א בריוועלע צו מיין בחור'ס מנהל- איך זיץ און וויין. אויף אייך געווינטשן אזא פאון קאלל
לכבוד....... שליט"א
איך האב אצינד אראפגעלייגט דעם טעלעפאן מיט אייך, אייגנטליך נישט יעצט [דריי אזייגער פארטאגס] נאר עטליכע שעה צוריק. און זינט דעמאלטס זיץ איך און וויין, כ'קען נישט אויפהערן. מיין מוח ווירבלט מיט א געמישעכסץ פון בילדער, געוויסע ליכטיגע, און געוויסע טונקעלע, און געוויסע גאר שווארצע.
מיין בחור האט געהאט א היבש שווערע חדר יארן, מילד גערעדט
ישיבה קטנה איז געווען זייער טשעלענדזשינג. די ישיבה האט זיך געריסן מיט אים און כ'האב פראבירט וואס כ'האב געקענט, כ'האב צו זיי קיין טענות נישט געהאט, כאטש כ'וואלט געוואלט זיי זאלן זיך צו אים אויפפירן איידעלער, אבער כ'האב מיין תכשיט'ל אויך אביסל געקענט.
ישיבה גדולה ערשטע יאר איז געווען געפערליך, כ'ווייס נישט ווער ס'איז שולדיג, אבער מיין בחור איז געווען אין א קלעם.
ווען ס'איז געקומען צו ישיבה גדולה צווייטע יאר, האב איך אייך -מנהל שליט"א- זייער אסאך געפעיגערט אנצונעמען מיין בחור, כ'האב שוין געוואלט אויפגעבן אבער געוויסע עסקנים האבן מיר גע'עצה'ט נישט אויפצוהערן, ווען מיין זון האט ענדליך -נאנט צום התחלת הזמן- באקומען דעם נתקבל אין אייער "גוטע" ישיבה, האב איך זיך ניטאמאל געקענט געהעריג פרייען, ווייל כ'האב געציטערט ווען אייער פאון קאלל וועט קומען מיט טענות אויף אים.
אצינד איז דער פאון קאלל אנגעקומען... איר האט מיר מבשר געווען אז ביים פארהער פון א היבש שווערע מקצוע, האט מיין זון אמתדיג גוט געקענט, איך האב אייך נישט געוואלט גלויבן, און שוין געווארט מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם, אויפן "אבער" וואס וועט קומען נאכן קאמפלימענט, אבער ניין, איר האט מיר פארזיכערט אז נאר דאס האט איר געוואלט.
איך, וויסנדיג אז אייערע כוחות הנפש מיט כיטרע מהלכים וואס איר האט אינוועסטירט אויפצוהייבן מיין זון, און פון די שוועריגקייטן וואס מיין זון האט אייך גורם געווען, פון וואס איר האט ניטאמאל געמענשענד, האב נישט געגלייבט וואס איך האב געהערט, אבער נאך אייער אראפלייגן דעם טעלעפאן, האט מיר באהערשט א אויסטערלישן געוויין.
...וויינענדיג אויף אלע שוועריגקייטן וואס כ'בין מיט אים אדורך און דאנקענדיג כביכול פאר אייך מאכן דעם גוטן שליח,
כ'האב שוין לאנג געזען אויף מיין בחור אן ערנסטן שינוי, כ'האב אבער אגאנצן צייט געציטערט אז ס'איז נאר מיין איינרעדעניש. אצינד האט איר דאס באשטעטיגט.
איך קען אייך גארנישט באצאלן, נישט נאר ווייל איך פארמאג נישט קיין געלט, נאר אויך און בעיקר ווייל דאס קען נישט באצאלט ווערן, איך קען אייך נאר ווינטשן איר זאלט אלעמאל זיין אזוי פריילעך נאכן אראפלייגן דעם פאון מיט אייערע קינדערס מנהלים, ווי איך בין יעצט.