וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

די הייליגע פינף חומשים דרייען זיך ארום אן איינציגע ציל און שטרעבונג: הארץ הטובה, דאס גוטע לאנד.
אנגעהויבן ביי די ברית וואס השי"ת שניידט מיט אברהם אבינו אין פרשת לך און געענדיגט ביי לעיני כל ישראל.
ספעציעל די דברים חומש וואס מיר ליינען די וואכן, איז איין לאנגע הקדמה צו כי אתם עוברים את הירדן, וויאזוי זיך צו פירן כדי צו זיין ראוי צו דעם גוטן לאנד.
דארף מען אריינקלערן וואס איז דאס דער גוטע לאנד, פארשטייט זיך אז פאלק דארף א היים, א גוטע היים, מיט השגחה עליונה, שמירה און ברכה, אבער צו דען איז דאס טאקע די עסענס פון די בונד צווישן השי"ת מיט זיין פאלק?
איך מיין, איך פארשטיי אז אזוי שטייט טאקע אין פסוק, אבער מיר האט מען עפעס נישט אזוי מחנך געווען... און איך גלייב אז רוב ליינער וועלן זאגן די זעלבע לגבי זיך.
א לאנד פאר א פאלק הערט זיך עפעס צו בעל'בתיש... איז דאס דען די תכלית? וואס איז מיט תחיית המתים און עולם הבא, נשמות נהנין ומתענגין מזיו השכינה...?
דער רמב"ם למשל האלט אז די אידן פון דור המדבר האבן נישט געוואוסט צו זאגן פון תחיים המתים, נאר דאס איז שפעטער נתגלה געווארן פאר דניאל...! איז וואס האט דער איד פון ספר דברים זיך געגרייט פאר? מ'גייט אריין קיין ארץ כנען, מ'נעמט עס איין, און...? דאס איז עס??? איז עס דען עפעס א תכלית און ציל בלויז צו זיצן איש תחת גפנו ותאנתו? די זקנים וזקנות ברחובות ירושלים? קול ששון וקול שמחה?
עפעס גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ לכאו'!
העלפט מיר ביטע ארויס, רבותי.
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

תגובה דורך המחפש »

ירוחם פישל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 4:06 pm

דיין שאלה קען מען נאך מער פארברייטערן!
וואס איז די קדושת ארץ ישראל, וואס עיני ה' אלקיך בה, וואס איז די גרויסקייט פון ארץ זבת חלב ודבש וכו' וכו'.

איז קודם פראביר דורך צו לערנען די ספר עקידת יצחק - שער סט: (השער התשעה וששים) פרשת בהר.
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

און דערנאך לערן דורך די ספר עקידת יצחק - שער עז: (השער שבעה ושבעים) פרשת שלח:
אוועטאר
המחפש
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:40 pm
פארבינד זיך:

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המחפש »

ספר בית אלקים - שער התפילה - פרק חמישי
אוועטאר
עבודת השם
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 26, 2024 1:46 pm

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבודת השם »

פונעם עת לעשות איז משמע אז די עיקר ציל פון א איד איז צו זיין נאנט מיטן אייבערשטן, ארץ ישראל מיט די בית המקדש איז א מיטל צום ציל
כי אתה שומע תפלת כל פה
לב נשבר ונדכה אלהים לא תבזה
ווי אזוי? אט ליינט!
מיין רייזע צו נפשיות'דיגע געזונטהייט
הייזקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 9:15 pm

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייזקעלע »

ירוחם פישל האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2024 4:06 pm
די הייליגע פינף חומשים דרייען זיך ארום אן איינציגע ציל און שטרעבונג: הארץ הטובה, דאס גוטע לאנד.
אנגעהויבן ביי די ברית וואס השי"ת שניידט מיט אברהם אבינו אין פרשת לך און געענדיגט ביי לעיני כל ישראל.
ספעציעל די דברים חומש וואס מיר ליינען די וואכן, איז איין לאנגע הקדמה צו כי אתם עוברים את הירדן, וויאזוי זיך צו פירן כדי צו זיין ראוי צו דעם גוטן לאנד.
דארף מען אריינקלערן וואס איז דאס דער גוטע לאנד, פארשטייט זיך אז פאלק דארף א היים, א גוטע היים, מיט השגחה עליונה, שמירה און ברכה, אבער צו דען איז דאס טאקע די עסענס פון די בונד צווישן השי"ת מיט זיין פאלק?
איך מיין, איך פארשטיי אז אזוי שטייט טאקע אין פסוק, אבער מיר האט מען עפעס נישט אזוי מחנך געווען... און איך גלייב אז רוב ליינער וועלן זאגן די זעלבע לגבי זיך.
א לאנד פאר א פאלק הערט זיך עפעס צו בעל'בתיש... איז דאס דען די תכלית? וואס איז מיט תחיית המתים און עולם הבא, נשמות נהנין ומתענגין מזיו השכינה...?
דער רמב"ם למשל האלט אז די אידן פון דור המדבר האבן נישט געוואוסט צו זאגן פון תחיים המתים, נאר דאס איז שפעטער נתגלה געווארן פאר דניאל...! איז וואס האט דער איד פון ספר דברים זיך געגרייט פאר? מ'גייט אריין קיין ארץ כנען, מ'נעמט עס איין, און...? דאס איז עס??? איז עס דען עפעס א תכלית און ציל בלויז צו זיצן איש תחת גפנו ותאנתו? די זקנים וזקנות ברחובות ירושלים? קול ששון וקול שמחה?
עפעס גייט עס מיר נישט אריין אין קאפ לכאו'!
העלפט מיר ביטע ארויס, רבותי.
ספר קטן יש בבית כל ישראל ויואל משה שמו שם נמצא מאמר ישוב ארץ ישראל ובו מבואר כל הענין בכל פרטי' ודוקדוקי'
הייזקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 9:15 pm

