אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

ברוכים הבאים און וועלקאם בעק צו נאך א שאוי מיט @בריטי .

היינט וועלען מיר בעזר השם ממשיך זיין מיט חלק ג' אין דער אוויאציע סעריאס.

פאר חלק א' דרוקט דא
פאר חלק ב' דרוקט דא

היינט וועלען מיר רעדן איבער ביליגע עירליינס. ובשם השם נעשה ונצליח, Let's get started.

בילד

Ryanair איז א איירעש אלטרא Low-cost עירליין באזירט אין דאבלין די הויפשטאט פון איירלאנד.

איירלאנד איז א אינזעל אין מערב אייראפע, די אינזעל איז מערב פון ענגלאנד. ממש ביי דער שפיץ פון אייראפע.

בילד

די נאמען Ryanair שטאמט פון דער איירעשע ביליאנער Thomas Anthony Ryan , און Christopher Ryan. די פאונדערס פון דער קאמפעני.און דער צווייטער חלק פון דער נאמען Air שטאמט פון הוילע לופטחחח.

די עירליין האט א קנאפע 598 פליגערס אין איר באזיץ.

די עירליין פארט צו 235 דעסטענאציעס.

Ryanair איז דער גרעסטער עירליין אין יוראפ, אין 2016 איז עס געווארן דער גרעסטער עירליין אין דער וועלט מיט געסקעדזשוואלטע אינטערנאצינאלע פאסאנדשירען.

דער עירליין פארט בעיקר אויף קערצערע רייזעס אין יוראפ, אפריקא, און מיטל מזרח ווי ירדן מיט מדינות ישראל. דא האט איר א מאפע.

בילד

די עירליין האט נאר Boeing 737-800 און 737 MAX 200.

Ryair וועט אייביג פראבירען צו פארן צו א זייטיגע עירפארט אינדרויסען פון שטאט אנשטאטס דער גרויסע שטאטס עירפארט צוליב וואס דער לאנדען קאסטען זענען דארט ביליגער, וואס דאס ערלויבט זיי צו האלטן די עירפערס ביליג. אין פאקט האט דער עירליין געהאט אפגעשטעלט אלע רייזעס ארויס און אריין ארץ ישראל צוליב וואס דער עירפארט האט זיי נישט געלאזט נוצען טערמענאל 1 וואס איז ביליגער און זיי געצווינגען צו נוצען טערמענאל 3.

Ryanair האט 3 גרויסע באזעס פון ווי זיי פירן אן גרויסע אפעראציעס. דאס זענען 1. דאבלין איירלאנד ווי זייער הויפטקוואטיר איז 2. לאנדאן Stansted עירפארט. 3. Milan Bergamo אין איטאליע.

אז מען רעדט פון לאנדאן מוז מען דערמאנען אז לאנדאן האט אפאר עירפארטס ווי פאלגענד.
בילד
לאמער עס מאכן בקיצור.

קודם איז דא דער תנין הגדול דער גרויסער Heathrow לופטפעלד. Heathrow איז דער פארנומענסטע לופטפעלד אין די UK. דער לופטפעלד האט אבער סך הכל 2 runways.

דער עירפארט האט 4 טערמענאלס. ווי איינער פון די טערמענאלס טערמענאל 5 איז דער באזע פאר נישט קיין צווייטער ווי @בריטיש עירוועיס .

דער עירפארט איז דער main gateway פאר די וואס קומען אריין פון א נישט אייראפעאישע קאנטרי. דאס הייסט אז רוב פליגערס וואס קומען פון אמעריקא וועלען דארט אנקומען.

דערנאך האמיר לאנדאן City עירפארט.

די עירפארט איז גאר א קליינע עירפארט. מיט 1 runaway.

