אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

דארף מען עפעס טון בנוגע די געדרענג פון די הקפות ביים רבי'ן?

א דראסישע טויש
42
43%
לאזן אזוי, נאר עטוואס מער סדר, ווי בעריקעידס וכדו'
14
14%
כ'בין באזארגט אבער מ'זאל/מ'קען גארנישט טון
11
11%
ס'איז זייער גוט
30
31%
סך הכל שטימען: 97

אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

צום ערשט: ביטע זיכערמאכן אז די אשכול בלייבט אפן.

ווי באקאנט איז די הקפות אין סאטמאר דער צענטער פונקט פון יאר, ווי אלפי ישראל פרייען זיך מיט די תורה בצל הקודש. די אויסשטעל איז עטוואס אנדערש ווי איבעראל, אז דער גאנצער היכל איז פיל מיט אידן וואס טאנצן אין רינגס, אין דער רבי לויפט ארום צווישן זיי, וואס דאס מיינט אז טויזענטע אידן פולן אן דאס ביהמ"ד און טאנצן פייערדיג שעות ארוכות.
ווי איך האב דא ארויסגעברענגט, פארשטיי איך נישט די סעקיוריטי וואס מ'שטעלט ביים ציון הק', ווען אין צוויי חדשים ארום גייט מען טאנצן שעות ארוכות צינויפגעפרעסט ווי סארדינען, ואין פוצה פה.
ווען איך טראכט צוריק וויאזוי די הקפות אין ק"י און אין ראדני קוקט אויס, אויסער די געגיעים, כאפט מיך אן א שוידער. יעצט אויב דו לאכסט פון מיר, טראכט פון ל"ג בעומר תשפ"א, און שטעל עס צאם מיט די הקפות, און שריי הויעך חס ושלום. אבער דארף מען נישט טון עפעס?
ביטע וועילט, און קאמענטירט.
לעצט פארראכטן דורך ענדיג אום זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרים אלף
תגובות: 22584
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

אין וויזשניץ איז געווען א עלטערע איד מיטן נאמען בנימין קעסלער ע"ה, ער האט געזאגט אמאל פארן רעבין אז מומען ער קומט אויף יום טוב דא קומט ער מיט מסירות נפש, אויב געשעט א פייער אין בית מדרש איז נישט מעגליך אז יעדער זאל ארויסגיין...
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
קאמפיוטער קאפ
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 30, 2023 9:21 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער קאפ »

דראסטישע טויש

נייע בית מדרש אויף פארעסט
אביונה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3070
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אויב ווען סישוין דא צוויי רבי'ס און פונדעסטוועגן איז נאך א סכנה'יגע געדרענג
זאל מען מאכן נאך צוויי רבי'ס
אפשר פיר רבי'ס, פיר הקפות'ער, וועט זיין בעסער
ואם מעט ואוסיפה לך כהנה וכהנה...
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

שוין ווייטער מיט די קרומע-מהלך פון "מ'זאל מיר צושטעלן". דו פילסט ס'איז א סכנה? גיי נישט! אויב נאך אידן וועלן נישט גיין וועלן שוין די קארפן-קעפ פון זיך אליין מאכן שינוים, און אפשר גאר צושטעלן אזאנס און אזעלעכץ.
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
אוועטאר
כפרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4404
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 08, 2019 10:50 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כפרה »

Ozd האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 9:52 am
שוין ווייטער מיט די קרומע-מהלך פון "מ'זאל מיר צושטעלן". דו פילסט ס'איז א סכנה? גיי נישט! אויב נאך אידן וועלן נישט גיין וועלן שוין די קארפן-קעפ פון זיך אליין מאכן שינוים, און אפשר גאר צושטעלן אזאנס און אזעלעכץ.
האלטס'ט אז מירון למשל איז די שולד פון די אידן וואס זענען געקומען? #קרומע-מהלך
לויט די USDA האט די פרייזן פון אייער געפאלן מיט נאך 18 צענט היינט.

מאכט זיכער אייער גראסערי פארקויפט אייך נישט קיין אלטע אייער...
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

גאנץ אינטרעסאנטע ריזאלטס
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
כח און מח
שר חמש מאות
תגובות: 974
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 06, 2022 9:03 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כח און מח »

איך האלט מ'זאל פארדאפלען די ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל! אבער שוין!
כ'רעד מיך אבער נישט איין אז עטליכע יאר שפעטער וועט זיין מער פלאץ ווי ס'איז דא יעצט
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ענדיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:36 pm
גאנץ אינטרעסאנטע ריזאלטס
נישט קיין חידוש בכלל

57% איז פאר די צד אז מ'זאל גארנישט טוישן

אונזער ציבור איז אזי געווייערט ווי כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. אינדיווידואליזם און אקאונטיביליטי איז מער נישט צום האבן.

פאר פראטעסטן הענגט מען צעטליך אז מ'זאל זיכער מאכן צו האבן גענוג גאז איידער מ'פארט ארויס און אז מ'גייט אין בעסקיס...