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייזקעלע »

הלא הכתוב צווח
ויוצא עמו בששון ברנה את בחיריו ויתן להם ארצות גיום ועמל לאומים יירשו '''בעבור'' ישמרו חקיו ותורותיו ינצורו הללוקה''' (תהילים קפי' קה' פסוק מג-מה)
לעצט פארראכטן דורך הייזקעלע אום פרייטאג אוגוסט 30, 2024 1:11 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
Rabbi Dr.
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2024 3:29 pm

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Dr. »

בכלל אין די גאנצע תורה רעדט די פסוק כמעט נאר פון גשמיות אלע ברכות מיט אלע קללות זענען גשמיותדיג (באופן פשוט פשט)

ביזט געווען א קנעכט אין מצרים געארבעט ביטער און שווער, גאט האט דיך אויסגלייזט און גייט דיר געבן הייזער פול מיט גוטס א גוטע לאנד, טייערע ריעל עסטעיט, פעלדער, עסן, וכו’ וכו’

אויב גייסטו זיין שלעכט גייט מען דיר צונעמען דיין ריעל עסטעיט, עסן, פעלדער וכו’ וכו’

אלע ראשונים מוטשענען זיך שוין מיט די קשיא פארוואס עיקר חסר מן הספר, ולאחר כל התירוצים איז דאס נאכאלס איינס פון די גרעסטע פליאות, לכאורא מוז מען זאגן אז סהאט עפעס א טיפערע סוד וואס מיר פארשטייען נישט

חז”ל האבן אסאך פרובירט צו פארענטפערן ”למען יאריך ימים מיינט ליום שכולו ארוך”, און אזוי אויך וואס האט משה געגליסט אריינצוגיין אין אר”י? זאגן חז”ל ער האט געוואלט מקיים זיין די מצות ועוד ועוד אין אסאך פלעצער זעט מען אז חז”ל דרשנען אריין אין די פסוקים ’רוחניות’ אבער למעשה פשוט פשט איז זייער שווער
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

א גרויסע ייש"כ טייערע אידן פאר די הערות ומראי מקומות.
איך וויל מחדד זיין אז וואס איך זיך בעיקר צו פארשטיין איז וואספארא חשיבות א לאנד האט בכלל?
ד.ה. לאמיר זאגן אז ס'איז דא 1) ארץ ישראל, 2) עולם הבא וכדו', ס'טוט זיך א שמועס פארוואס ווערט נישט עולם הבא דערמאנט אין די תורה, אקעי, אבער פאר דעם וויל איך פארשטיין, וואספארא גליק איז דאס בכלל א לאנד? צו עסן טרינקן און שטארבן? אפשר כדי צו לערנען תורה במנוחה? אבער דאס הערט זיך עפעס צו ליטוויש...
איך מיין אז דא דארף מען טיף אריינאטעמען און ארויסזאגן מיט א תנועה, סיי מיט'ן קול און סיי מיט'ן פינגער: "שטייט טאקע דא" אז די פשוט'ע פלאטשיגע בעל-בתי'שע וועלט איז נישט אזא גארנישט ווי ס'קען זיך דאכטן...!
אבער מ'דארף זיך מתיישב זיין בדבר.
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
אוועטאר
Rabbi Dr.
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 10, 2024 3:29 pm

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Dr. »

די עיקר ווארט איז נישט ’די לאנד’ פער סע, די עיקר דגוש אין אלע פסוקים איז די ’ושכנתי בתוככם’ וואס כדי דאס צו האבן האט פשוט אויסגעפעלט אר”י אלס א טעכנישע פרט ווייל דוקא אויף דער שטיקל ריעל עסטעיט איז ’עיני ה’ אלוקיך בה’.

בזמן בית ראשון איז געווען השראת השכינה אויף אזא פארנעם צווישן די אידן אין אר”י אז סהאט נישט אויסגעפעלט רעדן פון עולם הבא, ווייל די ’נהנה מזיו השכינה’ איז געווען אויף די וועלט ממש! מיר קענען פשוט נישט משיג זיין וואס דאס מיינט אז די שכינה רוהט צווישן אידן אין אר”י.

טאקע פון נאכן חורבן בית ראשון וואס ס’איז מער נישט געווען די זעלבע דרגא פון השראת השכינה הייבט מען אן צו הערן פון די מושגים ’עולם הבא’ מיט ’תחיית המתים’ ווייל פארדעם איז די עולם הבא געווען אויפן עולם הזה, און דאס איז די אמתע עולם הזה וואס די תורה רעדט. וכמובא בליקוטי מוהר”ן אז היינט לעבן מיר ניטאמאל אויפן עולם הזה נאר אין עולם הגיהנום.
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

Rabbi Dr. האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 10:34 am

סאו למשל אזא פסוק: עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם, טוט דאס נישט ארויסברענגן לשבח ותהילה די ענין פון הנאה און גליק אין פשוט'ע עולם הזה?

