מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ערב שבת כחצות האבן מיר מחליט געווען יאפ אונז לאמיר זיך ארויס צום פורים שפיל צו אנטייל נעמען אין די היסטארישע צערעמאניע ספעציעל פאר די ליינער לכבוד מיין צוויי'ערל.
מוצאי שבת נאכן ענדיגן מלווה מלכה בין איך געגאנגען אין מקווה אין דערנאך זיך ארויס געלאזט אויף די 5 שעה'דיגע רייזע

ביזדערווייל וואס איך פאר לאמיר אייך פארציילן וואס דא גייט פאר אין פון וועלעכע פורים שפיל איך רעד אין וואס פאר א צערעמאניע פארט א היימישע אינגערמאן מיטהאלטן...

געווען איז דאס מיט באלד 250 יאר צוריק אין 1789 למספרם אין די לאנד אמעיריקע האט זיך געהאלטן אין די פארמאציע שטאפלען און נאך נישט אלע סטעיטס האבן זיך שוין געהאט אנגעשלאסן מיט דזשארדזש וואשינגטאן'ס נייע מדינה.
און נישט אלע שטאטן האבן שוין אינטערגעשריבן די קאנסטעטוציע.
איין טאג האט דער נייער פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן באשלאסן אפצורייזן אין באזוכן אלע שטאטן וואס האבן זיך אנגעשלאסן אין זיין לאנד (היינט איז אזא רייזע אנגעריפן א public relations trip)
אזוי רייזענדיג איבער די מזרח שטאטן האט ער איבערגעהיפט Rhode island אין עס נישט באזוכט.
די סיבה דערצו איז נישט באקאנט אבער אסאך שפעקעלירן אז די סיבה דערצו איז צוליב וואס ראוד איילענד האט דאן נאכנישט געהאט אינטערגעשריבן די קאנסטעטוציע .
מיט צוויי יאר שפעטער אין 1790 האט ראוד איילענד ענדליך זיך געבראכן אין אינטערגעשריבן די קאנסטעטוציע.
ווי נאר קאנגרעס האט באשטעטיגט דאס אריינעמען ראוד איילענד אין די פאראייניגטע שטאטן האט פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן מחליט געווען אז ער וועט אפשטאטן א באזוך אין ראוד איילענד.
ער האט מיטגענומען די סעקעטערי אף סטעיט טאמעס דזשעפערסען מיט די גאווענער פון נו יארק דזשארדזש קלינטאן אין זיך אריינגעזעצט אין א שיפל און זיך ארויס געלאזט אויפן וועג פון נו יארק ( וואס איז דעמאלט געווען די אמעריקאנער קעפיטאל) מאכענדיג די וועג צו נו פארט ראוד איילענד.
זיי זענען אנגעקומען אינמוטן די נאכט אין זיך געלייגט שלאפן .
די נעקסטע צופרי Aug. 18 1790 זענען זיך צוזאם געקומען פילע פאלעטישענס אין הויעך ראנגיגע לייט צו מקבל פנים זיין דעם ערשטן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן צווישן די פארזאמעלטע האבן זיך אויך געציילט פירער פון פארשידענע רעליגיעס אריינגערעכנט דער פירער פון די אידישע געמיינדע אין נו פארט ר' משה סאקסיעס.
די פירער פון די רעליגיעס האבן פאר געליינט בריוון פארן פרעזידענט ווי זיי האבן אןיסגעדריקט שטיצע אין לויב ווערטער פארן פרעזידענט דערנאך האט ר' משה געבעטן רשות צו ער קען אויך פארליינען זיין בריוו.
ווען די רשות פונעם פרעזידענט איז געקומען האט ער זיך געשטעלט ליינען זיין בריוו וואס האט איבערגעלאזט די באטייליגטע איבעראשט.
ער האט אנגעהויבן מיט דאנק ווערטער צום פרעזידענט פארן פארמירן די נייע לאנד אין פאר זיין פירערשאפט פארן פאלק דערנאך האט ער זיך געבעטן צום פרעזידענט אז ער האפט אז אין דעם נייעם לאנד וועלן אידן קענען לעבן בשלום אין דינען דעם אייבערשטן אפענערהייט אן דארפן מורא האבן אין אז די רעגירונג וועט געבן גלייכע רעכטן פאר יעדעם אפגעזעהן זייער רעליגיעס אין גלויבן
פאלגענד איז א ציטאט פון די ארגענעלע בריוו
Sir:

Permit the children of the stock of Abraham to approach you with the most cordial affection and esteem for your person and merits — and to join with our fellow citizens in welcoming you to Newport.