דערנאך האבן מיר לאנדאן Gatwick עירפארט. געטוועק איז דער צווייט פארנומענסטע עירפארט אין ענגלאנד נאך Heathrow. די עירפארט האט אויך 1 runway מיט 2 טערמענאלס. די עירפארט איז א גרויסע באזע פאר EasyJet ווי מיר וועלען באלד זעהן בעזר ה'

דערנאך האבען מיר לאנדאן Stansted עירפארט. Stansted איז דער דריטע גרעסטע עירפארט אין לאנדאן, און דער פערטע גרעסטע אין ענגלאנד איינס אינטער מאנטשעסטער. ווי געשמועסט איז עס א גרויסע באזע פאר Ryanair. ווי אויך איז דאס באנוצט געווארן דורך אמעריקאנער פרעזעדענטען צו לאנדען זייער עיר פארס וואן.

Southend עירפארט איז אויך גאר א קליינע.

דערנאך איז דא די London Luton עירפארט. לוטן איז לאנדאן'ס 4 גרעסטע עירפארט און ענגלאנד'ס 5.
דאס ווערט בעיקר באנוצט דורך Low-cost עירליינס ווי EasyJet און Wizz air.

נאך איין קליינע נקודה פאר מיר גייען ווייטער, Ryanair האט קלענערע קאמפעניס אינטער זייער שירעם. גערופן subsidiaries. איינער פון זיי רופט זיך RYANAIR UK.

פארשטייט זיך אז זייער קאסמער סערוויס איז שלעכט. און געבט אכטונג נישט צו נעמען אן איבריגע סאדע קען.
בילד

בילד

Wizz Air איז א אונגארישע Low-cost עירליין.

זיי האבען אויך אינטער זיך אפאר קלענערע קאמפעניס גערופן subsidiaries. איינער פון דעי ווערט גערופן Wizz Air UK.

זיי פירן בעיקר דורך רייזעס צו אייראפע, צפון אפריקה, אזיא, און דער מיטל מזרח.

דא האט איר א מאפע פון די דעסטענאציעס ווי זיי פארן.

בילד

Wizz Air האט 3 גרויסע באזעס, איינס אין בודאפעסט, א צווייטע אין בוקארעסט רומעניא. און דער דריטע אין לאנדאן Luton ווי אויבען געשריבען. זיי האבן אבער אויך פלייטס פון London Gatwick.

זיי האבען 215 פליגערס און פארן צו 200 דעסטענאציעס.

פאר די אידן פון ארץ ישראל איז דאס ברייט באקאנט ווי דאס עירליין ערמעגליכט זיי צו פארן פון ארץ ישראל קיין אונגארין פאר שפאט ביליג. די וועג נעמט אן ערך פון 3 שעה.

Wizz Air האט נאר Airbus 320 און 321.
בילד

בילד

יעצט לאמיר אביסעל רעדן איבער דער באקאנטער איזידזשעט.

EasyJet איז א בריטישע Low-cost עירליין. די עירליינס הויפטקוואטיר איז אין London Luton עירפארט.

EasyJet האט אינטער זיך EasyJet UK, EasyJet Switzerland און EasyJet Europe.

די עירליין האט אויך גרויסע אפעראציעס אין London–Gatwick, Liverpool דאס איז א שטאט אין ענגלאנד Edinburgh און מאנטשעסטער.

די עירליין האט א פלאטע פון 336 פליגערס.

זיי פליען צו 157 דעסטענאציעס.

פונקט ווי דער פריערדיגע פארן זיי אויך בעיקר אין יוראפ ווי אויך מדינות ישראל און אפריקא. זעה מאפע
בילד

זיי באנוצען זיך בלויז מיט די Airbus A320 319 321.

בילד

צום שלוס, לאמיר אביסל רעדן פון 2 ביליגע עירליינס וואס איז דא אין ארץ ישראל.

אין ארץ ישראל איז דא עטליכע עירפארטס, אבער נאר 2 פון די זענען אין באנוץ פאר אינטערנאצינאלע געסקעדזשוואלטע רוטס.

איינס איז דער באקאנטע בן גוריון עירפארט.

בילד

און דער צווייטער איז דער רמון עירפארט אין אילת וואס געפינט זיך ביי דער דרום שפיץ פון ארץ ישראל. זעה בילד.

