איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

פשוטו כמשמעו. וואס טוט מען?

איך טוה וואס איך קען נאר... איך פראביר דא און דארט, איך ארבעט זיך איבער, איך קום פשוט נישט אן... איך האלט עס שוין נישט אויס.

איך האלט אצינד ביי 35 אלפים אין חובות. דאס איז אויסער נאך בערך 5 אלפים, וואס איך מוז שאפן שנעל, און איך האב נישט קיין אהנוג ווי אזוי.

ס'איז כלו כל הקיצין, ס'שטערט מיר דער מנוחת-הנפש, שלום-בית וחינוך-הילדים.

איינער מיט אן עצה?
לעצט פארראכטן דורך רוויגו אום מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
אוועטאר
אפגעגאלט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4692
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

איר דארפט א קלוגער איד מיט וועם צו רעדן, ער זאל איבערגיין אייערע הכנסות און זען ווי מ'קען פארמערן.

ס'איז נישט מעגליך דאס צו טון אנאנים
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע:אין קאך

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

איר האט שוין פראבירט צו מאכן א באדזשעט?

https://rsk.org/
אוועטאר
גראדע שכל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 2:26 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראדע שכל »

ווי אלט זענט איר?
ווי גרויס איז אייער משפחה?
וויפיל געלט פארדינט איר?
שכל הישר איז א טייערע ארטיקל...
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

געענטפערט אין אישי.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

ווי איך פארשטיי האלטסטי שוין אין די יארן פין חתונה מאכן קינדער געזען געזיכט א ישיבה אין אי צוויי יאר צירוק ווער קימט יא
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

אבער חובות... נישט קענען דורכקומען נארמאל... איך מוז שאפן שנעל 5 אלפים, נאר אויף וויכטיגע הוצאות פון די חודש... כ'בין נישט זיכער.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
אוועטאר
talmid
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:55 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך talmid »

רוויגו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:05 pm
אבער חובות... נישט קענען דורכקומען נארמאל... איך מוז שאפן שנעל 5 אלפים, נאר אויף וויכטיגע הוצאות פון די חודש... כ'בין נישט זיכער.
אין וועלכע געגענט וואוינטסטו?
דיין ווייב איז ביכולות צי העלפן?
קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

רוויגו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:16 am
פשוטו כמשמעו. וואס טוט מען?

איך טוה וואס איך קען נאר... איך פראביר דא און דארט, איך ארבעט זיך איבער, איך קום פשוט נישט אן... איך האלט עס שוין נישט אויס.

איך האלט אצינד ביי 35 אלפים אין חובות. דאס איז אויסער נאך בערך 5 אלפים, וואס איך מוז שאפן שנעל, און איך האב נישט קיין אהנוג ווי אזוי.

ס'איז כלו כל הקיצין, ס'שטערט מיר דער מנוחת-הנפש, שלום-בית וחינוך-הילדים.

איינער מיט אן עצה?
יא, עס רייסט שטיקער, נאך אזויפיל אזעלכע, קוק די אשכולות אויף דעם וואס וואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.

מיטגעהאלטן מער ווי איינס, מ'קען געהעריג אראפגיין פון זינען.

השי"ת איז מיט דיר, ממעמקים. לויב און דאנק אויף אלעס גוטס וואס דו האסט, און בעט אויף ווייטער.

וועסט עס אי"ה דורכשוויצן, אפילו דו האסט נישט קיין השגה וויאזוי.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

רוויגו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:05 pm
אבער חובות... נישט קענען דורכקומען נארמאל... איך מוז שאפן שנעל 5 אלפים, נאר אויף וויכטיגע הוצאות פון די חודש... כ'בין נישט זיכער.
קודם כל. טרעף א בודזשעטינג עקספארט דירך צו העלפן זיך זעצן פארן פיוטשער. לעבן פון חוב צו חוב איז נישט קיין מהלך. ווייל אויב דארפסטו יעצט 5 אלפים פאר דעם חודש וואס וועט זיכער מאכן אז קומענדיגע חודש שפילט זיך עס נישט איבער.

ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט פון RSK און מאנסי. איך בין א צעפרידענע געהאלפענער דורך זיי און וואלט רעקאנענדירט יעדם איינעם (אפי׳ די ביזסט נאך נישט קיין בעל חוב נאר די ווילסט פשוט לעבן מיט א חשבון און האבן קאנטראל אויף דיין געלט) צו גיין צו זיי.
מיין חלק אינעם שמועס...
בני לוי
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 8:46 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני לוי »

קרן עזר
איי די וועלט איז א שמאלער בריק און דער עיקר און דער עיקר נישט דערשרעקן זיך
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

איינער זאגט מיר אז ס'איז דא עפעס א פראגראם פון הרב רעכניץ, ארויסצוהעלפן מיטן יום-טוב. ווייסט איינער פון וואס איך רעד?
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך .
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די קעפל שרייט דאך ארויס פון טיפן הארצן פון אזויפיל היימישע אחב"י, וועלכע שפירן עס אויף די אייגענע הויט. א גרויס חלק פון די שוועריקייט איז אז דער עולם ווייסט נישט ווי צו לעבן איינגעצויגן. ס'דא ב"ה גענוג געלט ביים היימישן עולם אז יעדער זאל קענען דורכקומען די וואך/חודש טאמער שפענד מען נישט אויף מותרות.

די שאלה איז, וואס הייסט מותרות?

טאמער איז די סטאנדארד הויך איז שווער צו זאגן אויף אסאך אומוויכטיגע זאכן אז ס'איז איבריג, ווייל פאר קינדער קען מען עס זייער שווער מסביר זיין, און מ'קען נישט איינשטעלן אז קינדער זאלן זיך זיכן גליקן ערגעץ אנדערש.

די איינציגסטע סאלושן איז אז די קהילות, גרויסע און קליינע, זאלן נידערן מיט די אויסגעבערייען אויף שטותים און לוקסוס. דאס קען שטעלן דעם טאון אז די המון עם זאל עס נאכטון. אויפהערן מיט די פאלשע סלאגאנען פון כבוד בית מדרש, כבוד שבת וכו' ווען יעדער ווייסט אז די בית מדרש און שבת אינטערעסירט דיך גאנץ ווייניג.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9110
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

חלקי האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 2:10 pm
רוויגו האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:05 pm
אבער חובות... נישט קענען דורכקומען נארמאל... איך מוז שאפן שנעל 5 אלפים, נאר אויף וויכטיגע הוצאות פון די חודש... כ'בין נישט זיכער.
קודם כל. טרעף א בודזשעטינג עקספארט דירך צו העלפן זיך זעצן פארן פיוטשער. לעבן פון חוב צו חוב איז נישט קיין מהלך. ווייל אויב דארפסטו יעצט 5 אלפים פאר דעם חודש וואס וועט זיכער מאכן אז קומענדיגע חודש שפילט זיך עס נישט איבער.

ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט פון RSK און מאנסי. איך בין א צעפרידענע געהאלפענער דורך זיי און וואלט רעקאנענדירט יעדם איינעם (אפי׳ די ביזסט נאך נישט קיין בעל חוב נאר די ווילסט פשוט לעבן מיט א חשבון און האבן קאנטראל אויף דיין געלט) צו גיין צו זיי.
RSK איז א ביזנעס אדער ארג. ווי קרן עזר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טאמער ס'זענען דא עסקנים גרייט צו ארבעטן, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל שטארק מארקעטן צו לעבן מיט א חשבון. ס'דארף נישט זיין קיין בושה אז איינער האלט נישט ביים ווארפן געלט אין מיסט. נישט קיין תקנות, דאס ארבעט נישט ווייל ווילאנג די מושג פון שפענדן איז נישט אפגעפרעגט טרעפט מען אנדערע פלעצער ווי "מ'מוז" ארויסווארפן געלט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

דריידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:04 pm

געדענקסט נאך וויפיל כח היחיד האט אויפגעטון?

מיסטער און מיסיס שלומיאל זענען געבליבן אין די אדמה...
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

אסאך באגרייפן נישט, תשרי העפט נישט כוח היחיד

וואס א תשרי קאסט אפ אן קיין מותרות ווי ריפסט, איז איבער דאפעלט ווי ביי פסח, נאר בלויז די מינומום שבמינומום
ביי א קינדער געבענטשטע משפחה היט עס אפילו אסאך וואס קומען אויס א גאנץ יאר, דאלמאסט עקספלאד עס

עס איז גלייך נאך קעמפ פאר א משפחה, פאר שטאטישע קאנטרי, רעגסטראציע שכל לימוד, הייבט מען אן מיט א שיינע מיינוס

עס איז א נייע סיזען, אויסשטאפירען די ביליגסטע פאר א משפחה וואס וואקסען אויס די אלטע, און דארפן פארן נייעם זמן

אסאל אסאך מער סעודות ווי פסח, און אנגעפילטע סעודת פון פיש פלייש וואס קאסט אן קיין איבעריגע לוקסעס, וואס פסח צוימט איין מיט חומרות, סוכות עסט מען אלעס

זיצן און בית מדרש, לולב אתרוג, סוכה עקסעסריס, כפרות פאר א משפחה, ערבות הוש"ר פאר די משפחה, בילגסטע חול המעוד האלטן, ועוד ועוד.