With pleasure we reflect on those days — those days of difficulty, and danger, when the God of Israel, who delivered David from the peril of the sword — shielded Your head in the day of battle: and we rejoice to think, that the same Spirit, who rested in the Bosom of the greatly beloved Daniel enabling him to preside over the Provinces of the Babylonish Empire, rests and ever will rest, upon you, enabling you to discharge the arduous duties of Chief Magistrate in these States.

Deprived as we heretofore have been of the invaluable rights of free Citizens, we now with a deep sense of gratitude to the Almighty disposer of all events behold a Government, erected by the Majesty of the People — a Government, which to bigotry gives no sanction, to persecution no assistance — but generously affording to all Liberty of conscience, and immunities of Citizenship: deeming every one, of whatever Nation, tongue, or language equal parts of the great governmental Machine:

This so ample and extensive Federal Union whose basis is Philanthropy, Mutual confidence and Public Virtue, we cannot but acknowledge to be the work of the Great God, who ruleth in the Armies of Heaven, and among the Inhabitants of the Earth, doing whatever seemeth him good.

For all these Blessings of civil and religious liberty which we enjoy under an equal benign administration, we desire to send up our thanks to the Ancient of Days, the great preserver of Men beseeching him, that the Angel who conducted our forefathers through the wilderness into the promised Land, may graciously conduct you through all the difficulties and dangers of this mortal life: And, when, like Joshua full of days and full of honour, you are gathered to your Fathers, may you be admitted into the Heavenly Paradise to partake of the water of life, and the tree of immortality.

Done and Signed by order of the Hebrew Congregation in Newport, Rhode Island August 17th 1790.
Moses Seixas, Warden
די בריוו האט ממש בארירט דעם פרעזידענט צום הארצן אין מיט דריי טעג שפעטער האט דזשארדזש וואשינגטאן צוריק געשריבן א בריוו צו ר' משה ווי ער פארזיכערט אז יעדער ''זאל זיצן מיט פארזיכערונג אינטער זיין וויינגארטן אין פייגן בוים אין גארנישט זאל אים מאכן מורא האבן פון סיי וואס''
דאס איז ווי געזאגט זייער קלאר אז אין אמעריקע קען יעדער פאלגן זייער רעליגיעס אפען אן זיך דארפן שרעקן פון גארנישט.
אין מיט א יאר שפעטער Dec. 15 1791 האט פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן צוגעלייגט צו די קאנסטעטאציע וואס מיר קענען היינט אלס די ערשטע עמענדמענט .
די ערשטע עמענדמינט פארזיכערט פאר די אמעריקאנער פאלק פרייהייט פון רעליגיע .
אין דאס איז צו פארדאנקען ר' משה סאקסיעס וואס האט גענומען די קארדזש אין געבעטן דעם פרעזידענט פאר פרייהייט פון רעליגיעס.
פאלגענד איז א ציטאט פון פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן'ס ארגענעלע בריוו
Gentlemen:

While I received with much satisfaction your address replete with expressions of esteem, I rejoice in the opportunity of assuring you that I shall always retain grateful remembrance of the cordial welcome I experienced on my visit to Newport from all classes of citizens.

The reflection on the days of difficulty and danger which are past is rendered the more sweet from a consciousness that they are succeeded by days of uncommon prosperity and security.

If we have wisdom to make the best use of the advantages with which we are now favored, we cannot fail, under the just administration of a good government, to become a great and happy people.

The citizens of the United States of America have a right to applaud themselves for having given to mankind examples of an enlarged and liberal policy — a policy worthy of imitation. All possess alike liberty of conscience and immunities of citizenship.

It is now no more that toleration is spoken of as if it were the indulgence of one class of people that another enjoyed the exercise of their inherent natural rights, for, happily, the Government of the United States, which gives to bigotry no sanction, to persecution no assistance, requires only that they who live under its protection should demean themselves as good citizens in giving it on all occasions their effectual support.

It would be inconsistent with the frankness of my character not to avow that I am pleased with your favorable opinion of my administration and fervent wishes for my felicity.

May the children of the stock of Abraham who dwell in this land continue to merit and enjoy the good will of the other inhabitants — while every one shall sit in safety under his own vine and fig tree and there shall be none to make him afraid.