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 10:55 am

אזוי קוקט מען אויס ווען מקען נאר די פאר פסוקי תנ”ך ווס מזינגט.... איך ברענג דיר דא אראפ די גאנצע ’קאנטעקסט’ פון די פסוקים אין ירמיה לערן עס דורך נאכדעם פרעג איבער...

וַהֲשִֽׁבֹתִי֙ אֶת־שְׁב֣וּת יְהוּדָ֔ה וְאֵ֖ת שְׁב֣וּת יִשְׂרָאֵ֑ל וּבְנִתִ֖ים כְּבָרִֽאשֹׁנָֽה׃ ח וְטִ֣הַרְתִּ֔ים מִכָּל־עֲוֺנָ֖ם אֲשֶׁ֣ר חָֽטְאוּ־לִ֑י וְסָלַחְתִּ֗י לכול־(לְכָל־)עֲוֺנֽוֹתֵיהֶם֙ אֲשֶׁ֣ר חָֽטְאוּ־לִ֔י וַאֲשֶׁ֖ר פָּ֥שְׁעוּ בִֽי׃ ט וְהָ֣יְתָה לִּ֗י לְשֵׁ֤ם שָׂשׂוֹן֙ לִתְהִלָּ֣ה וּלְתִפְאֶ֔רֶת לְכֹ֖ל גּוֹיֵ֣י הָאָ֑רֶץ אֲשֶׁ֨ר יִשְׁמְע֜וּ אֶת־כָּל־הַטּוֹבָ֗ה אֲשֶׁ֤ר אָֽנֹכִי֙ עֹשֶׂ֣ה אֹתָ֔ם וּפָחֲד֣וּ וְרָֽגְז֗וּ עַ֤ל כָּל־הַטּוֹבָה֙ וְעַ֣ל כָּל־הַשָּׁל֔וֹם אֲשֶׁ֥ר אָֽנֹכִ֖י עֹ֥שֶׂה לָּֽהּ׃ י כֹּ֣ה ׀ אָמַ֣ר יְהוָ֗ה עוֹד֮ יִשָּׁמַ֣ע בַּמָּקוֹם־הַזֶּה֒ אֲשֶׁר֙ אַתֶּ֣ם אֹֽמְרִ֔ים חָרֵ֣ב ה֔וּא מֵאֵ֥ין אָדָ֖ם וּמֵאֵ֣ין בְּהֵמָ֑ה בְּעָרֵ֤י יְהוּדָה֙ וּבְחֻצ֣וֹת יְרוּשָׁלִַ֔ם הַֽנְשַׁמּ֗וֹת מֵאֵ֥ין אָדָ֛ם וּמֵאֵ֥ין יוֹשֵׁ֖ב וּמֵאֵ֥ין בְּהֵמָֽה׃ יא ק֣וֹל שָׂשׂ֞וֹן וְק֣וֹל שִׂמְחָ֗ה ק֣וֹל חָתָן֮ וְק֣וֹל כַּלָּה֒ ק֣וֹל אֹמְרִ֡ים הוֹדוּ֩ אֶת־יְהוָ֨ה צְבָא֜וֹת כִּֽי־ט֤וֹב יְהוָה֙ כִּֽי־לְעוֹלָ֣ם חַסְדּ֔וֹ מְבִאִ֥ים תּוֹדָ֖ה בֵּ֣ית יְהוָ֑ה כִּֽי־אָשִׁ֧יב אֶת־שְׁבוּת־הָאָ֛רֶץ כְּבָרִאשֹׁנָ֖ה אָמַ֥ר יְהוָֽה׃ יב כֹּֽה־אָמַר֮ יְהוָ֣ה צְבָאוֹת֒ ע֞וֹד יִֽהְיֶ֣ה ׀ בַּמָּק֣וֹם הַזֶּ֗ה הֶחָרֵ֛ב מֵֽאֵין־אָדָ֥ם וְעַד־בְּהֵמָ֖ה וּבְכָל־עָרָ֑יו נְוֵ֣ה רֹעִ֔ים מַרְבִּצִ֖ים צֹֽאן׃ יג בְּעָרֵ֨י הָהָ֜ר בְּעָרֵ֤י הַשְּׁפֵלָה֙ וּבְעָרֵ֣י הַנֶּ֔גֶב וּבְאֶ֧רֶץ בִּנְיָמִ֛ן וּבִסְבִיבֵ֥י יְרוּשָׁלִַ֖ם וּבְעָרֵ֣י יְהוּדָ֑ה עֹ֣ד תַּעֲבֹ֧רְנָה הַצֹּ֛אן עַל־יְדֵ֥י מוֹנֶ֖ה אָמַ֥ר יְהוָֽה׃ יד הִנֵּ֛ה יָמִ֥ים בָּאִ֖ים נְאֻם־יְהוָ֑ה וַהֲקִֽמֹתִי֙ אֶת־הַדָּבָ֣ר הַטּ֔וֹב אֲשֶׁ֥ר דִּבַּ֛רְתִּי אֶל־בֵּ֥ית יִשְׂרָאֵ֖ל וְעַל־בֵּ֥ית יְהוּדָֽה׃ טו בַּיָּמִ֤ים הָהֵם֙ וּבָעֵ֣ת הַהִ֔יא אַצְמִ֥יחַ לְדָוִ֖ד צֶ֣מַח צְדָקָ֑ה וְעָשָׂ֛ה מִשְׁפָּ֥ט וּצְדָקָ֖ה בָּאָֽרֶץ׃ טז בַּיָּמִ֤ים הָהֵם֙ תִּוָּשַׁ֣ע יְהוּדָ֔ה וִירוּשָׁלִַ֖ם תִּשְׁכּ֣וֹן לָבֶ֑טַח וְזֶ֥ה אֲשֶׁר־יִקְרָא־לָ֖הּ יְהוָ֥ה ׀ צִדְקֵֽנוּ׃ יז כִּי־כֹ֖ה אָמַ֣ר יְהוָ֑ה לֹֽא־יִכָּרֵ֣ת לְדָוִ֔ד אִ֕ישׁ יֹשֵׁ֖ב עַל־כִּסֵּ֥א בֵֽית־יִשְׂרָאֵֽל׃ יח וְלַכֹּהֲנִים֙ הַלְוִיִּ֔ם לֹֽא־יִכָּרֵ֥ת אִ֖ישׁ מִלְּפָנָ֑י מַעֲלֶ֨ה עוֹלָ֜ה וּמַקְטִ֥יר מִנְחָ֛ה וְעֹ֥שֶׂה־זֶּ֖בַח כָּל־הַיָּמִֽים׃
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 10:55 am
Rabbi Dr. האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 10:34 am
די עיקר ווארט איז נישט ’די לאנד’ פער סע, די עיקר דגוש אין אלע פסוקים איז די ’ושכנתי בתוככם’ וואס כדי דאס צו האבן האט פשוט אויסגעפעלט אר”י אלס א טעכנישע פרט ווייל דוקא אויף דער שטיקל ריעל עסטעיט איז ’עיני ה’ אלוקיך בה’.