בילד

זענען פארהאן 2 ביליגע עירליינס. איינס איז Israir. Israir האט 8 פליגערס און פירט דורך קורצע לאקאלע און אינטערנאצינאלע רייזעס קיין אייראפע פון די 2 אויבען דערמאנטע עירפארטס.
מען נוצט זיי אויך פאר טשארטערס.

אלע פליגערס זענען A320.

די צווייטע איז Arkia. ארקיע האט 5-6 פליגערס. זיי פארן אויך פון דער 2 אויבען דערמאנטע עירפארטס קיין אייראפע.

זיי האבן Airbus 321 מיט Embraer 190 און 195.
בילד

די אלע Low-cost עירליינס באנוצען זיך אין די לוד לופטפעלד מיט טערמענאל 1.

די אלע גרויסע עירליינס באנוצען זיך מיט דער מעין טערמענאל וואס איז טערמענאל 3.

סאיז אמאל געווען א טערמענאל 2 אבער איז געווארן demolished.

סאיז אויך פארהאנען א טערמענאל 4 אבער איז נישט אין באנוץ.

דאס איז עס פאר היינט. אויב האט איר הנאה געהאט, ביטע איבער לאזן א לייקל. געט נאר א דרוק דער גרויסער לייק קנעפל.

] בילד
לעצט פארראכטן דורך בריטיש עירוועיס אום מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:42 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

טענקיו!

וואס טוט זיך מיט די אמעריקאנע ביליגע אירליינס?
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:54 pm
טענקיו!

וואס טוט זיך מיט די אמעריקאנע ביליגע אירליינס?
זיי זענען אפילו ווערד מען זאל רעדן פון זיי?
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 24159
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:56 pm
את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:54 pm
טענקיו!

וואס טוט זיך מיט די אמעריקאנע ביליגע אירליינס?
זיי זענען אפילו ווערד מען זאל רעדן פון זיי?
אלעסקא, דזשעט בלוי, ספריט, וכדומה ווערט אסאך באנוצט ביים היימישן עולם.
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 11:00 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:56 pm
את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:54 pm
טענקיו!

וואס טוט זיך מיט די אמעריקאנע ביליגע אירליינס?
זיי זענען אפילו ווערד מען זאל רעדן פון זיי?
אלעסקא, דזשעט בלוי, ספריט, וכדומה ווערט אסאך באנוצט ביים היימישן עולם.
דזשעט בלוי וואלט איך נישט קאנסידערד א Low-cost
אבער אי"ה עוד חזון למועד.
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 11:05 pm
את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 11:00 pm
בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:56 pm
את פתח לו האט געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2024 10:54 pm
טענקיו!

וואס טוט זיך מיט די אמעריקאנע ביליגע אירליינס?
זיי זענען אפילו ווערד מען זאל רעדן פון זיי?
אלעסקא, דזשעט בלוי, ספריט, וכדומה ווערט אסאך באנוצט ביים היימישן עולם.
דזשעט בלוי וואלט איך נישט קאנסידערד א Low-cost
אבער אי"ה עוד חזון למועד.
סדא נאך אפאר us בעיסט ביליגע עירליינס
פראנטעיר. אלידזעינט וכו

שכח. שטארק הנאה געהאט
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
צלפחד וועבער
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 28, 2024 6:40 pm
לאקאציע:שיק מיר א לאקעישאן איך ווייס נישט ווי איך בין

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צלפחד וועבער »

וואוו זייער שיין באשריבן,
איך גלייך זייער די מסדר'דיג'קייט, אין די אויסשטעל,
👍
👍👍מ'מעג געבען א לייק אפילו ס'נישט קיין פרישע זאך, אי ן אודאי אויב סאיז יא ,
עס אין פאר פרי געב צוויי👍👍
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

ייש"כ, שיין באשריבן, אויב נישט אביסל צופיל בענערס און ווערטער וואס דרייען זיך אהער און אהין און מאכט אביסל שווינדלען.