ס'איז נישט קיין געלעכטער.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:42 pm

אבער 'מזעט נישט מיט די אויגן וואס טוט זיך? איין היסטערישע שריי פון א בחור און כ'ציטער צו שרייבן. ד' ירחם.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3520
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אין פלאץ

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

מענין לענין.
איז דא אן אינטערעסאנטע באשרייבונג פון ר' יושע ווייס, ווי ער שרייבט פרקי זיכרונות פון הקוה"ט מסאטמאר זי"ע.
שרייבט ער דארט אז ווען ער איז געקימען (דאכט זיך) מיר קיין סאטמאר, איז די ראשי קהילה אים געקימען ווייזען א בלו פרינט פון די ביהמ"ד וואס מען האט אים געוואלט בויען,און עס איז געווען גאר גרויס. האט די רבי נישט מסכים געווען, און געזאגט אז 'איך האב ליב א פילע ביהמ"ד. מיינענדיג אז אנדערש קלענערע און עס זאל זיין צוקוועטשט
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ענדיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:45 pm
פראקטיש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:42 pm
ענדיג האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:36 pm
גאנץ אינטרעסאנטע ריזאלטס
נישט קיין חידוש בכלל

57% איז פאר די צד אז מ'זאל גארנישט טוישן

אונזער ציבור איז אזי געווייערט ווי כ'האב שוין כמה פעמים ערווענט. אינדיווידואליזם און אקאונטיביליטי איז מער נישט צום האבן.

פאר פראטעסטן הענגט מען צעטליך אז מ'זאל זיכער מאכן צו האבן גענוג גאז איידער מ'פארט ארויס און אז מ'גייט אין בעסקיס...

ס'איז נישט קיין געלעכטער.
אבער 'מזעט נישט מיט די אויגן וואס טוט זיך? איין היסטערישע שריי פון א בחור און כ'ציטער צו שרייבן. ד' ירחם.
מ'זעהט לויט די ערשטע פשט פון "וירא", די צוווייטע פשט (פארשטאנען) האט מען מער נישט אןיף קיין שום געביט.

אויב שפירט איר איר האט נאך עטוואס דעת, ביטע לעשט עס אויס ווי פריערט פאר אייער אייגענע וואוילזיין.
איךקעןיא
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 26, 2024 2:07 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איךקעןיא »

כווייס נישט וועכע געדרענג מרעדט דא
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

להגדיל שמו האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:46 pm
מענין לענין.
איז דא אן אינטערעסאנטע באשרייבונג פון ר' יושע ווייס, ווי ער שרייבט פרקי זיכרונות פון הקוה"ט מסאטמאר זי"ע.
שרייבט ער דארט אז ווען ער איז געקימען (דאכט זיך) מיר קיין סאטמאר, איז די ראשי קהילה אים געקימען ווייזען א בלו פרינט פון די ביהמ"ד וואס מען האט אים געוואלט בויען,און עס איז געווען גאר גרויס. האט די רבי נישט מסכים געווען, און געזאגט אז 'איך האב ליב א פילע ביהמ"ד. מיינענדיג אז אנדערש קלענערע און עס זאל זיין צוקוועטשט
שוין דא האסט עס, איצט די ערשטע קהילה וואס גייט יא מאכן סדר גייט דאס מיינען אז זיי האבן למעשה יא אוועקגערירט א קוצו של יו"ד פונעם דרך אויף וואס די רבי האט זיך מוסר נפש געוועןן.....

יוי רבש"ע גיב מיר כח.
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

איךקעןיא האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 2:48 pm
כווייס נישט וועכע געדרענג מרעדט דא
איר האט שוין אמאל אריינגעפאפט צו די סאטמארע צענטראלע הקפות אין שטאט אדער אין אפסטעיט?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
סאטמערע שוואנץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

עס דארף אן ערענסטען טויש, מען דארף נישט ווארטן ביז עס וועט עפעס געשען. לויט מיין מיינונג זאל מען אין קרית יואל אויפשטעלן א ריזן טענט אויפן פארקינג לאט פון ביהמ"ד און ארויפציען פון עק צו עק 14 שטאקיגע פארענטשעס וואס דאס וועס אי"ה ברענגען צו א ענדע צו דעם יעצטיגן מצב.
Rommy street
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 3:41 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rommy street »

פאריאר ביי די הקפות אין קרית יואל נאכן איינערקענען אז ארויף קריכן אויף די פארענטשעס איז נישט פאר מיר, האמיר באשלאסן צו שטיין אויפן שטיקל האלץ, וואס שטעקט זיך ארויס פון די פארענטשעס נאכן זייטיגע געיט, און פון דארט מיטהאלטן די הקפות, גייט נישט דורך קיין מינוט און דער איד וואס שטייט פון אינעווייניג הייבט מיר אן שטופן מלא טענות, אז ער קען נישט געהעריג טאנצן ווען איך שטיי דארט, ער דארף [וויל] טאנצן פון רעכטס צו לינקס און ווען איינער שטייט דארט האט ער א קלענער שטח צו טאנצן, וואס איך וויל ארויסברענגן איז, צום ערשט זאלן אלע בשבילי נברא העולם אידן בלייבן אינדערהיים נאכדעם קען מען רעדן פון א אנדערע אויסשטעל
אלטגעזעסענע מאנסיער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:25 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטגעזעסענע מאנסיער »

