קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קוויטל פאר א צדיק – מקור – מנהגים – עובדות – וסיפורים.

ימי הסליחות תשפ"ד- טויזענטער חסידים ואנשי מעשה אינעם גארער וועלט שטייען אין די רייע מיט אן ערנסקייט אינדרויסן פון זייער רבי'נס צימער, יעדער האלט דעם קוויטל אין האנט מיט אן ערענסקייט וואוסענדיג אז ביז געציילטע מינוט וועט די רבי שליט"א דאס אדורכליינען און זען פונקטליך וואס טוט זיך אפ ביי אים אין שטוב און אין הארץ.

לכבוד ראש השנה הבעעל"ט ווילן מיר אייך ברענגען וואס איז דער מקור פון געבן א קוויטל, וואס שרייבט מען אין א קוויטל, אינטערעסאנטע הנהגות פון צדיקים ביים ליינען א קוויטל און נאך באלערנטע ידיעות.

אקדמות מילין:
איידער מיר הייבן בכלל אן ארומצורעדן די גרויסקייט פון געבן א קוויטל פאר א צדיק, וואלט כדאי געווען צו ברענגען אן עובדא וועלכע קען אפשר שיינען א קליין לעכטל ווי אזוי צדיקי אמת האבן זיך באצויגן צום גרויסן עבודה פון ליינען א קוויטל.

ערב ראש השנה אין בעלזא, הונדערטער אידן צוזאמגעשטיפט קעפ אויף קעפ אינעם קליינעם צימער פונעם הייליגן בעלזא רב רבי ישכר דוב זי"ע, יעדער וויל האבן די זכיה אז דער רב זאל ליינען זיין קוויטל אין אזא גרויסן טאג. דאס געדרענג איז שרעקליך, מי לא נפקד כהיום הזה, ווער וויל דען נישט ווערן אנגעווינטשן פאר א גוט זיס לעכטיג יאר דורכ'ן הייליגן צדיק?
מיטאמאל רופט אויס דער רב: "וואס שטיפן ענק זיך אזוי? ענק מיינען אז איך ליין א תחינה? דאס בלוט גייט מיר אריין אין מוח ווען איך ליין א פאר א איד א קוויטל!".

אין אַן אנדערע געלעגנהייט האט דער רב זי"ע געזאגט: ווען איך לערן גמרא רש"י, אפילו די גבאים וועלן ריקן טישן אין בענק אינעם צימער וועל איך עס נישט הערן. אבער ווען איך ליין א קוויטל פון א איד, אפילו אויב איינער שפאצירט אינדרויסן פון צימער וועט עס שטערן פאר מיין יישוב הדעת".

נאך א סיפור איז דא וועלכע קען עטוואס ארויסברענגען די גרויסקייט פון געבן א קוויטל. עס איז געווען א איד אין שטאט זלאטשוב, וועלכע איז געווארן שטערבליך קראנק רח"ל. אין יענע צייט איז דער שר שלום פון בעלזא זי"ע, געווען אויף שבת אינעם שטאט בראד. א דיין האט מתיר געווען צו שרייבן (דורך א גוי) א קוויטל אין שבת, און עס אזוי אפשיקן קיין בראד.

דעם שר שלום האט זייער שטארק געבאדערט וואס דא האט פאסירט, און ער האט טאקע געזאגט אז יעצט דארף ער אלעס טוהן ככל שידו מגעת אז דער איד זאל האבן א גאנצע רפואה. רבי שלמה קלוגער זי"ע האט טאקע מרעיש עולמות געווען הייתכן אז מען האט געטוהן אזא זאך, און אסאך תשובות זענען שוין געשריבן געווארן איבער דעם עובדא.

מקור:
אונזערע הייליגע חכמים זאגן אונז אין מסכת בבא בתרא (קטז.), "כל מי שיש לו חולה בתוך ביתו, ילך אצל חכם ויבקש רחמים עליו". יעדער וואס האט א חולה אין זיין שטוב, זאל גיין צו א חכם און ער זאל בעטן רחמים אויף אים. צדיקים האבן מסביר געווען די סיבה דערפאר: ווען א מלך בשר ודם וויל געבן א שטראף פאר איינעם, נעמט ער נישט אינאכט וויפיל עס וועט וויי טון פאר די משפחה און גוטע פריינד פונעם באשולדיגטן. משא"כ דער מלך רחום וחנון, דער הייליגער באשעפער ווען ער שטראפט איינעם, איז עס נאר אויב עס וועט זיך קומען אן עונש פאר יעדער איינער וואס האט עגמת נפש פון די צרה. זאגן אונז די צדיקים, ווען א איד גייט צו א צדיק און דער צדיק ווערט בצער ווען ער הערט וואס דער איד מאכט נעבעך מיט, קומט דאך אויס אז דא איז שוין דא נאך איינער וואס האט עגמת נפש פון די צרה און אזוי ווי פארן צדיק איז דאך נישט באשערט געווען די עגמת נפש, נעמט דער אייבערשטער אוועק די צרה פונעם איד.