שפארזאם קאסט דאס אלעס גאר אסאך אז מען לעבט ווי א חסידישע איד, מיט אינזערע מנהגים

פסח האלט א שיין עולם נאך א טעקס ריטערן, בלויז מצות איז א טייערע זאך דעטס איט, און עס איז דא הילף איבערן קאפ ב"ה

תשרי איז גאר שווער פאר א גרויעסע משפחה וואס לעבט אויסגערעכנט.
לעצט פארראכטן דורך די קאץ ארויס פון זאק אום דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1182
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

איך האב די אינפאו פון א גרויסן נגיד, וואס גיבט שיינע נתינות, פאר יעדער וואס בעט שיין!

ספעציעל די צייט אין יאר....

פאר מער - קום אין אישי
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:26 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
זייטיגע נאטיץ
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? 📫 גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
לחם לאכול
שר חמש מאות
תגובות: 860
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
לאקאציע:כ'ווייס?

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לאכול »

יוי, איך פארשטיי דיר אזוי גוט,

דער באשעפער ''וועט'' זיכער העלפן, בקורב.
"וְנָתַן לִי לֶחֶם לֶאֱכֹל וּבֶגֶד לִלְבֹּשׁ"

פארבלאנדשטע מחשבות
יא, ער האט אים געמאכט פילן גוט!
אוועטאר
א ווייסע ארבעטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3219
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א ווייסע ארבעטער »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:22 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:04 pm
טאמער ס'זענען דא עסקנים גרייט צו ארבעטן, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל שטארק מארקעטן צו לעבן מיט א חשבון. ס'דארף נישט זיין קיין בושה אז איינער האלט נישט ביים ווארפן געלט אין מיסט. נישט קיין תקנות, דאס ארבעט נישט ווייל ווילאנג די מושג פון שפענדן איז נישט אפגעפרעגט טרעפט מען אנדערע פלעצער ווי "מ'מוז" ארויסווארפן געלט.
אסאך באגרייפן נישט, תשרי העפט נישט כוח היחיד

וואס א תשרי קאסט אפ אן קיין מותרות ווי ריפסט, איז איבער דאפעלט ווי ביי פסח, נאר בלויז די מינומום שבמינומום
ביי א קינדער געבענטשטע משפחה היט עס אפילו אסאך וואס קומען אויס א גאנץ יאר, דאלמאסט עקספלאד עס

עס איז גלייך נאך קעמפ פאר א משפחה, שטאטישע קאנטרי, רעגסטראציע שכל לימוד, הייבט מען אן מיט א שיינע מיינוס
עס איז א נייע סיזען, אויסשטאפירען די בילגסטע פאר א משפחה וואס וואקסען אויס די אלטע, און דארפן פארן נייעם זמן

אסאל אסאך מער סעודות ווי פסח, און אנגעפילטע סעודת פון פיש פלייש וואס קאסט אן קיין איבעריגע לוקסעס, וואס פסח צוימט איין מיט חומרות, סוכות עסט מען אלעס

זיצן און בית מדרש, לולב אתרוג, סוכה עקסעסריס, כפרות פאר א משפחה, ערבות הוש"ר פאר די משפחה, בילגסטע חול המעוד האלטן, ועוד ועוד.

שפארזאם קאסטו נישט דאס אלעס אז מען לעבט ווי א חסידישע איד, מיט אינזערע מנהגים

פסח האלט א שיין עולם נאך א טעקס ריטערן, בלויז משות איז א טייערע זאך דעטס איט, און עס איז דא הילף איבערן קאפ ב"ה

תשרי איז גאר שווער פאר א גרויעסע משפחה וואס לעבט אויסגערעכנט.
יעדע ווארט אמת
אבער ווען מ'באדזשעט א גאנץ יאר שפארזאם, אבער עכט, איז דא בעסערע אויסזיכטן פאר תשרי
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
אוועטאר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

