די אנקעטעס זענען געווען כמעט צום פינטעל אין 2016 און 2020
א גוטן.
עס איז אנגענומען ביי יעדן אז די אנקעטעס זענען געווען זייער נישט ריכטיג אין די צוויי פארגאנגענע פרעזידענטליכע וואלן, און זיי האבן שטארק אינטערגעשאצט טראמפ ביידע מאל, איז די שאלה איז דאס אמת?
די תירוץ איז יא און ניין אבער דא קומט גרויסע אבער, ביי די פלעצער ווי עס מאכט די מערסטע אויס זענען זיי געווען כמעט איבעראל צום פינטעל!!
איז לאז מיר זיך אביסל מסביר זיין, די וואלן ווערן גענאגעלט דורך זעקס זיבן שטאטן, און מיר גייען בכלל נישט רעדן פין נאציאנאלע אנקעטעס ווייל די געווינער פין די פאפולערע וואלן באקומט ניטעמאל שנעלערע אפוינטמענטס צו זען די ווייסע הויז פין אינעוויינדיג זיי דארפן דורכגיין די זעלבע סיסטעם וואס אונז טוען חול המועד, איז נישט מער ווי נארמאל צו זען די היסטאריע פין די עטליכע שטאטן וויאזוי זיי האבן זיך אויפגעפירט די פארגאנגענע צוויי מאל איז גייען מיר כאפן א בליק, אלעס לויט RCP:
דשורזשיע,
2016, צום פינטעל
2020, 1.3 איבערגעשאצט לטובת ביידען
אריזאנע
כמעט צום פינטעל ביידע מאל
נארט קעראליינע
2016, 2.7 לטובת קלינטאן
2020 1.1 לטובת ביידען
מישיגען
2016, 3.1 לטובת קלינטאן
2020, 1.4 לטובת ביידען
פענסעלוועניע
2020 צום פינטעל
2016, 1.6 לטובת קלינטאן
וויסקאנסין
2016, 7.2 לטובת קלינטאן
2020, 6.1 לטובת ביידען
שטעלט זיך ארויס אז די אנקעטעס געווען גאנץ צום פינטעל אין אלע קריטישע שטאטן, חוץ אין וויסקאנסין וואס דארט זענען זיי ביידע מאל געווען א שטארקע אנזעץ, מישיגען און נארט קעראליינע זענען טאקע אויך נישט געווען ביידע מאל צום פינטעל אבער ביז ווילאנג עס איז אין די דריי פונקטן מארדשין קען מען עס ביידע מאל נישט אנרופן א אנזעץ, אז מען זאל קענען אפלאכן פין אנקעטעס.
איז מיין איך קען מען אויספירן אז אויב קוקט מען אויף היסטאריע פין די פאר וויכטיגע שטאטן קען מען גאנץ רואיג גלייבן אנקעטעס, גייען זיי דאס מאל אויך זיין גערעכט?
איך ווייס נישט