בזמן בית ראשון איז געווען השראת השכינה אויף אזא פארנעם צווישן די אידן אין אר”י אז סהאט נישט אויסגעפעלט רעדן פון עולם הבא, ווייל די ’נהנה מזיו השכינה’ איז געווען אויף די וועלט ממש! מיר קענען פשוט נישט משיג זיין וואס דאס מיינט אז די שכינה רוהט צווישן אידן אין אר”י.

טאקע פון נאכן חורבן בית ראשון וואס ס’איז מער נישט געווען די זעלבע דרגא פון השראת השכינה הייבט מען אן צו הערן פון די מושגים ’עולם הבא’ מיט ’תחיית המתים’ ווייל פארדעם איז די עולם הבא געווען אויפן עולם הזה, און דאס איז די אמתע עולם הזה וואס די תורה רעדט. וכמובא בליקוטי מוהר”ן אז היינט לעבן מיר ניטאמאל אויפן עולם הזה נאר אין עולם הגיהנום.
סאו למשל אזא פסוק: עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה קול מצהלות חתנים מחופתם ונערים ממשתה נגינתם, טוט דאס נישט ארויסברענגן לשבח ותהילה די ענין פון הנאה און גליק אין פשוט'ע עולם הזה?
ברויכסט אן ערנסטע ריסעט אין דיין בליק אויפן תכלית הבריאה.

דער רבוש״ע איז דער הטוב והמטיב און די תכלית הבריאה איז אז זיינע באליבטע קינדער זאלן זיצן במנוחה אין זיין הייליג לאנד, מיט אלע תענוגים וואס די וועלט האט כדי צו קענען זיין דבוק אין אים בשלימות דורך זיין תורה און מצוות. אונזער גאנצע עבודה אין גלות איז אן הכנה צום תכלית. די תכלית פון א שלום בית, א זיווג וואס לעבט בשלום ושלווה, השקט ובטח, לעולמי עד.

במהרה בימינו!
אני הוא הנער, נער המדבר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 11:20 am

אה גוט צו האבן דא א ריכטיגע פארצייטישע דמות, און איך ווער נישט באליידיגט פון א גענעראל'ס נזיפה, סור יעס סור!
סאו בעסיקלי זאגסטו אז די תכלית פון אלעס איז תורה און מצוות (איך גלייב אז בעיקר די מצוות פון ספרי מדע און אהבה), א בחינה פון שכר מצוה - מצוה, און דאס לעבן אין ארץ ישראל במנוחה ושמחה איז א הכנה דערצו, ריכטיג?
ס'דא וואס טייטשן טאקע אזוי דעי פסוק אין תהלים: ויתן להם ארצות גוים ועמל לאמים יירשו, בעבור ישמרו חוקיו ותורותיו ינצורו, הללוקה.
אבער איך בין נישט זיכער אז דאס איז ממש די אוועראלל פיקטשער, איך האף אז איך בין בארעכטיגט דערצו...
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6707
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

תגובה דורך פראקטיש »

שוין געשריבן דא עטליכע מאל און כעל עס איבערזאגן ווילאנג ס'וועט ענק אריינגיין אין קאפ אריין.

לייענען תנ"ך מיט טריקענע טייטש ווי א מעשה ביכל אדער אן אינסטרוקציע מענועל איז כפירה, פינטל.

ערליכע אידן לעבן מיט חכמינו ז"ל און די ראשונים...

איינמאל מ'ווייסט דאס, איז גארנישט מער שווער.

א פרייליכן שבת.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:05 pm

חס וחלילה נישט געמיינט צו פליקן! איך בעט דיר איבער.