Rommy street האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 3:39 pm
פאריאר ביי די הקפות אין קרית יואל נאכן איינערקענען אז ארויף קריכן אויף די פארענטשעס איז נישט פאר מיר, האמיר באשלאסן צו שטיין אויפן שטיקל האלץ, וואס שטעקט זיך ארויס פון די פארענטשעס נאכן זייטיגע געיט, און פון דארט מיטהאלטן די הקפות, גייט נישט דורך קיין מינוט און דער איד וואס שטייט פון אינעווייניג הייבט מיר אן שטופן מלא טענות, אז ער קען נישט געהעריג טאנצן ווען איך שטיי דארט, ער דארף [וויל] טאנצן פון רעכטס צו לינקס און ווען איינער שטייט דארט האט ער א קלענער שטח צו טאנצן, וואס איך וויל ארויסברענגן איז, צום ערשט זאלן אלע בשבילי נברא העולם אידן בלייבן אינדערהיים נאכדעם קען מען רעדן פון א אנדערע אויסשטעל
אויב וויל ער טאנצען, זאל ער מוחל זיין שטיין אויף די ערד.

די פארענטשעס איז געמאכט פאר די וואס ווילען זען די רבי שליט"א/אנדערע אידען טאנצען.
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

אין סומכין על הנס.

מען דארף דראסטישע שיניום!!
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

וויפיל רעפלעקט באמת א אייוועלט אנקעטע?
און קען עס האבן א השפעה צו ברענגען דעם טויש - בעיסד אויף די רעזאלטס?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6683
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:47 am
וויפיל רעפלעקט באמת א אייוועלט אנקעטע?
און קען עס האבן א השפעה צו ברענגען דעם טויש - בעיסד אויף די רעזאלטס?
0 אימפאקט
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 553
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

פראקטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:52 am
ענדיג האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:47 am
וויפיל רעפלעקט באמת א אייוועלט אנקעטע?
און קען עס האבן א השפעה צו ברענגען דעם טויש - בעיסד אויף די רעזאלטס?
0 אימפאקט
איך האב געמיינט אז איך בין דער איינציגסטער פחדן...

איך האב אלס די שאלה, איך ווייס אז איך בין א פחדן מער ווי עוורידזש (שקורין פאביעס, וכאן לכאורה הוא בחי' קלאסטאראפאביע) - במילא איך ווייס קיינמאל נישט צו איך בין גערעכט מיט מיינע פחדים.

ווייל למעשה זעה איך אז אנדערע טויזענטער מענטשען וואס ווייסן אויך פון ל"ג בעומר, און רב וואזנערס לוי' וכו', און דאך האבן זיי נישט מורא אריינצוגיין ביי די הקפות אין מיטן רינג פון ווי מען קען זיך נישט ארויסזעהן בפרט ביי די זעקסטע הקפה.

און אזוי אויך ביי די גרויסע סוכה ביי ויואל משה ווי ס'געווען פאריאר אינגאנצן איין קליינע אריינגאנג, איך בין אריין פאר איין גאנצע מינוט, און גלייך ארויס שנעל ווייל ח"ו.... .... ...

אויבן אויף איז דא א מהלך וואס די שטאטישע באאמטע פארשטייען דערצו, די פייערלעשער וכדו', וואס זיי דארפן פסק'נען די ענינים.

אלץ גלייב איך אז מסתמא איז דאך פארהאן דא נארמאלע דורכגעטראכטע עסקנים, און זיי נעמען זיכער אלעס אריין אין חשבון, איי וויאזוי? ווייס איך נישט.

די לעצטע פאר יאר ראש השנה, ציטער איך אויך אביסל אין ראדני, ווען ס'דא בענקלעך צווישן די בענק און קוים פלאץ דורכצוגיין...

נא ווייס איך נישט צו ס'איבריגע פחד צו נארמאלע פחדים??!!
אוועטאר
נשר הזהב
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 9:02 am
לאקאציע:אוֹיפְן פְּרִיפֶּעטְשִיק

Re: אנקעטע + מיינונגען בנוגע די געדרענג ביי די הקפות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשר הזהב »

די פראבלעם איז פלאץ סאיז פראבלעם אין יעדע קהילה אין די וועלט און וועגן דעם בויט יעדער (אדער רעדט מען..) נייע בתי מדרשים און ווילאנג די פראבלעם ווערט נישט סאלווט גייט גארנישט ווערן און ניין קיינער נעמט נישט אחריות חוץ די שומר פתאים ד'
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”