מיט א אנדערע בחינה איז מסביר דער הייליגער ר"ר אלימלך אין זיין ספה"ק נועם אלימלך, ווי אזוי ארבעט עס טאקע אז ווען א איד קומט צו א צדיק איז דער אייבערשטער מבטל די גזירה, לכאורה זעט עס ח"ו אויס ווי דער אייבערשטער האט געטוישט כביכול זיין מיינונג. נאר די תירוץ איז, דער מיינונג פונעם אייבערשטער בלייבט שטענדיג און עס ווערט נישט געטוישט, נאר דער אייבערשטער האט געגעבן כוח פאר די צדיקים צו קענען טוישן די אותיות פון א גזירה. למשל אויב עס איז רח"ל נגזר געווארן אויף א איד א 'מחלה' ה"י, האט דער צדיק א כוח אויפצוטוישן די אותיות אזוי עס זאל אויסקומען צו 'הלחם', ד.מ. אז דער איד זאל באקומען א שפע פון פרנסה אנשטאט. ענדליך צו דעם שטייט אויך אין ספה"ק עטרת צבי. (הערה: דאס קען אפשר זיין פשט אינעם פיוט, בנפש"ו יביא לחמ"ו, אז ליידער דארף די פרנסה קומען קודם דורך א פחד אויפן לעבן פון א מחלה.)

פון מערערע אנדערע צדיקים שטייט אז ווען א איד גייט צו א צדיק און ער איז זיך מכניע צום צדיק, די כוח פונעם אמונה פשוטה און די כוח פון זיין אמונת צדיקים דאס איז מבטל די גזירה.
נאך אין סדר בראשית זעהן מיר ווי אזוי רבקה אמנו 'ותלך לדרוש את ה'.

אויך געפינען מיר ביי יהושע בן נון און כלב בן יפונה ווען זיי זענען אריין אין ארץ ישראל אלס מרגלים, די צוויי זענען געבליבן ערליך ווייל משה רבינו האט מתפלל געווען אויף זיי, און זיי אליינס זענען אויך געגאנגען זיך מזכיר זיין ביי די אבות הקדושים. אין רמב"ן (שמות יח, טו) שטייט טאקע אז די אידן פלעגן גיין אין מדבר צו משה רבינו און אהרן הכהן זיך מזכיר זיין על דבר ישועה ורחמים. (עיין עוד רמב"ן במדבר, א, מה.)

אין ספר נימוקי יוסף (א תלמיד פונעם ר"ן, און איינע פון די לעצטע ראשונים) שטייט אז אין פראנקרייך איז די מנהג ווען א איד האט א חולה אין שטוב ה"י, גייט ער צו א ראש ישיבה אז ער זאל אים בענטשן.

אזוי אויך דער רמ"א שרייבט שוין מי שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם שבעיר שיבקש עליו רחמים.

ווען איז קוויטלעך אריינגעקומען שטארק אין כלל ישראל?
דאס איז זיכער אז די תלמידי בעל שם הק' האבן דאס פארשפרייט און עס איז געווארן א גרויסע עבודה ביי די חסידים. רבי דוד משה טשארטקובער זצ"ל דערציילט אז ער האט געהערט פון זיין טאטן דער הייליגער ריזשינער זצ"ל אז דער הייליגער בעל שם טוב האט נישט גענומען קיין געשריבענע קוויטלעך, נאר מ'פלעגט מזכיר זיין די נאמען בעל פה. און דער בעש"ט האט געזאגט איינמאל אז א צדיק וואס נעמט א פדיון פון א איד און ער געדענקט נישט זיין נאמען פאר כאטשיק צען יאר, איז די פדיון געלט גניבה. שפעטער אין די צייטן פונעם מגיד ווען ער איז שוין שוואך געווארן און ער האט מער נישט געקענט געדענקן די אלע נעמען אויסעווייניג, דאן האט מען אנגעהויבן איינצופירן צו געבן פארן צדיק א געשריבענעם קוויטל. פירט אויס דער טשארטקובער בשם דעם ריזשינער, אז דאס וואס עס שטייט אין צוואת המגיד אז אין יאר תקי"ב ערב ראש השנה האט דער בעל שם טוב געגעבן א קוויטל פארן מגיד, איז א שקר גדול.

אינעם אוצר הספרים פון חב"ד געפינט זיך א סידור פונעם בעל שם טוב, וועלכע זיין שוואגער רבי גרשון קיטובער זצ"ל האט געשריבן. מיר קענען זען אינעם סידור די נעמען פון די גרויסע תלמידים זיינע אזא שטייגער ווי רבי מיכל זלאטשובער זצ"ל און רבי נחום טשערנאבלער זצ"ל און נאך, ווי זיי האבן אריינגעשריבן אינעם סידור ביי שמונה עשרה זייערע נעמען לטובה ולברכה.