May the father of all mercies scatter light, and not darkness, upon our paths, and make us all in our several vocations useful here, and in His own due time and way everlastingly happy.

G. Washington

יעדע יאר קומט מען זיך צוזאם אין די טורא שיל ווי ר' משה איז געווען די פירער אין מ'מאכט א גאנצע צערעמאניע אין מ'ליינט פאר די בריוו'ן סיי די בריוו וואס ר' משה האט פארגעליינט פארן פרעזידענט אין סיי די בריוו וואס די פרעזידענט האט צוריק געשיקט.

אין צו דעם צערעמאניע בין איך געפארן.
פארוואס רוף איך עס אן א פורים שפיל ?
לאמיר אריינגיין צו צערעמאניע אין לאמיר זעהן.....

ווי נאר מיר קומען אן אין שול זעהען מיר שוין אז ס'טוט זיך א גרויסע שאטער איז אויפגעשטעלט אינדרויסן מיט לייכטע איבערבייס צו קענען אקדאמירן דעם ציבור...
אין די זייט פונעם שול איז דא א שטיקל מעזיועם זענען מיר דארט אריין .
אין צו אונזער אנטוישונג ווערן מיר געוואור אז צו קענען אנטייל נעמען אין דעם מעמד מיז מען ווערן איינגעליידנט מ'קען נישט סתם אזוי אנקומען.
איך האב מיך אנגעהויבן בעטן אז איך איך קום פון ברוקלין אין איך וויל ביישרייבען דעם מעמד
אבער עס העלפט נישט קיין פודינו ומצילנו...
זיי האבן מיך געזאגט אז גראדע קענען זיי באשטיין איך זאל אריינקומען ווייל ס'וועט זיי זיין א כבוד אז 2 חסידישע אידן וועלן זיך באטייליגן אבער עס ליגט נישט אין זייער הענט אין זיי קענען נאר אריינלאזן איינעם וואס איז געווארן איינגעלאדענט.
איך האב שוין כמעט געוואלט אויפגעבן....
פליצלינג אנטפלעגט זיך עפעס א פרוי (כ'ווייס נישט צו א אידישע אדער א נישט אידישע... )
אין זי זאגט פאר די באאמטע דארט אז זי האט א ח'ברטע וואס איז געווארן איינגעלאדענט צוזאמען מיט איר מאן אבער למעשה זענען זיי אין שפיטאל אין זיי וועלן זיך נישט קענען באטייליגן וואלט געווען פאסיג מ'זאל געבן זייערע טיקעטס פאר די 2 חסידישע דזשערנאליסטן.
דאס דארף א באשטעגונג פון די פרעזידענט פון די שול האט די סעקרעטאר גענטפערט!
ער זיצט יעצט ביי א מיטינג אין מ'קען אים יעצט נישט שטערן אז איר ווילט קענט איר ווארטן ביז די מיטינג וועט זיך ענדיגן זאגט די סעקרעטאר.
נו גיט איך געב אייך מיין פאון נאמבער אין לאזט מיך וויסען..
איך בין אוועק פון דארט מיט גרויסע ספיקות צו איך וועל עס קענען מיטהאלטן אבער וואס קען מען טון....
ביזדערווייל זענען מיר ארום געפארן ראוד איילענד אויסטשעקן די פלאץ געגאנגען אויף א הייק אין געשמיסט מיט די לאקאלע חברה (דאס וועט אי''ה באשריבן ווערן אין מיין דעזעגנירטע אשכול)
די זייגער ווייזט 12:30 אין איך באקום א פאון קאל...
א גוטן דאס איז @איך הייק?
יא
אקעי די מיטינג האט זיך יעצט גענדיגט אין די פרעזידענט פון די שיל האט ענק עפראווד עטס קענטס קומען ....
איך האב גראד אפגעלאסט אלעס אין זיך אריינגעזעצט אין קאר אין מיט איין אטעם געפלויגן צום שול...
די גאנצע ארום איז שוין געווען אנגעפילט מיט פאליציי אין מיט הערליכע לוקסעריעזע קארס אין מיט ארטיגע פאליטיקאנטן...
איך קום אן צום געיט אין איך בין מסביר פאר די סעקיוריטי גארד די געשיכטע ער מורמלט עפעס אריין אין זיין ראדיאו אין די ענטפער האב איך געקענט אליינס הערן
'' This 2 chasidic journalists are approved to join the ceremony you can let them in''
איך האב נאר געדארפט אויספילן געוויסע פאפירן אין געווארן אריין געלאזט
די דזשאק איז געלונגען....


