התחדשות בית החיים יאשליסק - פולין
דעם קומענדיגן מאנטיג ער"ח אלול הבעל"ט וועט פארקומען חידוש הבית החיים אין שטעטל יאשליסק גאליציע, יאשליסק איז א קליין דערפל נעבן רימנוב און דוקלא, נישט ווייט פונעם גרעניץ פולין-סלאוואקיי, וואס רובא דרובא איינוואוינער זענען געווען משפחות לייזער - ביראן, (הרה"ק רבי יעקב לייזער מפשעווארסק זצ"ל איז געווען א יליד יאשליסק)
, בשעת די מלחמה האבן די דייטשע רשעים נעבעך אומגעברענגט אלע תושבים אין א וואלד נישט ווייט, מיט אלע תושבים פון דוקלא והגלילות, 500 מענטשן, ביום אדר"ח אלול תש"ב הי"ד.
די ביה"ח איז געווען חרוב אינגאנצן נאכן קריג, אלע מצבות זענען אריינגעווארפן געווארן אין א דערנעבדיגען טייך, וואס א גוי איינער פון די איינוואוינער, האט צאמגענומען און אוועק געלייגט ביי זיך אין א סטארעדש, מיט עטליכע יאר צוריק האבן זיך אריינגעווארפן עטליכע עסקנים אייניקלעך פון יוצאי ותושבי כפר יאשליסק, במיוחד דער יו"ר וועד הביה"ח הרה"ח ר' יעקב וואלף שווארץ הי"ו פון בארא פארק, און זיי זענען אהין געפארן טרעפן מקום מנוחת אבותיהם, ווי זיי האבן אריין געלייגט שווערע כוחות און לאנגע יארן פון פארהאנלונגען הן מיט שטאטישע באאמטע און הן מיטן גוי וואס האט געהאט די מצבות.
אצינד אז מען מ'האט זוכה געווען לברך על המוגמר, וועט פארקומען בשעטו"מ די באנייאונג פונעם בית החיים, ווי עס וועט פארקומען א ספעציעלע נסיעה פון די עסקנים ונדבנים ונכדי יוצאי העיר, עס וועט זיין א מעמד תפילה והקמת המצבות, ווי מ'וועט בעזהשי"ת פועלן אלעס גוטס בזכות הקדושים אשר בארץ המה.