משפחת וויינבערגער, וויזעל
נכדי ר' אשר יונה קוויטנער (כן נקרא במעטריקעל ולאחרונה נשתנה שמו לקרייטנער) דערציילען אז ר' אשר יונה איז געוועהן בן ר' חיים הנ"ל חתן ר' יהודה צבי (!) אין ר' אשר יונה אליינס איז געוועהן חתן ר' יצחק לייב ווילנער בן או נכד ר' ר' שמואל ווילנער (האם יש עוד מקור שהיה אדם כזה ?) חת"ר אברהם חיים ממיקלעייב חת"ר מפרעמישלאן וכו' בעיקר טרעפט מען דאס ביי נכדי ר' אלעזר וויינבערגער חתן ר' אשר יונה הנ"ל (כנסת ישראל, תולדות בסו"ס בית יצחק, צדיק מה פעל, אבל לפלא אז זיי דערמאנען עס נישט דער ערשטע יאהרן נאכ'ן קריג כגון רשי"ז מבורשטין שהדפיס הספר דגמ"י בתשי"ח ור' אלתר יצחק וויינבערגער בספריו הגם אז עס שטייט אויף זיין מציבה משנת תשל"ד) דער איינקליך פון ר' יוסף חיים לאנדא חתן ר' אשר יונה ווייסען נישט צו זאגען דערפון (כן אמר לי נכדו ר' משה חיים לאנדא שליט"א ועוד, אין ספר בנין שלום דערמאנט ער עס יא וצריך בירור פון ווי ער נעמט דאס) והדבר אומר דרשני, אין בכלל זעהט עס נישט אויס צו שטימען ווייל אין דער מעטריקאל זעהט מען אז ר' אשר יונה האט שוין געהאט א טאכטער חיה [חיה שפרינצא אשת ר' אלעזר וויינבערגער] בשנת תרכ"ט [איז נישט מרת יוטא לאנדא געוועהן עלטער ?] איז עס שווער צו גלייבען אז זי איז געוועהן א אוהר איינקיל פון מרת רייזל וואס איז דעמאלסט געוועהן 55 אדער א איינקל פון ר' חיים וואס האט נאך געהאט קינדער בשנת תרל"ו, ועוד זעהט מען דארט אז דער ווייב פון ר' אשר יונה האט געהייסן פרענקל און נישט ווילנער
משפחת וויזעל דערציילט אז זייער באבע מרת מינצא בילא וויזעל איז געוועהן א טאכטער פון ר' חיים קרייטנער ולמעלה בקודש, קיין פרטים טרעף איך נישט, וצריך בירור