די תכלית איז תורה ומצוות, מיט עונג. מיט גוף, נפש און נשמה. אלע גשמיות׳דיגע הצטרכות׳ איז א מוז כדי צו קענען צוקומען דערצו, און וועגן וועט דאס אזוי זיין. יעצט פארוואס טאקע דער אייבערשטער האט געוואלט מען זאל אין דינען מיט די גוף? אויף דעם האמיר ספרים אויף ספרים וואס זענען דאס הערליך מסביר.

אלע שוועריגרייטן בגשמיות און ברוחניות יעצט אין גלות איז פאר כפרת עוונות, אדער תיקונים אדער לקבל שכר. דאס איז די הכנה פארן יום שכולו טוב, אין אלע הינזיכטן.
לעצט פארראכטן דורך בניהו אום פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אני הוא הנער, נער המדבר
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך !want to be good »

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:05 pm

אה גוט צו האבן דא א ריכטיגע פארצייטישע דמות, און איך ווער נישט באליידיגט פון א גענעראל'ס נזיפה, סור יעס סור!
סאו בעסיקלי זאגסטו אז די תכלית פון אלעס איז תורה און מצוות ( איך גלייב אז בעיקר די מצוות פון ספרי מדע און אהבה ), א בחינה פון שכר מצוה - מצוה, און דאס לעבן אין ארץ ישראל במנוחה ושמחה איז א הכנה דערצו, ריכטיג?
ס'דא וואס טייטשן טאקע אזוי דעי פסוק אין תהלים: ויתן להם ארצות גוים ועמל לאמים יירשו, בעבור ישמרו חוקיו ותורותיו ינצורו, הללוקה.
אבער איך בין נישט זיכער אז דאס איז ממש די אוועראלל פיקטשער, איך האף אז איך בין בארעכטיגט דערצו...
וואס מיינט די שורה???
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

!want to be good האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:12 pm

שמע ישראל - ואהבת
ווען מ'רעדט פון "תכלית" שטעל איך מיך פאר אז מ'רעדט פון די אויבנדערמאנטע, און נישט הענקה פון עבד עברי און שילוח הקן, אבער מי יודע, דאס איז טאקע א חלק פון וואס איך וויל דורכטוהן מיט'ן חשוב'ען ציבור
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:20 pm

די מצווה פון עבד עברי האט די זעלבע תכלית ווי לייגן תפילין. פארוואס פונקטליך און וויאזוי, וועסטו (און איך) פארשטיין ווען די סודות התורה וועט נתגלה ווערן פאר אונז.
אני הוא הנער, נער המדבר
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

ווען מ'רעדט פון "סודות התורה" מיינט מען צו זאגן אז די נחביס און ופסיס וואס זענען געשטאנען בפרשתינו בעבר הירדן האבן געוויסט אט די סודות?
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7119
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:06 pm
שוין געשריבן דא עטליכע מאל און כעל עס איבערזאגן ווילאנג ס'וועט ענק אריינגיין אין קאפ אריין.

לייענען תנ"ך מיט טריקענע טייטש ווי א מעשה ביכל אדער אן אינסטרוקציע מענועל איז כפירה, פינטל.

ערליכע אידן לעבן מיט חכמינו ז"ל און די ראשונים...

איינמאל מ'ווייסט דאס, איז גארנישט מער שווער.

א פרייליכן שבת.
ווען חז״ל זאגן אונז אז פון ווען די ביהמ״ק איז חרוב געווארן ניטלה טעם בשר ועוד האבן זיי עס געמיינט כפשוטו. חז״ל זאגן אז ווען די רשעים וואלטן געוויסט וואס זיי האבן פארלוירן מיטן פארברענען די ביהמ״ק וואלטן זיי עס קיינמאל געטוהן. דאס מיינט כפשוטו. אינעם עולם העשי׳.

ירוחם פישל האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:40 pm
ווען מ'רעדט פון "סודות התורה" מיינט מען צו זאגן אז די נחביס און ופסיס וואס זענען געשטאנען בפרשתינו בעבר הירדן האבן געוויסט אט די סודות?
אוודאי אזוי. ס׳איז באקאנט די מימרא פון הייליגן גר״א אז ווען מען לאזט אים בעטן איין זאך פון הימל וואלט ער געבעטן ער זאל זעהן א איד וואס האט געלעבט בזמן שבית המקדש היה קיים. כש״כ וכש״כ דור המדבר.

באקאנט די מעשה מיט עבודת ישראל (אויב איך געדענק גוט) וועגן די נשמה וואס האט מתקן געווען און געהאט חלישת הדעת ווען יענער האט אים געזאגט אז די אלע יחודים וואס ער טוט יעצט האט ער געקענט אלץ קליין קינד אין א״י בזמן הבית.
אני הוא הנער, נער המדבר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע:ששש.. ס'גילו!!

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

שיינע טעמע.

בעצם איז דאס די קשיא וואס אלע ראשונים באהאנדלען, ווי מען האט שוין דערמאנט. קוק אריין אין כלי יקר פר' בחוקותי ברענגט ער ארום צען מהלכים פון די ראשונים.

דירעקט צום נושא פון ארץ ישראל שרייבט עס רבי יהודה הלוי אין ספר הכוזרי, וואס כ'בין דא מעתיק:
קד - אָמַר הַכּוּזָרִי: אֲנִי רוֹאֶה שֶׁיִּעוּדֵי זוּלַתְכֶם שְׁמֵנִים וּדְשֵׁנִים מִיִּעוּדֵיכֶם.