ליבי ליבי מעי מעי
Illegitimi non carborundum
המעוררים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 12:25 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המעוררים »

יישר כח פארן עס ארויסשרייבן , אזוי זעה איך איך בין נישט דער איינציגסטער.
די קאץ ארויס פון זאק
שר האלף
תגובות: 1951
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די קאץ ארויס פון זאק »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:25 pm
די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:22 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:04 pm
טאמער ס'זענען דא עסקנים גרייט צו ארבעטן, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל שטארק מארקעטן צו לעבן מיט א חשבון. ס'דארף נישט זיין קיין בושה אז איינער האלט נישט ביים ווארפן געלט אין מיסט. נישט קיין תקנות, דאס ארבעט נישט ווייל ווילאנג די מושג פון שפענדן איז נישט אפגעפרעגט טרעפט מען אנדערע פלעצער ווי "מ'מוז" ארויסווארפן געלט.
אסאך באגרייפן נישט, תשרי העפט נישט כוח היחיד

וואס א תשרי קאסט אפ אן קיין מותרות ווי ריפסט, איז איבער דאפעלט ווי ביי פסח, נאר בלויז די מינומום שבמינומום
ביי א קינדער געבענטשטע משפחה היט עס אפילו אסאך וואס קומען אויס א גאנץ יאר, דאלמאסט עקספלאד עס

עס איז גלייך נאך קעמפ פאר א משפחה, שטאטישע קאנטרי, רעגסטראציע שכל לימוד, הייבט מען אן מיט א שיינע מיינוס
עס איז א נייע סיזען, אויסשטאפירען די בילגסטע פאר א משפחה וואס וואקסען אויס די אלטע, און דארפן פארן נייעם זמן

אסאל אסאך מער סעודות ווי פסח, און אנגעפילטע סעודת פון פיש פלייש וואס קאסט אן קיין איבעריגע לוקסעס, וואס פסח צוימט איין מיט חומרות, סוכות עסט מען אלעס

זיצן און בית מדרש, לולב אתרוג, סוכה עקסעסריס, כפרות פאר א משפחה, ערבות הוש"ר פאר די משפחה, בילגסטע חול המעוד האלטן, ועוד ועוד.

שפארזאם קאסטו נישט דאס אלעס אז מען לעבט ווי א חסידישע איד, מיט אינזערע מנהגים

פסח האלט א שיין עולם נאך א טעקס ריטערן, בלויז משות איז א טייערע זאך דעטס איט, און עס איז דא הילף איבערן קאפ ב"ה

תשרי איז גאר שווער פאר א גרויעסע משפחה וואס לעבט אויסגערעכנט.
יעדע ווארט אמת
אבער ווען מ'באדזשעט א גאנץ יאר שפארזאם, אבער עכט, איז דא בעסערע אויסזיכטן פאר תשרי
א קינדער געבענטשטע משפחה דארף מאכן אסאך צו בכלל קענען באדזשעטן וויט בעגין איט
נומבערס ווי אויפן גאס דארף ער הייסן מידל קלאס, שיינע פארדינער, אבער אן קיין מותרות אפילו לעבן בילאו סטאנדארט, איז עס א זייער שווערע טעסק

בלויז קעמפ, רעגסטראציע, שטאפיר, און תשרי ליסט וואס איך האב אויסגערעכנט איז שווערע געלטער, דאס איז חוץ די טעגליכע גאנץ יאריגע מינומום הוצאות, אדער שמחה ביליגע בר מצוה וכד. איך רעד ניטאמאל חתנוה מאכן, די נומבערס פון שיינע אויסגערעכנטע פארדינערס שטימען נישט.
keep your words tasteful, you may have to eat them later
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

א ווייסע ארבעטער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:18 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:04 pm
טאמער ס'זענען דא עסקנים גרייט צו ארבעטן, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל שטארק מארקעטן צו לעבן מיט א חשבון. ס'דארף נישט זיין קיין בושה אז איינער האלט נישט ביים ווארפן געלט אין מיסט. נישט קיין תקנות, דאס ארבעט נישט ווייל ווילאנג די מושג פון שפענדן איז נישט אפגעפרעגט טרעפט מען אנדערע פלעצער ווי "מ'מוז" ארויסווארפן געלט.
געדענקסט נאך וויפיל כח היחיד האט אויפגעטון?