דער מהרש"ב פון לובאוויטש האט דערציילט דער בעל שם טוב האט איין טאג אריינגערופן צוויי פון די אחים הקדושים פון קאמינקא און זיי געזאגט: איך האב אייך אזוי ליב אז איך וואלט אייך אלעס אוועקגעגעבן, נעמט מיין סידור וואס איך דאווען דערין יעדן טאג, און איר קענט אריינשרייבן אייערע נעמען ווי איר באגערט. די צוויי ברודער האבן זיך פארשטייט זיך גאר שטארק געפרייט אויף די געוואלדיגע מתנה וואס זייער רבי האט זיי געשאנקן, נאך אסאך אריינטראכטן ביי וועלכע ברכה עס איז דאס מערסטע כדאי אריינצושרייבן זייערע נעמען, האבן זיי מחליט געווען אז ביי די ברכה פון שומע תפילה וואלט געווען דאס בעסטע. מ'קען טאקע זען די צוויי נעמען ביי די ברכה פון שומע תפילה.
(דאס סידור איז אן אוצר פאר זיך און איז ווערד אן ארטיקל פאר זיך. ועוד חזון למועד אי"ה)

וואס שרייבט מען?
די סדר הדברים וואס מען שרייבט אין א קוויטל ווענדט זיך שוין ביי יעדע חסידות לויט זייערע מנהגים, און מיר וועלן פראבירן צו מרחיב זיין אינעם נושא וויפיל עס איז שייך. אין טייל פלעצער האט מען גאר שטארק מקפיד געווען אויפן נוסח, טייל האבן געהאט א נוסח פאר יעדע צרה. מיר וועלן אנפאנגען מיט וואס שרייבט מען אויבן אויפן קוויטל.

אויבן פונעם קוויטל:
אין חצרות סיגוט-סאטמאר און נאך אנדערע פירט מען זיך צו שרייבן אויבן ב"ה אדער בס"ד (בעזרת השם אדער בסייעתא דשמיא) און נאכדעם די שטאט ווי מ'וואוינט, ווידער אין בעלזא און פאפא פירט מען זיך דווקא נישט צו שרייבן אויבן נאר די נאמען פונעם שטאט. אבער הרה"ח ר' יוסף קנאבלעך ע"ה פון בעלזא האט אמאל דערציילט אז ער איז געווען אין די רייע צו געבן א קוויטל פארן בעלזא רב רבי אהרן זצ"ל, און פאר אים איז געשטאנען א איד וועלכע האט יא געהאט געשריבן אויבן פונעם קוויטל ב"ה. ווען דער גבאי האט אנגעפאנגען ליינען דעם קוויטל פארן רב און אויסגעלאזט די ווערטער בעזרת השם, האט אים דער בעלזא רב אפגעשטעלט און געהייסן אנפאנגען נאכאמאל, אזוי עטליכע מאל ביז דער גבאי האט זיך געכאפט און געזאגט "בעזרת השם", דאן האט דער בעלזא רב אים געלאזט ווייטער ליינען.

אין חב"ד האט מען געשריבן אויבן פ"נ (פדיון נפש), און דאן 'נא לעורר רחמים רבים'.

אין דינוב האבן זיי א מסורה פונעם בני יששכר זצ"ל אז מען שרייבט קודם די שטאט ווי דער מענטש וואוינט, און הערשט נאכדעם שרייבט מען ב"ה.

שרייבן די שטאט ווי מ'וואוינט זען מיר איז געווען גאר שטארק ביי רוב צדיקים און עס האט אסאך אויסגעמאכט אויפן קוויטל. לדוגמא: הרה"ג ר' מנחם צבי טעלער שליט"א מגי"ש בישיבה לצעירים דסאטמאר וויליאמסבורג האט דערציילט תשע"ז מוצש"ק פארן יארצייט פונעם רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע אזא מעשה: "איך בין געקומען אהער לערנען (פון ארץ ישראל) אין די ישיבה אלס יונגער בחור קוים 15 יאר אלט. דער רבי האט זיך אין יענע תקופה געפינען אין בעלל הארבער, און דער סדר הישיבה איז געווען אז ווען דער רבי איז געווען אין בעלל הארבער פלעגט יעדן טאג פארן א ווען פון די ישיבה מיט די בחורים וואס האבן משלים געווען דעם רבי'נס מנין. האב איך זיך איינגעבעטן אז מ'זאל מיך לאזן ווי פריער גיין צום רבי'ן.

געווענליך האט מען דעמאלטס נישט געקענט אריינגיין מיט קיין קוויטלעך, עס איז געווען א באשטימטע צייט דערפאר נאכמיטאג, אבער איך האב זיך זייער געבעטן, איך בין יעצט געקומען פון ארץ ישראל, האט מען מיך געמאכט אן אויסנאם און אפגעשריבן דעם קוויטל אז איך זאל קענען אריינגיין זיך געזעגענען נאכן דאווענען.

