רוויגוהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:05 pm
אבער חובות... נישט קענען דורכקומען נארמאל... איך מוז שאפן שנעל 5 אלפים, נאר אויף וויכטיגע הוצאות פון די חודש... כ'בין נישט זיכער.
קודם כל. טרעף א בודזשעטינג עקספארט דירך צו העלפן זיך זעצן פארן פיוטשער. לעבן פון חוב צו חוב איז נישט קיין מהלך. ווייל אויב דארפסטו יעצט 5 אלפים פאר דעם חודש וואס וועט זיכער מאכן אז קומענדיגע חודש שפילט זיך עס נישט איבער.
ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט פון RSK און מאנסי. איך בין א צעפרידענע געהאלפענער דורך זיי און וואלט רעקאנענדירט יעדם איינעם (אפי׳ די ביזסט נאך נישט קיין בעל חוב נאר די ווילסט פשוט לעבן מיט א חשבון און האבן קאנטראל אויף דיין געלט) צו גיין צו זיי.
די קעפל שרייט דאך ארויס פון טיפן הארצן פון אזויפיל היימישע אחב"י, וועלכע שפירן עס אויף די אייגענע הויט. א גרויס חלק פון די שוועריקייט איז אז דער עולם ווייסט נישט ווי צו לעבן איינגעצויגן. ס'דא ב"ה גענוג געלט ביים היימישן עולם אז יעדער זאל קענען דורכקומען די וואך/חודש טאמער שפענד מען נישט אויף מותרות.
די שאלה איז, וואס הייסט מותרות?
טאמער איז די סטאנדארד הויך איז שווער צו זאגן אויף אסאך אומוויכטיגע זאכן אז ס'איז איבריג, ווייל פאר קינדער קען מען עס זייער שווער מסביר זיין, און מ'קען נישט איינשטעלן אז קינדער זאלן זיך זיכן גליקן ערגעץ אנדערש.
די איינציגסטע סאלושן איז אז די קהילות, גרויסע און קליינע, זאלן נידערן מיט די אויסגעבערייען אויף שטותים און לוקסוס. דאס קען שטעלן דעם טאון אז די המון עם זאל עס נאכטון. אויפהערן מיט די פאלשע סלאגאנען פון כבוד בית מדרש, כבוד שבת וכו' ווען יעדער ווייסט אז די בית מדרש און שבת אינטערעסירט דיך גאנץ ווייניג.
רוויגוהאט געשריבן:↑מיטוואך אוגוסט 28, 2024 1:05 pm
אבער חובות... נישט קענען דורכקומען נארמאל... איך מוז שאפן שנעל 5 אלפים, נאר אויף וויכטיגע הוצאות פון די חודש... כ'בין נישט זיכער.
קודם כל. טרעף א בודזשעטינג עקספארט דירך צו העלפן זיך זעצן פארן פיוטשער. לעבן פון חוב צו חוב איז נישט קיין מהלך. ווייל אויב דארפסטו יעצט 5 אלפים פאר דעם חודש וואס וועט זיכער מאכן אז קומענדיגע חודש שפילט זיך עס נישט איבער.
ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט פון RSK און מאנסי. איך בין א צעפרידענע געהאלפענער דורך זיי און וואלט רעקאנענדירט יעדם איינעם (אפי׳ די ביזסט נאך נישט קיין בעל חוב נאר די ווילסט פשוט לעבן מיט א חשבון און האבן קאנטראל אויף דיין געלט) צו גיין צו זיי.
RSK איז א ביזנעס אדער ארג. ווי קרן עזר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.