מיסטער און מיסיס שלומיאל זענען געבליבן אין די אדמה...
ס'האט זיך אנגעהויבען מיט כח היחיד, און יחדיו ירננו האט עס געלייגט שלאפען.
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10296
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איך קום נישט דורך דעם חודש - מצב איז אומאויסהאלטבאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:22 pm
דריידל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 3:04 pm
טאמער ס'זענען דא עסקנים גרייט צו ארבעטן, וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל שטארק מארקעטן צו לעבן מיט א חשבון. ס'דארף נישט זיין קיין בושה אז איינער האלט נישט ביים ווארפן געלט אין מיסט. נישט קיין תקנות, דאס ארבעט נישט ווייל ווילאנג די מושג פון שפענדן איז נישט אפגעפרעגט טרעפט מען אנדערע פלעצער ווי "מ'מוז" ארויסווארפן געלט.
אסאך באגרייפן נישט, תשרי העפט נישט כוח היחיד

וואס א תשרי קאסט אפ אן קיין מותרות ווי ריפסט, איז איבער דאפעלט ווי ביי פסח, נאר בלויז די מינומום שבמינומום
ביי א קינדער געבענטשטע משפחה היט עס אפילו אסאך וואס קומען אויס א גאנץ יאר, דאלמאסט עקספלאד עס

עס איז גלייך נאך קעמפ פאר א משפחה, שטאטישע קאנטרי, רעגסטראציע שכל לימוד, הייבט מען אן מיט א שיינע מיינוס
עס איז א נייע סיזען, אויסשטאפירען די בילגסטע פאר א משפחה וואס וואקסען אויס די אלטע, און דארפן פארן נייעם זמן

אסאל אסאך מער סעודות ווי פסח, און אנגעפילטע סעודת פון פיש פלייש וואס קאסט אן קיין איבעריגע לוקסעס, וואס פסח צוימט איין מיט חומרות, סוכות עסט מען אלעס

זיצן און בית מדרש, לולב אתרוג, סוכה עקסעסריס, כפרות פאר א משפחה, ערבות הוש"ר פאר די משפחה, בילגסטע חול המעוד האלטן, ועוד ועוד.

שפארזאם קאסטו נישט דאס אלעס אז מען לעבט ווי א חסידישע איד, מיט אינזערע מנהגים

פסח האלט א שיין עולם נאך א טעקס ריטערן, בלויז משות איז א טייערע זאך דעטס איט, און עס איז דא הילף איבערן קאפ ב"ה

תשרי איז גאר שווער פאר א גרויעסע משפחה וואס לעבט אויסגערעכנט.
זיכער איז עס שווער אבער האלב הוצאות קען מען שניידן. איך רעדט פון איינער וואס האט נישט דאס געלט (אן אפענע קרעדיט ליין מיינט נישט אז מ'האט דאס געלט).

עמער גיין אויף דיין סדר:

שכר לימוד, קען מען טאקע נישט שפארן.

אויסשטאפירן, אבער נאך ווי מ'קען. למשל, ווייסטי אז א קינדער סוט וואס ביי זשי ענד זשי קאסט $250 קען מען קויפן אנליין פאר $40? טאקע ניט אזוי טאנצעדיק אבער ס'פעלט גארנישט, און אינאיינוועגס שפארט מען שוין אויך אז מ'דארף נישט לייגן א רויט בענדל.

סעודות, פיש, פלייש. דא גענוג ווי מ'קען שניידן. מ'קען גיבן האלבע סלייסעס פיש/פלייש מיט מער חלה אז מ'זאל נידט בלייבן הינגעריג. אויך זענען דא געשעפטן וואס האבן ביליגערע סחורה, אפשר נישט ממש א פארגלייך אין טעם, אבער פעלט גארנישט דערפון.

זיצן אין בית מדרש, פאר די לאקאלע שול ווי מ'דאווענט א גאנץ יאר דארף מען טאקע צאלן, אבער טאמער גייט מען צו א צווייטע שול פאר ימים נוראים, קען מען דאס אויסשניידן.

לולב און אתרוג קויפט מען וואס מ'קען אפארדן. ס'דא פאר אלע פרייזן.

כפרות/הושענות קויפט מען איין זכר און איין נקבה פער משפחה. פרעג דיין רב אדער זיידע.

חול המועד האלטן דארף מען זיין אביסול קריעטיוו און מ'דארף נישט גיין יעדן טאג. מ'קען טרעפן זאכן וואס קאסט כמעט נישט קיין געלט, מ'דארף עס נאר מאכן אינטערעסאנט פאר די קינדער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”