צייט צו אפלאזען די וויקטעם קארטעל
די וועלט איז היינט קרומער פון קרום, יעדער ווייסט דאס, איינער פון די גרויסע קרומקייטען, וואס ברענגט געפערליכע פראבלעמען איז, ס׳איז א גאנצע גדולה צו זיין א וויקטעם, א נעבעך וויאזוי מען רופט עס, און מקריכט אריין און אריין אין די פראבלעמען ןוי איידער ארויסקומען פון דארט, און מען איז נישט מחיוב צו ארבעטען ווייל איך בין א נעבעך.
דעי גאנצע געדאנקענגאנג קומט פון די גיום וואס ביי זיי איז עס סך ערגער, אין פאבליק סקול, יעדע קינד אינדעטעפצירט זיך מיט זיין דייעגנאסעס נאך מער ווי זיין נאמען, די הויפט אינדטעטיפיקאציע איז מיין קראנקהייט.
און ס׳כאפט זיך אריין און ביי די היימישע עולם זייער שטארק, און אפילו דא אויף אייוועלט קען מען עס אויכעט זעהן זייער שטארק,
איך האב א חבר וואס ליידט א געוויסע מענטל דיסארדער, ער האט אנגעפאמגען גיין אויף טעראפי, ער האלט שוין נאך צוואנציג סעשאנס און איך געב אים א פרעג נא האסט שוין אנגעפאנגען זעהן פראגרעס? געט ער מיר א זאג וואס? איך האלט נאך ביי וועלידעישען…….
האלא! הער אויף צו וועלעדעיטען אזוי סך קריך ארויס פון די וויקטעם לאך העסט אין ערגעץ נישט אנקומען אזוי.
יעצט איך ווייס זייער גוט אז מען מוז וועלידעיטען, אבער נאכמער ווייס איך אז מען מוז אויפהערען אויכעט, מען קען נישט זיין וועלידעיטעד א גאנץ לעבען, איך ווייס די געשמאק און די תאוה פון זיין א נעבעך, אבער דו באגראבסט דיך אליינס!
איך בין געווען זייער אינוואלווד אין א זייער א שווערע פרשה, א סועסייד קעיס נישט מער געדאכט.
איך בין געווען מער ווי סתם אינוואלד דארט, ס׳איז ארויפגעפאלען אויף מיר ווייל איך האב געהאט א שפראך מיט די אינגערמאן, ער איז געזיצען ביי איינער פון די גרעסטע טערעפיסטען, און מען האט געוועלעדיט טאג און נאכט, ביז די אינגערמאן איז געווארען ממש עדיקטעד צו די וועלעדעישען און צו די טערעפיסט, און די גאנצע וואס מען האט אויפגעטוען איז אז ער האט באקומען נאך א קראנקהייט פשוטו כמשמעו קראנק אויף וועלידעישען,
ביז א חשובע קלוגע איד איז אריינגעקומען אין בילד און אנגעפאנגען אריינצוגעבען פאר יענעם, אז אויב ווילסטו זיך גט׳ען פינעוו מאל טוסטו גוט, אבער אויב ווילסטו נאך אמאל פירען א נארמאלע שטוב הער אויף מיט דעי וועלעדעישען און זיך באנעבעכען א גאנצע טאג האק אפ מיט דעים וואלעידעיטער און פאנג אן ארבעטען אביסעל אויף זיך,
וכך הוה, היינט ב״ה איז ער אינגאנצען ארויסגעדרייט פון דעים.
איך ווייס וואס איך שרייב איז נישט קיין פאפולער זאך היינט צוטאגס, אבער טראכט אריין אביסעל איך מיין ס׳ליגט אביסעל אמת דערינען.