אין יענע יארן ווען דער רבי איז שוין ליידער נישט געזונט געווען, נאכן סטראוק ל"ע, בפרט אין די שפעטערע יארן האט מען שווער געקענט פארשטיין וואס ער רעדט, איז געווען צווישן די גבאים הרה"ח ר' מאיר דייטש הי"ו - וואס ער פלעגט זיצן נעבן רבי'ן, און ער איז געווען ווי א מתורגמן, ער האט איבערגעזאגט פארן עולם וואס דער רבי האט געזאגט, געפרעגט, אדער אנגעוואונטשן.

עכ"פ האט מען געשריבן א קוויטל פאר מיר, און אזוי ווי מיין מומע ע"ה איז זייער נישט געזונט געווען האב איך איר אויך מזכיר זיין פאר א רפואה שלימה.

איך גיי אריין צום רבי'ן, און דער רבי הייבט אן צו ליינען דעם קוויטל, און ער דרייט זיך אויס צו ר' מאיר דייטש און ער פרעגט אים עפעס. פרעגט מיך ר' מאיר וואס גייט פאר מיט דעם נאמען? האב איך געזאגט אז מיין מומע איז נישט געזונט און זי דארף א גרויסע ישועה, ר' מאיר זאגט איבער פארן רבי'ן, און דער רבי ליינט נאכאמאל און ער פרעגט ווידער פון ר' מאיר, מיר איז דאס געווען א חידוש, עס איז דאך נישט קיין שווערן תוספות, דער נאמען איז געווען גוט געשריבן אין קוויטל, און וואס קען איך דא זאגן מער ווי דאס וואס כ'האב שוין געזאגט?
איך האב אנגעהויבן צו טראכטן צו מיר, מסתמא זעהט דער רבי ברוח קדשו אז די מומע איז שוין ח"ו נפטר געווארן, און וועגן דעם מוטשעט ער זיך מיטן קוויטל, עפעס אנדערש האב איך נישט געקענט טראכטן.

האב איך געטראכט איך וועל אליינס מזכיר זיין, איך האב זיך איינגעבויגן און אליין געזאגט פארן רבי'ן "דאס איז מיין מומע פון ירושלים וואס דארף א גרויסע ישועה". די רגע וואס איך האב געזאגט 'ירושלים' האט דער רבי אויפגעשיינט "אה, ירושלים!..." און ער האט ווידער איבערגעליינט דעם קוויטל, און ער האט דעמאלטס אנגעוואונטשן זיינע הייליגע ברכות.

כידוע, פירט מען זיך אויף א קוויטל שרייבט מען אויבן דעם נאמען פון די שטאט וואו מ'וואוינט, היות איך האב געשריבן דעם קוויטל פאר מיר האב איך געשריבן אויבן 'ברוקלין', און נאר צוגעלייגט די הזכרה פאר די מומע, אבער דער רבי האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיטן קוויטל ביז ווען ער האט געהערט אז דאס איז אן הזכרה פון ירושלים עיה"ק, דעמאלטס האט שוין אלעס געשטימט".


נאמען:
מ'פירט זיך אז שרייבט דעם נאמען מיט די נאמען פונעם מאמע.
דער חתם סופר (שו"ת חת"ס אה"ע ח"ב סי' מ"א) זאגט די מקור פארוואס מען דערמאנט דווקא די מאמע און נישט די טאטע, ווייל די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף סו ע"ב) "אמר אביי אמרה לי אם כל מנינא בשמא דאימא" – רש"י איז מסביר, אביי האט געזאגט, יעדע לחש וואס מען דארף אמאל ניצן, זאגט מען זיין נאמען צוזאמען מיט די מאמע'ס נאמען. (ועיין באריכות בזה בשו"ת בצל החכמה ח"ג סי' צ"א).

אין אלגזי שטייט בשם דעם זוהר הק' אז ווען א איד קומט ארויף אויף יענע וועלט ביים בי"ד של מעלה, איז מען אים אויך דן מיט זיין און זיין מאמע'ס נאמען.

הרה"ח ר' יצחק היילברון ע"ה האָט זוכה געווען צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע אין די שטאָט סאַטמאַר. ווען ער איז צום ערשטן מאָל אַריין צום רבי'ן האָט ער זיך אָנגעשריבן אַ קוויטל, אָבער נישט וויסנדיג וויאַזוי מ'שרייבט אַ קוויטל, האָט ער געשריבן זיין נאָמען מיט זיין טאַטנ'ס נאָמען.
ווען דער רבי האָט אַריינגעקוקט אינעם קוויטל, האָט ער זיך אָנגערופן צו אים מיט אַ ליבליכן שמייכל "נו, אני עבדך בן אמתך".

בדרך אגב, רביה"ק זי"ע פלעגט זייער שטארק מקפיד זיין אז די נעמען זאל שטיין אין אידיש און נישט אויף עברית. אויב איינער איז אריינגעקומען און עס איז געשטאנען שושנה אנטשטאט רויזא, פלעגט די רבי אים פרעגן צו ער איז א ספרד'ישער? און אים געהייסן איבערשרייבן דאס קוויטל.

