מציבות שברים בגדר ועיני ירדה מים
מיינע טריט שטייט
מיטן קאפ געבויגן
כ'זע שוין פון ווייט
קוים, מיט די אויגן
אין בית עלמין דארט
אין קראקא, דעם נייעם
באזייטיגט דארט
ביים עק בית החיים
א נידריגע צוים
פון שטיינער געמאכט
און מ'דערקענט קוים
וואס דארטן פארבראכט
נענטער צוטרעט איך
א הארץ-קלאפ פארפעלט
ניין! כ'בעט דיך...
מיינע טריט אפגעשטעלט
די שטיינער זענען
נישט סתם סיי וואס
כ'טו דערקענען
אור-אלטע מציבות
ביים מלחמה באמבאדירט
דערנאך ברוכווארג געטראפן
צאמשטעלן פראבירט
אבער אן קיין האפן
האט מען אן קיין ברירה
צאמגענומען די שטיינער
פון די אידן טייערע
וואס ווער זיי זענען ווייסט קיינער
און א שטיקל אנדענק
לעילוי נשמתם צאמגעשטעלט
מיין פנים אין טרערן כ'שווענק
אוי, באשעפער פון די וועלט
וְלֹא יָדַע אִישׁ אֶת קְבֻרָתוֹ
עַד הַיּוֹם הַזֶּה
בעטן מיר ביי דיר אזוי
וועק זיי שוין אויף און ווייז זיי
דיין מציבה איז דא
חלק פונעם צוים אין בית החיים
אבער ס'שוין געקומען די שעה
עולה צו זיין קיין ירושלים.
מיטן קאפ געבויגן
כ'זע שוין פון ווייט
קוים, מיט די אויגן
אין בית עלמין דארט
אין קראקא, דעם נייעם
באזייטיגט דארט
ביים עק בית החיים
א נידריגע צוים
פון שטיינער געמאכט
און מ'דערקענט קוים
וואס דארטן פארבראכט
נענטער צוטרעט איך
א הארץ-קלאפ פארפעלט
ניין! כ'בעט דיך...
מיינע טריט אפגעשטעלט
די שטיינער זענען
נישט סתם סיי וואס
כ'טו דערקענען
אור-אלטע מציבות
ביים מלחמה באמבאדירט
דערנאך ברוכווארג געטראפן
צאמשטעלן פראבירט
אבער אן קיין האפן
האט מען אן קיין ברירה
צאמגענומען די שטיינער
פון די אידן טייערע
וואס ווער זיי זענען ווייסט קיינער
און א שטיקל אנדענק
לעילוי נשמתם צאמגעשטעלט
מיין פנים אין טרערן כ'שווענק
אוי, באשעפער פון די וועלט
וְלֹא יָדַע אִישׁ אֶת קְבֻרָתוֹ
עַד הַיּוֹם הַזֶּה
בעטן מיר ביי דיר אזוי
וועק זיי שוין אויף און ווייז זיי
דיין מציבה איז דא
חלק פונעם צוים אין בית החיים
אבער ס'שוין געקומען די שעה
עולה צו זיין קיין ירושלים.