קה - אָמַר הֶחָבֵר: אֲבָל הֵם כֻּלָּם אַחֲרֵי הַמָּוֶת וְאֵין בַּחַיִּים בָּהֶם דָּבָר שֶׁיּוֹרֶה עֲלֵיהֶם.

קו - אָמַר הַכּוּזָרִי: וְלֹא רָאִיתִי אֶחָד מִן הַמַּאֲמִינִים בַּיִּעוּדִים הָהֵם שֶׁהוּא מִתְאַוֶּה לִמְהִירוּתָם, אֲבָל אִם הָיָה בִיכָלְתּוֹ לְאַחֲרָם אֶלֶף שָׁנִים וְיִשָּׁאֵר בְּמַסֹּרֶת הַחַיִּים וּבְעֹל הָעוֹלָם וְעִצְּבוֹנוֹ, הָיָה בוֹחֵר בָּזֶה.

קז - אָמַר הֶחָבֵר: וּמַה תֹּאמַר בְּמִי שֶׁהוּא רוֹאֶה אֵלֶּה הַמַּעֲמָדִים הַגְּדוֹלִים הַמַּלְאֲכוּתִיִּים.

קח - אָמַר הַכּוּזָרִי: מִבְּלִי סָפֵק שֶׁהוּא מִתְאַוֶּה שֶׁתַּתְמִיד נַפְשׁוֹ עַל הַפְּרִידָה מֵחוּשָׁיו וְתִשָּׁאֵר נֶהֱנֵית בָּאוֹר הַהוּא, ויהוּא מִי שֶׁמִּתְאַוֶּה הַמָּוֶת.

