גרינע ווענט

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

גרינע ווענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

בס״ד

IMG_0456.jpeg
IMG_0456.jpeg (175.1 KiB) געזען 1058 מאל


צימערן פון טרערן
קארידארן פון בלוט
רערן פון טרויער
וואס ליפערן קיין מוט.

קלאנגען פון פיין
לעמפלעך פון טויט
בעטלעך פון ווייטאג
וואס פירן נויט.

נאדלען פון האפענונג
כאלאטלעך פון דאגות
מאסקעס פון זארג
וואס פארדעקן פראגעס.

טירן פון גיהנום
פייפערייען פון שרעק
קאלירן פון איינזאם
וואס פארבן קיין עק.

בנינים פון שמערץ
מיטן טאוול שפיטאל
וואס שלעפן דערין
אזויפיל חולי ישראל.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 16646
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

Re: גרינע ווענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אוטש!

דער גרינער קאליר
שטייט נאר גוט אויף דיר
ווען דו מאכסט א שילוב
אתרוג, הדסים, ערבות אונעם לולב

דיינע ווערק
רוקן געפילן בערג
און ווען ס’איז לטב
בעט איך נאך, הב הב

אבער ווען דיין געמוט
איז נאנט צו קאפוט
איז ליבערשט לאמעכאפ...
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5165
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: גרינע ווענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

שטארק און ווייטאגלעך. דער אויבערשטער זאל פאר יעדעם שיקן א רפואה במהרה.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8224
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: גרינע ווענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

יאנאש האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 8:18 pm
אוטש!

דער גרינער קאליר
שטייט נאר גוט אויף דיר
ווען דו מאכסט א שילוב
אתרוג, הדסים, ערבות אונעם לולב

דיינע ווערק
רוקן געפילן בערג
און ווען ס’איז לטב
בעט איך נאך, הב הב

אבער ווען דיין געמוט
איז נאנט צו קאפוט
איז ליבערשט לאמעכאפ...
אופא, א שפיץ האסטו.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”