ווי נאר איך טרעט אריין אין ביהמ''ד ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן די סדר הזיצן איז מיר בכלל נישט געפאלן די עזרת נשים איז געווען צווישן די מענער.....
ווי שטארק כ'האב געוואלט דארט זיין אין ווי שווער כ'האב געארבעט זיך אריינצוזעהן אונעווייניג האב איך פשוט נישט געקענט פועל'ן ביי מיר צו בלייבן דארט אין זיך אראפ זעצן...
בין איך ארויס צום שאטער ווי ס'איז געווען א גרויסע סקרין אין מיר האבן עס מיטגעהאלטן פון אינדרויסן.
עס האט געהערשט דארט א משונה'דיגע ערענסקייט עס איז מיר ממש געקומען צו לאכן פון די ערנסטע פנימ'ער ... א קלייניקייט מ'גייט ליינען די בריוו פונעם פרעזידענט אליינס...
עד כדי כך אז די ערשטע שעה פונעם מעמד האב איך מיך נישט דערוואגט ארויס צו נעמען מיין פאון צו כאפן בילדער....

שששששש די יושב ראש מאכט שטיל די פארזאמעלטע אין הייבט אן רעדן איבער די געהויבענע מינוטן ווי מ'שטייט יעצט אין וואס פאר א חובת השעה עס ליגט אויף די באטייליגטע....

עס באווייזן זיך 2 חברה אנגעטון מיט די פארשטעלאכטס פון דזשארדזש וואשינגטאן (כ'מיין זיי האבן עס געקויפט ביי Toys 4 you)
די צוויי האבן געהאלט אמעריקאנע פענער אין מיט א ערנסקייט אויסגעגאסן אויף זייער געזיכט האבן זיי אריינמארשירט ביזן ארון קודש אין זיך נעריש געמאכט מיט פארשידענע סארטן סאלוטס אין אוועקגעשטעלט די פענער אויף אזעלעכע ספעציעלע האלטערס אויפן ארון הקודש אין ארויסמארשירט פון היכל.
זייט מיר מוחל אבער עס האט באמת אויסגעקוקט ווי די כתה ט' פלעי ערב פורים....
איך פארשטיי נאך אלס נישט ווי אזוי די פארזאמלטע האבן געהאט די כוחות אנצוהאלטן זייער ערנסטע פענעמער ווייל איך האב מיך כמעט געשטיקט פאר געלעכטער...
בילד
(כ'האב צוגעזאגט פארן פאליציי אפעציר אז כ'וועל צודעקן זיין פנום)

די יושב ראש נעמט צוריק די מייק
אין רופט ארויף צום פאדיום פארנט פון ארון הקודש עפעס א הויכראנגיגער נעווי קאמאנדיר ראבערט פעסנאכט (איך האף איך זאג גיט ארויס זיין נאמען...)
וואס האט ארויסגעברענגט ווי שווער פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן האט געארבעט פארן לאנד אין ווי דאנקבאר מיר אלע דאפן זיין פאר אים און פאר אלע סאלדאטען וואס זענען נעבעך געפאלן דורכאויס די יארן זיך קריגענדיג פאר אונזער פרייהייט.
דערנאך האט מען מכבד געווען א רייע פיגורן צו באגריסן דעם ציבור
אנגעהויבן מיט די סגן פרעזידענט פון די שול .
וואס ער האט צוזאם גערעדט א בארג פון שטותים.....
דערנאך די טשעירמאן פון די טורא סינעגאג פאנדעישן.
וואס האט ארויסגעברענגט די גדולה פון די שול אז עס איז נאך אפען נאך אזויפיל יארן....
דערנאך האט אויפגעטראטן די מאיאר פון נו פארט
אין ארויסגעברענגט ווי נאנט ער האלט זיך מיט די אידישע קהילה אין ווי וויכטיג ס'איז אז מ'זאל גיין וואוטן....
דאן האט זיך אויף געשטעלט די סענעטאר פון ראוד איילענד
זייט מיר מוחל אבער איך געדענק נישט וואס ער האט גערעט.... אה עפעס וועגן די אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם ....
בילד