קט - אָמַר הֶחָבֵר: אֲבָל יִעוּדֵינוּ הִדָּבְקֵנוּ בָּעִנְיָן הָאֱלֹהִי בַנְּבוּאָה, וּמַה שֶּׁהוּא קָרוֹב לָהּ, וְהִתְחַבֵּר הָעִנְיָן הָאֱלֹהִי בָנוּ בַגְּדֻלָּה וּבַכָּבוֹד וּבַמּוֹפְתִים. וְעַל כֵּן אֵינֶנּוּ אוֹמֵר בַּתּוֹרָה, כִּי אִם תַּעֲשׂוּ הַמִּצְוָה הַזֹּאת, אֲבִיאֲכֶם אַחֲרֵי הַמָּוֶת אֶל גַּנּוֹת וַהֲנָאוֹת, אֲבָל הוּא אוֹמֵר: וְאַתֶּם תִּהְיוּ לִי לְעָם וַאֲנִי אֶהְיֶה לָכֶם לֵאלֹהִים מַנְהִיג אֶתְכֶם, וְיִהְיֶה מִכֶּם מִי שֶׁיַּעֲמֹד לְפָנַי וּמִי שֶׁיַּעֲלֶה לַשָּׁמַיִם כַּאֲשֶׁר הָיוּ הוֹלְכִים בֵּין הַמַּלְאָכִים, וְיִהְיוּ נַם כֵּן מַלְאָכַי הוֹלְכִים בֵּינֵיכֶם בָּאָרֶץ וְתִרְאוּ אוֹתָם יְחִידִים וְרַבִּים, שׁוֹמְרִים אֶתְכֶם וְנִלְחָמִים לָכֶם, וְתַתְמִידוּ בָאָרֶץ אֲשֶׁר הִיא עוֹזֶרֶת עַל הַמַּעֲלָה הַזֹּאת, וְהִיא אַדְמַת הַקֹּדֶש, וְיִהְיֶה שָׂבְעָהּ וְרַעֲבוֹנָהּ וְטוֹבָתָה וְרָעָתָה – בָּעִנְיָן הָאֱלֹהִי כְּפִי מַעֲשֵׂיכֶם, וְיִהְיֶה נוֹהֵג כָּל הָעוֹלָם עַל הַמִּנְהָג הַטִּבְעִי – זוּלַתְכֶם, כִּי תִרְאוּ, עִם שְׁכִינָתִי שֶׁתִּהְיֶה בְתוֹכְכֶם, מִטּוּב אַדְמַתְכֶם וְסֵדֶר גִּשְׁמֵיכֶם שֶׁלֹּא יַעַבְרוּ עִתֵּיהֶם הַצָּרִיךְ לָהֶם, וְשֶׁתִּגְבְּרוּ עַל אוֹיְבֵיכֶם בִּמְתֵי מִסְפָּר – הַמִּנְהָג, מַה שֶׁתַּכִּירוּ בוֹ, כִּי אֵין עִנְיַנְכֶם נוֹהֵג עַל הַמִּנְהָג הַטִּבְעִי, אֲבָל הָרְצוֹנִי, כַּאֲשֶׁר תִּרְאוּ אִם תַּמְרוּ מֵהַבַּצֹּרֶת וְהַנֶּגֶף וְהַחַיָּה הָרָעָה – וְהָעוֹלָם כֻּלּוֹ בְשַׁלְוָה, וְאָז תֵּדְעוּ כִּי עִנְיַנְכֶם מַנְהִיג אוֹתוֹ דָבָר שֶׁהוּא גָדוֹל מִן הָעִנְיָן הַטִּבְעִי. וְהָיָה כָל זֶה וְהַתּוֹרָה הַזֹּאת וְכָל יִעוּדֶיהָ מֻבְטָחִים, לֹא יִפֹּל מֵהֶם דָּבָר; וְיִעוּדֶיהָ כֻלָּם כּוֹלֵל אוֹתָם שֹׁרֶש אֶחָד וְהוּא יִחוּל קִרְבַת אֱלֹהִים וּמַלְאָכָיו. וּמִי שֶׁיַּגִּיעַ אֶל הַמַּעֲלָה הַזֹּאת לֹא יִירָא מִן הַמָּוֶת, וְתוֹרָתֵנוּ כְבָר הֶרְאֵית לָנוּ זֶה עַיִן בְּעַין. וְהַמָּשָׁל בָּזֶה, חֲבֵרִים שֶׁהָיוּ עוֹמְדִים בַּמִּדְבָּר, וְהָלַךְ אֶחָד מֵהֶם אֶל הֹדּוּ וּפָגַע מִמֶּלֶךְ הֹדּוּ כָּבוֹד וּגְדֻלָּה מִפְּנֵי שֶׁיָּדַע, שֶׁהוּא מִן הַחֲבֵרִים הָהֵם, וְהָיָה יוֹדֵעַ אֲבוֹתֵיהֶם מִקֶּדֶם וְהָיוּ מֵאוֹהֲבָיו, וְנָתַן לוֹ מַתָּנוֹת יְקָרוֹת שֶׁנָּשָׂא אוֹתָם אֶל חֲבֵרָיו, וְהִלְבִּישׁוֹ בִגְדֵי חֲמוּדוֹת וְשָׁלַח עִמּוֹ מֵעֲבָדָיו אֲנָשִׁים, – וְלֹא עָלָה עַל לֵב אִישׁ שֶׁיֵּצְאוּ מִלִּפְנֵי הַמֶּלֶךְ וְלֹא שֶׁיֵּלְכוּ אֶל הַמִּדְבָּר הַהוּא, – וְצִוָּהוּ בְמִצְוֹת וְכָרַת עִמּוֹ בְרִית לְקַבֵּל עֲבוֹדָתוֹ. וּבָא אֶל חֲבֵרָיו עִם הַשְּׁלוּחִים הָהֵם הַהֻדִּיִּים וְשָׂמְחוּ בָהֶם הַחֲבֵרִים הָהֵם וְהִשְׁתַּדְּלוּ בִכְבוֹדָם וּבָנוּ לָהֶם אַרְמוֹן שֶׁהוֹשִׁיבוּם בּוֹ, וְשָׁבוּ הַחֲבֵרִים הָהֵם שׁוֹלְחִים שְׁלוּחִים לְהַגִּיעַ אֶל אֶרֶץ הֹדּוּ וְלִרְאוֹת פְּנֵי הַמֶּלֶךְ מִבְּלִי טֹרַח בְּעֵזֶר אֵלֶּה הַשְּׁלוּחִים שֶׁהָיוּ מוֹרִים אוֹתָם הַדֶּרֶךְ הַקְּרוֹבָה וְהַיְשָׁרָה. וַיֵּדְעוּ כֻלָּם, כִּי מִי שֶׁרוֹצֶה לָלֶכֶת אֶל אֶרֵץ הֹדּוּ הוּא קַל עָלָיו מְאֹד כְּשֶׁיִּדְבַּק בַּעֲבוֹדַת הַמֶּלֶךְ וִיכַבֵּד שְׁלוּחָיו הַמַּגִּיעִים אוֹתוֹ אֵלָיו, וְלֹא הֻצְרְכוּ לִשְׁאֹל לָמָּה נַעֲבֹד הָעֲבוֹדָה הַזֹּאת, כִּי הָעִלָּה נִרְאֵית לָעַיִן – כְּדֵי לְהִתְחַבֵּר בַּמֶּלֶךְ, וְחֶבְרָתוֹ הִיא הַטּוֹבָה. וְהַחֲבֵרִים הֵם בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וְהַהוֹלֵךְ הָרִאשׁוֹן הוּא משֶׁה, וְהַהוֹלְכִים הָאֲחֵרִים הֵם שְׁאָר הַנְּבִיאִים, וְהַשְּׁלוּחִים הַהֻדִּיִּים הֵם הַשְּׁכִינָה וְהַמַּלְאָכִים, וְהַבְּגָדִים הַחֲמוּדוֹת הֵם הָאוֹר הַמֻּשְׂכָּל אֲשֶׁר חָל בְּנַפְשׁוֹ מֵהַנְּבוּאָה וְהָאוֹר הַמֻּרְגָּשׁ אֲשֶׁר חָל עַל פָּנָיו, וְהַמַּתָּנוֹת הַיְקָרוֹת הַשְּׁלוּחוֹת הֵם שְׁנֵי הַלּוּחוֹת עִם עֳשֶׂרֶת הַדְּבָרִים. וּבַעֲלֵי הַנִּמּוּסִים הָאֲחֵרִים לֹא רָאוּ מִכָּל זֶה מְאוּמָה, אַךְ אָמְרוּ לָהֶם: קַבְּלוּ עֲבוֹדַת מֶלֶךְ הֹדּוּ, כַּאֲשֶׁר קִבְּלוּ עֲלֵיהֶם הַחֲבֵרִים הָהֵם, וְאַחֲרֵי הַמָּוֶת תַּגִּיעוּ אֶל הַמֶּלֶךְ, וְאִם לֹא, – יַרְחִיק אֶתְכֶם וְיַעֲנשׁ אֶתְכֶם אַחֲרֵי מוֹתְכֶם. וּמֵהֶם מִי שֶׁאָמַר: לֹא בָא אֵלֵינוּ אָדָם שֶׁיַּגִּיד לָנוּ שֶׁיִּהְיֶה אַחֲרֵי מוֹתוֹ בְּגַן עֵדֶן אוֹ בְגֵיהִנֹּם. וְרֻבָּם הֵגְבִּירוּ סִדּוּר עִנְיָנָם וְחִבּוּר עֲצָתָם וְקִבְּלוּ הָעֲבוֹדָה וְיִחֲלוּ נַפְשׁוֹתָם בַּמַּצְפּוּן יִחוּל חָלוּשׁ, אַךְ בַּנִּרְאֶה יִחוּל חָזָק וְנֶאֱמָן, וּמִתְגַּדְּלִים וּמִתְפָּאֲרִים עַל עַמֵּי הָאָרֶץ שֶׁבָּהֶם בָּאֱמוּנָה. וְאֵיךְ יִתְפָּאֲרוּ אֵלֶּה בְּטַעֲנַת מַה שֶּׁיַּגִּיעוּ אֵלָיו אַחֲרֵי מוֹתָם עַל מִי שֶׁיַּגִּיעַ זֶה אֵלָיו בְּחַיָּיו, וַהֲלֹא טֶבַע הַנְּבִיאִים וְהַחֲסִידִים קָרוֹב אֶל הַקַּיָּמִים בָּעוֹלָם הַבָּא יוֹתֵר מִטֶּבַע מִי שֶׁלֹּא קָרַב אֶל הַמַּדְרֵגָה הַזֹּאת.

