ווי גוט
אזא געהויבענע מינוט
מיר טאנצן מיט
מיט פרייליכע טריט
בקול רנה וצהלה

-ג-
אויך צו די אומות וועלן מיר נעמען די מיה
ווי עס שטייט כי יום נקם בלבי
השי"ת וועט זיי געבן זייער פארדינטן שטראף
אויף וואס זיי האבן געטוהן צו זיינע שאף

-ג-
קיין איין זאך וועט מען זיי נישט איינשפארן
וואס זיי האבן געטוהן אלע יארן
וראו גויים צדקך
ושלמו ימי אבלך

-ד-
לעכטיג און שיין
ציכטיג און ריין
גרויס און קליין
מיט אזא חן
ווי גוט וועט אונז דעמאלט גיין

-ד-
א זמן אזוי פיין
מיר וועלן נאך פארשטיין
וואס עס האט געמוזט זיין
מיט משיח אליין
במהרה בימינו אמן

לשנה הבאה בירושלים
אוועטאר
בת קול
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:30 pm

Re: נחמו נחמו עמי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בת קול »

wow!
מלא טאלאנט!!!
ניגוני חסידי סקולען איז מחיה מיין נשמה
ניגוני חסידי חב"ד ברענגט מיך דביקות
ניגוני חסידי וויזניץ ברענגט מיך ווארימקייט
ניגוני חסידי אומות העולם ברענגט מיר ווילדקייט
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”