דאן איז געקומען די הויעך פונקט אז ס'האט אונז איבערגעלאזט זיך ווארפענדיג פאר געלעכטער אן אויפהער אז ס'איז געווען בושות ...
עס האט זיך אויף געשטעלט איינער מוטן נאמען יאווגעני קאטניק וואס איז א מייסטער פידעל שפילער...
ער שטעלט זיך אוועק מיט א איבערגערינענע מאס סעלף קאפידענץ....
ער הייבט אן ווי א חסידישע רעדנער רבותי כ'האב מיך נישט צוגעגרייט.... היינט וועל איך אייך פארשטעלן א ניגון וואס איז געמאכט געווארן דורך ערנסט בלאך וואס האט קאמפעזירט דעם ניגון זייענדיג אינספירירט ביי די בעל שם טוב....
די ניגון ברענגט ארויס די קאנעקשען פון א חסידש הארץ צו גאט...
מיינע לעפצן האבן זיך צוזאם געצויגן פראבירנדיג נישט אויסצושיסן בפני כל עם ועדה....
דער חכם האט זיך גענומען שפילן אז ס'איז געגאנגען א רויעך...
דא האט מיין חבר מער נישט געקענט אויסהאלטן מער אין אויסגעפלאצט אז ס'איז געווען בושות....
פאלגענד איז רעקרדירונג פונעם ניגון.

https://drive.google.com/file/d/1yubPEa ... p=drivesdk

דערנאך האט מען ארויפגערופן צום פאדיום איינעם וואס ער האט באעהרט אן ארגענעזאציע מיטן געבן א פלעג פאר די אנפירער.
די אנפירער פון די ארגעניזאציע איז ארויפגעקומען אפנעמען זיין פלעג אין מיט טרערן אין די אויגן זיך באדאנקט אין ארויסגעברענגט ווי פאסיג עס איז אז מ'האט זיי באערט נאך זייער שווערע הארעוואניע אין די ארגעניזאציע.....
דאן האט מען מכבד געווען מיסטער גרעג מ. עמאר דער סעקעטערי אף סטעיט פון ראוד איילענד צו פארליינען די בריוו וואס ר' משה סאקסיעס האט פארגעליינט פאר פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן.
ער איז ארויף געקומען אנגעטון מיט א קאפל אלס ריספעקט פאר די שול (שעמען זאלן זיך די מעמבערס פון די שיל אפי' א גוי פארשטייט אז פאר א מקום קדוש ברויכט מען האבן רעספעקט... נו שוין כ'האב שוין מוחה געווען....)
ער האט פארגעליינט די בריוו מיט אזא אימה ויראה אז מ'האט געקענט מיינען אז ער שטייט יעצט ביי מעמד הר סיני...

פאלגענד איז א רעקרדירונג ווי ער ליינט פאר די בריוו.

https://drive.google.com/file/d/15XFHha ... p=drivesdk

אין דא איז געקומען די הויעך פונקט פונעם מעמד ווי דער פרעזידענט פון קאנגרעגעישן איז מכובד געווארן פארצוליינען די כתובה ... כ'מיין צו זאגן די בריוו פון דזשארדזש וואשינגטאן.
נישט מער אין נישט ווייניגער וואקט ארויף אויפן ארון הקודש א אידישע עשני כרצונו ....
עד כאן כ'האב דאס מער נישט געקענט דערהייבן אין אפגעצויגן פון שטח נישט אויסווארטנדיג די איבריגע חלק פונעם צערעמאניע!

פון דארטן זענען מיר צוגעפארן צו א האטעל כאפן א דרימעל.
נאך אלעם בין איך שוין אויף פון שבת צופרי אין מיר האבן נאך א לאנגע טאג צו גיין מיט א 5 שעה'גע דרייוו אהיים.

איך האף אז איר האט הנאה געהאט פון דעם רייזע
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


באגלייבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 03, 2015 12:10 am

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגלייבט »

הערליך שיין. מזל טוב!
שחיטה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

שכח
צוקער זיסע שפראך
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

באגלייבט האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 10:11 pm
הערליך שיין. מזל טוב!
א דאנק !
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
נסעה ונלכה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

ביסט פיינע נייעס
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

נסעה ונלכה האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 11:31 pm
ביסט פיינע נייעס
א דאנק!