בקשות אינעם קוויטל:
אינעם אויבנדערמאנטע סידור פונעם בעל שם הק' ווי די תלמידים האבן אריינגעשריבן זיך מזכיר צו זיין, זען מיר ווי אזוי טייל תלמידים האבן ארויסגעשריבן די נאמען מיט א ספעציעלע בקשה, און טייל נאר די נאמען. לדוגמא:
רבי מיכל זלוטשובער שרייבט דארט אריין אזוי: לזכרון להתפלל עבור התורני מוהר"ר יחיאל מיכל בן פיגה מזלאטשוב ועבור אשתו ובתו יענטיל בת שרה, להתפלל בעדו שיתאמץ הקב"ה לבו לעבודתו ויחי' זרעו.
לזיכרון להתפלל בעבור מרדכי טייטש בן אסתר.
להיות לזכרון לפני ה' להתפלל עבורינו יצחק בן הדס, הרב דוד בן חי' עם בנו צבי הירש בן יענט', כולם מדיבוסאר, להתפלל בעדינו שיחזק ה' את לבבינו לעבדו באמת וביראה ובאהבה וללמוד תורתו באהבה לשמה, ושיתן זרע כשר חיים וקיימים ועוסקים בתורה ובמצות.

אזוי איז דא עטליכע מיט ארויסגעשריבענע בקשות און עטליכע נאר מיט די נעמען. אבער מיר קענען באמערקן גאר אן אינטערעסאנטע נקודה. יעדע איינציגסטע הזכרה הייבט זיך אן מיט להיות לזיכרון, אדער לזיכרון ולהתפלל אדער אזא סארט נוסח. קיינער האט נישט אריינגעשריבן די נעמען סתם (על כל פנים דאס וואס מיר האבן געטראפן און מצליח געווען צו ליינען).

ביי די טשערנאבלער אייניקלעך ליגט א קוויטל וואס זיי האבן במסורה אז דאס האט דער שר שלום פון בעלזא זצ"ל געשיקט צום טשערנאבלער מגיד זצ"ל, אין יענע קוויטל שטייט אזוי: שלום בן רבקה העניא לבריאת הגוף והנפש.

דער מנחת אלעזר ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל ביים ציון פונעם אור החיים הקדוש האט ער פארציילט א מורא'דיגע מעשה: ס'איז געווען אמאל א בלוטיגע ארעמאן וועלכע איז זיך געקומען אויסוויינען צום אור החיים הק' אז ער האט נישט קיין לחם לאכול צו פיטערן זיינע קליינע קינדערלעך אין שטוב און זיי גייען רח"ל אויס פאר הונגער. דער אור החיים הק' האט זייער רחמנות געהאט אויפן ארעמאן, האט ער געשריבן א צעטל און געזאגט פארן ארעמאן אז ער זאל דאס לייגן ביים כותל המערבי. שפעטער האט מען געטראפן דאס צעטל און עס איז געשטאנען בזה הלשון – "אחותי רעיתי יונתי תמתי" (דאס איז אן אויסדרוק אין שיר השירים אויף קודשא ברוך היא), "אבקשך ברחמים להשפיע פרנסה טובה לפלוני בן פלונית" (איך בעט דיר מיט רחמנות אז דו זאלסט משפיע זיין א גוטע פרנסה פאר פלוני בן פלונית), "חיים בן עטר".

ביים אוהב ישראל פון אפטא זצ"ל איז אמאל אריינגעקומען א איד און געשריבן נאר די נאמען אן קיין שום בקשה, פרעגט אים דער אפטא רב פארוואס ער האט גארנישט אריינגעשריבן? זאגט אים דער איד: רבי! פרנסה האב איך ברוך השם, פיינע קינדער האב איך, געזונט זענען מיר אלע. ברוך השם עס פעלט מיר גארנישט. פרעגט אים דער אפטא רב אויב אזוי פארוואס זענט איר געקומען? זאגט ער, רבי איך בין געקומען בעטן אז דער אייבערשטער זאל עס לאזן אזוי ווי עס איז, עס איז זייער גוט ווי אזוי עס פארט יעצט, ער זאל ביטע גארנישט צונעמען...
אין שטוב פונעם ערשטן בעלזא רב דער שר שלום זצ"ל איז אמאל געקומען א איד און געזוכט איינער וואס זאל אים שרייבן א קוויטל. רבי שלום קאמינקא זצ"ל איז דארט געווען אינדרויסן פון שטוב און ער האט זיך געזעצט שרייבן פאר דעם איד. דער איד האט זיך גענומען וויינען אז ער האט א מיל צו מאלן ווייץ אבער עס מילט נישט גוט, און ענדליך ווען ער פארקויפט שוין די מעהל מאכט ער נישט קיין געלט, און ווען ער מאכט שוין יא געלט האלט זיך עס נישט ביי אים. האט רבי שלום קאמינקא געשריבן אזוי: יש מילה ולא מל, מל ולא פרע, פרע ולא מצץ דמיה...