אין אמעריקע מיין איך איז די מערסטע באקאנט פראנטיער און ספיריט, צוויי ביליגע עירליינס גערעיטעד שלעכטע סערוויס, און האבן די מערסט צעשטופטע זיצן וואס איז נאר שייך.
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

שכח @בריטיש עירוועיס !
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

רוממה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 12:17 pm
שכח @בריטיש עירוועיס!
נא עפעס הערות אדער קאמענטס?
אוועטאר
רוממה
שר חמש מאות
תגובות: 661
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
לאקאציע:הויעך הויעך

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוממה »

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 12:20 pm
רוממה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 12:17 pm
שכח @בריטיש עירוועיס!
נא עפעס הערות אדער קאמענטס?
יא, פארגעסן צו זאגן א וויכטיגע הערה: איך האב זייער הנאה געהאט!
אבער איך ווארט אויף די אמעריקאנע ווערסיע פון לאו קאסט קעריער ארטיקל צו קענען אריינרעדן אביסל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
נואך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 374
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 18, 2022 11:27 am

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נואך »

רוממה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 12:17 pm
שכח @בריטיש עירוועיס!
אנטשילדיגט אבער @בריטיש עירוועיס איז נישט אויף די ליסטע.
THE BEST THING THE GOVERNMENT CAN DO TO THE ECONOMY IS NOTHING
אוועטאר
שווארמאל
שר האלפיים
תגובות: 2013
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 6:15 pm
לאקאציע:אומגעגנט

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארמאל »

שין שיין @בריטי
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

נעכטן געלייקט און היינט געליינט. זייער שיין. אלעס פיין און וואויל די בעסטע עירליין איז נאכאלס @בריטיש עירוועיס ...

זיך אלעמאל געוואונדערט וואס איז דאס Wizz airlines וואס מ'זעט אין לוד.
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 6:52 pm
נעכטן געלייקט און היינט געליינט. זייער שיין. אלעס פיין און וואויל די בעסטע עירליין איז נאכאלס @בריטיש עירוועיס...

זיך אלעמאל געוואונדערט וואס איז דאס Wizz airlines וואס מ'זעט אין לוד.
א בחינה פון
היום לעשותם ומחר לקבל שכרם
אוועטאר
פריפיטשיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 20, 2021 10:16 am

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריפיטשיק »

כ'בין געוואר געווארן אזוי דרך אגב פארוואס די טערמינאל אין נתב"ג הייסט טערמינאל 3

א גרויסן יישר כח! מאסיווע ארבעט!
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

א דאנק @בריטיש עירוועיס פאר די דריטע מאל אונז געבן די הנאה אויף אזא מסודר'דיגע פארנעם.
אין דאס איז חוץ די סעריע פון טעכנעלאגישע כלים וואס די האסט אזוי קלאר אויסגעשמיסט!
א דאנק!
ווי וואנט מאר!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
טעיפ רעקארדער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 12, 2018 8:50 pm
לאקאציע:מיין הארץ איז אין ירושלים

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעיפ רעקארדער »

הערליך שיין @בריטיש עירוועיס,
צוויי קליינע הערות, מדינת ישראל האט נאך צוויי קליינע עירליינס, איינס איז סאנדור וואס ווערט געאוינט ביי עלאל מיט א פלאטע פון צוויי אין פארט צו 17 לאקאציעס, ווי אויך איז דא עיר חיפה מיט איין פליגער דערווייל,
די צווייטע הערה איז, די עירפארט אויפן בילד וואס די האסט ארויפגעלייגט איז די חיפה עירפארט, וואס דאס איז די דריטע עירפארט אין מדינת ישראל, נאך נתב"ג אין ראמון
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:14 am

כהאב עס נישט יעצט נאכגעקוקט אבער די 2 עירליינס פארן אינטערנאצינאל אויף טעגליכע רוטס?