מ'קען זאגן אז שרייבן האב איך מיך געלערנט פון דיר....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

🤣😂😅😂
דעי ארטיקל מיט די דעי פידל שפילן בפרט
Break
תלוי במזל
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:50 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלוי במזל »

א פיינע הייק דאס!! דיינע נסיעות זענען מלא חידושים!!
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

נויז מאשין האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2024 11:39 pm
🤣😂😅😂
דעי ארטיקל מיט די דעי פידל שפילן בפרט
שכח.
איך האף צו ברענגען א ווידיא דערפון בס''ד
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

איך הייק - גיי אן מיט די עבודת הקודש ... טריפס-הייקס... מיר לעכטצן אויף נאך...

#מזל-טוב צום אלפיים.
זייטיגע נאטיץ
🛑 זוכט איר סטעמפס? 🇱🇷 גוטע פרייזען! 🛑
☎️ רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט⌨️ [email protected]
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 12:29 am
איך הייק - גיי אן מיט די עבודת הקודש ... טריפס-הייקס... מיר לעכטצן אויף נאך...

#מזל-טוב צום אלפיים.
שכח פאר די פיעד בעק
מיר לעכצן נאך נאך אפענע בריוון.
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

מזל טוב צום אלפ'ל!!

ווי גייסטו נעקסט?
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

הערליך שיין און געשמאק!!!
איך בין מעריץ דיין שטארקייט פון פארלאזן די שול וויבאלד עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן!
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

זייער זייער שיין באשריבן
שכח פאר די בילדער
און מזל טוב
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
●קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 1:02 am
מזל טוב צום אלפ'ל!!

ווי גייסטו נעקסט?
בכל יום ויום אני אומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכין אותי למטתי....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:29 am
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 1:02 am
מזל טוב צום אלפ'ל!!

ווי גייסטו נעקסט?
בכל יום ויום אני אומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכין אותי למטתי....
סא טייל מיט, האסטיך יא א געבענשטע פעדער, ווארט נישט אויף נאך א אלפ'ל....
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ארטיסטיש האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:35 am
איך הייק האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:29 am
יוחנן כהן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 1:02 am
מזל טוב צום אלפ'ל!!

ווי גייסטו נעקסט?
בכל יום ויום אני אומר למקום פלוני אני הולך ורגלי מוליכין אותי למטתי....
סא טייל מיט, האסטיך יא א געבענשטע פעדער, ווארט נישט אויף נאך א אלפ'ל....
viewtopic.php?t=64742
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

פאלגענד איז א ווידיא פון א שטיקל פון דאס פידל געשפילאכטס...

https://drive.google.com/file/d/18zTcTr ... p=drivesdk
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 12:10 pm
פאלגענד איז א ווידיא פון א שטיקל פון דאס פידל געשפילאכטס...

https://drive.google.com/file/d/18zTcTr ... p=drivesdk

איך פיל נאכנישט ממש די בל שם טאוב אינספיראציע... אבער ס'דערמאנט מיך פון חנוכה אין פארשידענע רבי'שע הויפן...
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

און שוין! האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 1:33 am
הערליך שיין און געשמאק!!!
איך בין מעריץ דיין שטארקייט פון פארלאזן די שול וויבאלד עס איז נישט געווען אויסגעהאלטן!
א דאנק!
פארן אנהייבן מיט די גאנצע אוואנטארשאפט האט זיך אויסגעפעלט צו מאכן פארשידינע גדרים....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
בטלן
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 17, 2011 2:24 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בטלן »

Gentleman
I must express my deepest thanks for you inspiration and genuine writings, may the Almighty bless you with fruit, wisdom and olives around your table all your days
A. Batlen
פארזיכט מיינע פראוואצירנדע תגובות מיט א גרױסע לעפל זאלץ, עס האט אלע טעמים.
סברי מרנן
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 27, 2024 2:39 pm

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סברי מרנן »

בטלן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:31 pm
Gentleman
I must express my deepest thanks for you inspiration and genuine writings, may the Almighty bless you with fruit, wisdom and olives around your table all your days
A. Batlen
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

בטלן האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 3:31 pm
Gentleman
I must express my deepest thanks for you inspiration and genuine writings, may the Almighty bless you with fruit, wisdom and olives around your table all your days
A. Batlen
Give no sanction ....
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


אוועטאר
האסטו וועסטו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5323
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Wow
אוועטאר
איך הייק
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: מיין באזוך ביים פורים שפיל פונעם פרעזידענט דזשארדזש וואשינגטאן. מיין צוויי'ערל.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

חאצקיל בעל עגלה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 7:11 am
זייער זייער שיין באשריבן
שכח פאר די בילדער
און מזל טוב
ברוכים תהיה
א דאנק!
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1


שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”