קי - אָמַר הַכּוּזָרִי: כַּמָּה הוּא רָחוֹק מִן הַדַּעַת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם כָּלֶה בְטִבְעוֹ אָבֵד גּוּפוֹ וְנַפְשׁוֹ כַבְּהֵמוֹת זוּלָתִי הַפִּילוֹסוֹפִים, עַל דַּעְתָּם. וְעוֹד יֹאמְרוּ אַנְשֵׁי הַתּוֹרוֹת שֶׁהוּא יָשׁוּב – חַי לָעַד בִּנְעִימוֹת, בַּעֲבוּר מִלָּה שֶׁהוּא אוֹמֵר בְּפִיו, וְאֶפְשָׁר שֶׁלֹּא יָבִין עִנְיָנָהּ. כַּמָּה גְדוֹלָה מַעֲלַת הַמִּלָּה שֶׁתַּעְתִּיק מִמַּדְרֵגַת הַבְּהֵמוֹת אֶל מַעֲלַת הַמַּלְאָכִים, וּמִי שֶׁאֵינוֹ אוֹמֵר הַמִּלָּה הַהִיא יָשׁוּב בְּהֵמָה אֲפִלּוּ אִם יִהְיֶה פִּילוֹסוֹף חָכָם עוֹשֶׂה טוֹב כָּל יָמָיו כּוֹסֵף אֶל הַמַּעֲלוֹת הָהֵם.

קיא - אָמַר הֶחָבֵר: אֵין אֲנַחְנוּ שׁוֹלְלִים מִשּׁוּם אָדָם גְּמוּל מַעֲשָׂיו הַטּוֹבִים מֵאֵיזוֹ אֻמָּה שֶׁיִּהְיֶה, אֲבָל אֲנַחְנוּ רוֹאִים הַטּוֹבָה הַגְּמוּרָה לָעָם הַקְּרוֹבִים בְּחַיֵּיהֶם, וְאָנוּ עוֹרְכִים מַעֲלוֹתָם אֵצֶל הָאֱלֹהִים אַחֲרֵי מוֹתָם בָּעֵרֶךְ הַהוּא.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
ירוחם פישל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 16, 2023 3:17 pm
לאקאציע:מאנטריאל

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם פישל »

יאפ שוין העכסט צייט אריינצובליקען בשתיקה אין כוזרי, ייש"כ! (היינט איז שוין 'סוף מערב' אמת'דיג "סוף"...)
זוכט איר צו הייערן א טויגליכער אינגערמאן? לאמיר רעדן אין אישי!
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6707
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וואס איז דאס דער לאנד צוזאג?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

בניהו האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:40 pm
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2024 12:06 pm
שוין געשריבן דא עטליכע מאל און כעל עס איבערזאגן ווילאנג ס'וועט ענק אריינגיין אין קאפ אריין.

לייענען תנ"ך מיט טריקענע טייטש ווי א מעשה ביכל אדער אן אינסטרוקציע מענועל איז כפירה, פינטל.

ערליכע אידן לעבן מיט חכמינו ז"ל און די ראשונים...

איינמאל מ'ווייסט דאס, איז גארנישט מער שווער.

א פרייליכן שבת.
ווען חז״ל זאגן אונז אז פון ווען די ביהמ״ק איז חרוב געווארן ניטלה טעם בשר ועוד האבן זיי עס געמיינט כפשוטו. חז״ל זאגן אז ווען די רשעים וואלטן געוויסט וואס זיי האבן פארלוירן מיטן פארברענען די ביהמ״ק וואלטן זיי עס קיינמאל געטוהן. דאס מיינט כפשוטו. אינעם עולם העשי׳.
אסאך מדרשי חז"ל מיינט כפשוטו און אנדערע נישט, אויף דעם דארף זיך מעמק זיין אין די ראשונים אדער שפעטער גדולים וצדיקים צו פארשטיין וויאזוי זיי האבן דאס אנגעקוקט
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”