מיר קוקט אויס ווי דער בילד איז יא פון לוד טערמענאל 3 departures
כהאב עס געטראפען זיכענדיג פאר בילדער פון נתב"ג

בריטיש עירוועיס האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:59 am

sundor יא, חיפה איז ניי

איך רעד פון די מאפע וואס צייכנט אן די צוויי עירפארטס

טעיפ רעקארדער האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 8:18 am

די מפה ווייזט 3 עירפארטס
אוועטאר
nodeJS
שר האלף
תגובות: 1104
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

שכח @בריטיש עירוועיס , זייער שיין מסודר'דיג אויסגעשמועסט!
ווארטן מיר זאלסטו באשרייבן די טרענס אטלאנטיק לאו קאסט: נארס, וואו, פרענטש בי, עיר טראנזאנט...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
בריטיש עירוועיס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5133
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
לאקאציע:פליגער

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בריטיש עירוועיס »

nodeJS האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 2:18 pm
שכח @בריטיש עירוועיס, זייער שיין מסודר'דיג אויסגעשמועסט!
ווארטן מיר זאלסטו באשרייבן די טרענס אטלאנטיק לאו קאסט: נארס, וואו, פרענטש בי, עיר טראנזאנט...
כהאב געטרייעט צו פאקסען אויף עירליינס וואס דער עולם איז באקאנט.
אוועטאר
דרייקאפ
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2017 4:26 pm

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייקאפ »

וואס טוט זיך מיט NORSE ?
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1370
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

@בריטיש עירוועיס יישר כח פארן ארויף ברענגען און אונטערהאלטונג!
כ’האב קיינמאל געזען דיין מאסיווע ארבעט.
יישר כח און זיי ממשיך צו טוהן גוטע זאכן פאר כלל ישראל!

אגב לידיעה בעלמא wizz air האט אויפגעטוהן אסאך מער פארן היימישן ציבור אין אר”י ווי נאר ביליגע פלייטס קיין בודאפעשט,
ביז 12-15 יאר צוריק איז געווען דיירעקטע פלייטס פון נתב”ג נאר צו די גרויסע שטעט און מזרח אייראפע ווי למשל בודאפעשט, בוקארעסט, קראקא, ווארשא, קייב, וכדו’

אבער וויז אייר האט אנגעהויבן מיט די מהפכה (נישט נאכגעקוקט, נאר פון זיכרון) און גלייך נאך די ’הסכם שמים פתוחים’ (וואס דער דעמאלס’דיגער ’שר התחבורה’ ישראל כץ - ליכוד, האט געברענגט) וואס האט גע’עפנט די הימלען פון די מדינה פאר אסאך מער געלעגנהייטן, האבן זיי שטייטליך אנגעהויבן צו פירן דיירעקטע פלייטס קיין אייראפע בעיקר צו קליינע שטעט ווי למשל קלוז נאפאקא (קלויזנבורג) אין ראמעניע (15 יאר צוריק ווען א איד האט געוואלט פארן זיך משתטח זיין אויף קברי צדיקים אין ראמעניע ווי דעעש, קארלסבורג, און אפילו סיגעט הא געדארפט פארן מיט א קאר פונעם נענסטן איירפארט א וועג פון בערך 6-8 שעה, אבער פון קלוז’ איז עס 1-2 שעה...) אדער דעברעצין אין אונגארן, קאטוביץ, און נאך וואס האט געמאכט פול גרינגער די וועג צו קברי צדיקים וכו.

נאך א אגב, האט מיר געזאגט אמאל אן אונגארישער גוי/פרייער איד אז זייט די ’מאלעוו’ קאמפאני האט באנקראטירט זענען די אונגארישע געווען זייער צוקלאפט ווייל דאס איז געווען זייער איינציגסטע ’נאציאנאלע’ איירליין! און זייער גאווה!
אבער זייט וויז אייר האט געהויבן קאפ איז עס כמו זייער נאציאנאלע איירליין... און זיי האבן שוין מיט וואס זיך צו גרויס האלטן...
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”