ווי אזוי מ'האט זיך געפירט אין צאנז איז דא עטליכע נוסחאות:
אין חידו"ת לדינערס (א' וישב תשכ"ו במסיבה למען המוסדות בקראון הייטס) פון רביה"ק מסאטמאר ז"ל בעל דברי יואל שטייט אז "איך האב געהערט פון טאטן אז איינמאל איז ער געווען ביים הייליגן דברי חיים, האט ער אים געגעבן א קוויטל, און ער האט דארט גארנישט אריינגעשריבן אויסער די נעמען. האט זיך דער דברי חיים אנגערופן "פארוואס האסטו נישט געשריבן פרנסה? פרנסה מיינט דאך אויך רוחניות, נישט נאר גשמיות".

דער דרכי תשובה פון מונקאטש איז געווען אמאל איז צאנז און ער האט געזען ווי אזוי א איד שרייבט אסאך בקשות אויפן קוויטל, האט ער אים געזאגט: ווען מיר זענען געווען אין ראפשיץ האבן מיר געשריבן נאר 'להצלחה', ווייל הצלחה איז כולל אלעס, בני חיי ומזוני.

הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו פון קרית יואל האט דערציילט אז איינמאל ווען ער איז אריין צו רביה"ק מסאטמאר ז"ל בעל ברך משה, און מ'האט דערציילט פארן רבי'ן אז ר' חיים בער איז געווען דער וואס עס איז בייגעפאלן די נאמען 'ברך משה' פארן ספר פונעם רבי'ן (די רבי האט זייער הנאה געהאט ווייל עס דערמאנט סיי זיין טאטנ'ס נאמען און סיי די מאמע'ס נאמען). די רבי איז זייער נתרגש געווארן און געזאגט "איך וויל דיר געבן א ברכה, דער זיידע דער דברי חיים ז"ל האט געזאגט אז מ'זאל אריינשרייבן אין קוויטל 'הצלחה בכל ענינים', ווייל די ברכה איז כולל אלעס, וויל איך דיר אנוואונטשן די ברכה אז דו זאלסט האבן "הצלחה בכל ענינים".

דווקא יא אריינשרייבן בקשות:
געווען צדיקים וועלכע האבן דווקא יא מקפיד געווען אז מ'זאל אריינשרייבן בקשות, אדער ארויסשרייבן די בקשות פרטיות וואס מ'בעט דעם צדיק.

ביי רבי מרדכי'לע נדבורנא זצ"ל איז אמאל געווען א איד וואס איז אריינגעקומען צו אים מיט א קוויטל אן קיין ספעציעלע בקשה, פרעגט רבי מרדכי'לע איך זעה אז ער בעט נישט גארנישט ספעציעל, פארוואס זענט איר געקומען אהער? זאגט אים דער איד: איך בין אדורכגעפארן דא אין שטאט און איך האב געהערט אז איר זענט א צדיק בין איך געקומען אייך זען. האט זיך רבי מרדכי'לע געבייזערט און געשריגן "מרדכי איז עפעס א קאמעדיע וואס איך נעם געלט אז מ'זאל מיר זען?" און ער האט נישט געוואלט ליינען יענעמס קוויטל.

הרה"ח ר' דוד מרדכי מייזעלס ע"ה האט דערציילט אז דער רביה"ק מסאטמאר בעל דברי יואל זי"ע האט אים געהייסן זיך אריינלייגן אין שדכנות, און ער פלעגט זיך שטענדיג פאראינטערעסירן וויאזוי עס גייט די שדכנות. ר' דוד מרדכי האט זיך געהאט איינגעפירט א מנהג טוב, אז יעדן חודש פלעגט ער אריינטראגן די מעשר געלט צום רבי'ן, און דער רבי פלעגט דאס איבערציילן.

ווען ר' דוד מרדכי איז אריינגעגאנגען מיט א קוויטל צום רבי'ן דאס ערשטע מאל נאכ'ן אנהייבן מיט שדכנות, האט אים דער רבי געפרעגט פארוואס ער האט נישט אריינגעשריבן וועגן שדכנות, און ווען ער האט געענטפערט אז ער האט דאך שוין אריינגעשריבן "הצלחה בכל ענינים", האט דער רבי געזאגט אז אעפ"כ זאל ער אויך שרייבן באזונדער אויף שדכנות.

שרייבן גשמיות בקשות:
ווען רבי אורי סטרעליסקער זצ"ל איז אוועק פונעם עולם האבן א טייל פון זיינע חסידים אנגעפאנגען צו פארן צום ריזשינער, אנקומענדיג אהין צום ערשטן מאל האבן זיי זיך ווייטער געפירט אזוי ווי מ'האט זיך געפירט אין סטרעליסק צו שרייבן נאר בקשות אויף רוחניות. ווען דער ריזשינער האט דאס געזען האט ער זיי געפאדערט צו שרייבן אויך בקשות פון גשמיות, און ער האט זיי געזאגט: אזוי ווי אויב איינער האט נישט אינזינען ביי שמע ישראל די פירוש המילות, דארף ער איבערליינען די פסוק. אזוי אויך אויב איינער האט נישט אינזינען ביי פותח את ידיך, דארף ער עס אויך איבערזאגן. (מיינענדיג צו זאגן אז אזוי מ'דארף אינזינען האבן רוחניות דארף מען אויך אינזינען האבן גשמיות).

הרה"ג ר' אברהם שמחה הכהן פריעדמאן שליט"א האט פארציילט: איך האב געהערט פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק בעל ברך משה זי"ע, אז אמאל ערב יום הקדוש ווען עס איז געשטאנען א לאנגע שורה מיט אידן וואס האבן געווארט אריינצוגיין מיט קוויטלעך צו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, און יעדער איז אריינגעגאנגען אינאיינעם איינער אונטער'ן צווייטן.
צווישן דעם ציבור איז געשטאנען א איד וואס ווען ער איז צוגעקומען צום רבי'ן האט ער א זאג געגעבן: "דער רבי זאל מיר אנוואונטשן אז איך זאל האבן פרנסה"... דער איד האט זיך באלד געכאפט אז עס איז נישט אין פלאץ צו מזכיר זיין וועגן פרנסה אום ערב יוה"ק, און ער האט זיך זייער פארשעמט. דער רבי האט דאס באלד באמערקט האט ער זיך אנגערופן צו אים: "וואס איז? פרנסה איז א וויכטיגע זאך, מ'דארף זיך נישט שעמען אז מ'דארף האבן פרנסה"...

שרייבן רוחניות בקשה:
אין ספר זקניך ויאמרו לך פון הרב ר' שמואל שלמה טעלער שליט"א ממנהלי בית רחל בקרית יואל (תשוח"ח פארן צושטעלן אסאך פארן ארטיקל) ברענגט ער בשם הרה"ח ר' אברהם שמחה הכהן פריעדמאן שליט"א וואָס האָט פאַרציילט אזוי: איך האב געהערט פון הרה"צ בנש"ק רבי יחזקאל וואגשהאל ז"ל (בן הרה"ק מלאַנצוט זצ"ל) אז ווען הרה"ק רבי איציקל מ'פשעווארסק זצ"ל איז אמאל געווען אין ניו יארק האט ער געהאט די זכיה צו זיין בקודש פנימה ווען ר' איציקל האט געגעבן דאס קוויטל פאר רביה"ק הדברי יואל זי"ע. האט ער געזען ווי בשעת'ן ליינען דאס קוויטל האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די ווערטער וואס איז דארט געשטאנען 'הצלחה בכל הענינים ברוחנית ובגשמיות' האט דער רבי געפרעגט 'וואס איז דאס בגשמיות?', זאגט רבי איציקל 'גשמיות, געזונט, פרנסה, נחת'. זאגט דער רבי 'דאס איז גשמיות?'...

צום שרף פון קאצק איז אמאל געקומען א איד און געבעטן אז ער וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, האט אים דער שרף גע'ענטפערט: גיי אהיים און זעץ דיר לערנען, וועלן דיינע קינדער אויך לערנען. אז נישט, וועלן זיי אויך קומען דא בעטן אויף זייערע קינדער, אז זיי זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים...

הרה"ג ר' אליהו כץ ז"ל אב"ד רעשלאוויץ (פאטער פון ריסקעווער רב) פלעגט דערציילן אז איינמאל זייענדיג ביים הייליגן שינאווער רב זצ"ל מיט א קוויטל, האט ער קודם געשריבן ביי די בקשה "ללמוד תורה בקדושה וטהרה", שפעטער האט ער מחליט געווען אז עס קען אפשר אויסזען ווי א שטיקל גאווה, האט ער זיך געשריבן א נייע קוויטל ווי עס איז געשטאנען "ללמוד תורה מתוך הרחבת הדעת". אבער ווען ער איז אריינגעקומען און אראפגעלייגט זיין קוויטל האט אים דער שינאווער רב אנגעוואונטשן "דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט קענען לערנען תורה בקדושה וטהרה", מיט'ן לשון ווי דאס ערשטע קוויטל וואס ער האט געוואלט לכתחילה געבן.

מ'זאגט נאך אויף איינע פון די פוילישע רבנים אז א איד איז אמאל אריינגעקומען צו אים מיט א קוויטל וואס די בקשות זענען געווען אז ער זאל האבן ריינע מחשבות, דאווענען ערליך, לערנען פלייסיג וכו' וכו'. האט אים דער רבי געזאגט "נעם אהיים דאס קוויטל און ליין עס עטליכע מאל א טאג, וועסטו געהאלפן ווערן"..

הגה"ק רבי משה אריה פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים האט זיך געפירט צו שרייבן ביידע, סיי גשמיות און סיי רוחניות. אין יאָר תשכ"ד האט ער געשיקט א קוויטל צום רבי'ן ז"ל בעל דברי יואל, האט ער געשריבן אזוי: לישועה בנו"ג ולפרנסה והצלחה, ולהצלחה עם התלמידים בתורה ויר"ש, ולהנצל מכל מכשול בעניני הוראה. באמערקט ווי אזוי אינעם ערשטן חלק שרייבט ער גשמיות, אזוי שרייבט ער אויך סיי פרנסה און סיי הצלחה (קוקט פריער אינעם קעפל ווי אזוי האט מען זיך געפירט אין צאנז), דערנאך שרייבט ער ארויס די רוחניות חלק.

קפידות און הנהגות ביים א שרייבן דעם קוויטל:
אין נעשכיז האט מען זיך געפירט אז מ'פלעגט נישט אויסגיסן קיין זאמד אויפן קוויטל אויסצוטריקענען די טינט.

ביי רוב חסידישע הויפן האט מען אויך אנגענומען פארשידענע קפידות ווי למשל: א קוויטל האט מען נישט צושניטן נאכן שרייבן, נישט אריינטראגן אין א מקום טומאה, קוויטל פאפיר זאל נישט האבן קיין ליניע'ס אויפן פאפיר, דער קוויטל שרייבער זאל זיין אנגעטון מיט די הוט און גאַרטל, (ס'געווען אמאל וואס דער מנחת אלעזר האט געזען איינעם שרייבן א קוויטל אן א היט, און עס איז אים זייער נישט געפאלן), מען וואשט זיך די האנט פארן שרייבן דעם קוויטל (דער ישמח ישראל איז אמאל ארויסגעקומען און פארגעהאלטן דעם גבאי הייתכן ער שרייבט קוויטלעך אן זיך וואשן די הענט פארדעם) ועוד.

ביי טייל מקומות פירט מען זיך אז א קוויטל וואס האט איבערגענעכטיגט גיבט מען שוין נישט (בעלזא), קיינער זאל נישט ליינען די קוויטל איידער דעם רבי'ן אפילו נישט דער וואס געבט די קוויטל (קרעטשניף).

נישט ברענגען א געליינט קוויטל:
צדיקים מיט זייערע אפענע אויגן פלעגן זען אויב דעם קוויטל איז שוין געליינט געווארן דורך אן אנדערע צדיק, אדער א קוויטל וואס איז נישט געשריבן געווארן פאר דעם צדיק, און דאן פלעגן זיי עס נישט וועלן ליינען נאר זיי האבן געהייסן אז מען זאל איבערשרייבן דאס קוויטל פאר זיי.

צום אריה דבי עילאי איז אמאל געקומען א איד מיט א קוויטל און געזוכט איינער וואס זאל אים שרייבן דאס קוויטל, ווען ער האט געטראפן דעם הייליגן צאנזער רב זי"ע האט ער אים געבעטן אז ער זאל אים שרייבן דעם קוויטל נישט וואוסענדיג ווער ער איז. ווי נאר דער אריה דבי עילאי האט אריינגעקוקט אינעם קוויטל וואס דער צאנזער רב האט געשריבן, האט ער געפרעגט "וואס ברענגסטו מיר א געליינט קוויטל?"

הרה"ג ר' אלימלך יודא לאנדא שליט"א ר"מ בישיבה"ק בקרית יואל האט דערציילט: ו' אלול תשט"ז לפ"ק ביי די סעודת הילולא פונעם ייטב לב זי"ע האב איך געהערט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע דערציילן מעשיות פונעם זיידן דער בעל הילולא זי"ע.
"איינמאל אין די ישיבה בשעת'ן פארלערנען האט זיך דער ייטב לב זייער אפגערעדט אויף זיך אליינס, עד כדי כך אז ער האט געזאגט: "וואס זאל איך ענק זאגן, וויי פאר די מאמע וואס האט אראפגעברענגט אזא קינד אויף די וועלט". איינמאל איז געווען ווען ער האט געזען אויף א קינד א תנועה פון יראת שמים, האט ער זיך אנגערופן: "איי בין איך מקנא דאס קינד, הלואי האב איך די יראת שמים".

דער רבי האט דעמאלטס דערציילט אז "דער ייטב לב האט געקענט רעדן ברייט אויך". דער רבי האט דערציילט א מעשה אז הגה"צ רבי צבי הירש מרודניק ז"ל א זון פון הרה"ק רבי ברוכ'ל גארליצער זי"ע (בן מרן הדברי חיים ז"ל וחתן מרן הייטב לב ז"ל) איז געווען אמאל ביים זיידן דער ייטב לב און ער האט אים געגעבן א קוויטל, נאכדעם וואס דער ייטב לב האט געליינט דאס קוויטל האט ער דאס צוריקגענומען, און ווען ער איז געווען ביים זיידן דער דברי חיים האט ער אים געגעבן דעם זעלבן קוויטל. דער דברי חיים האט א בליק געגעבן דערויף, און ער האט אים דאס צוריקגעגעבן זאגנדיג: "אן אויסגעליינטן קוויטל געבט מען נישט"...

ווען ער איז שפעטער געווען ביים ייטב לב האט ער דערציילט די מעשה, האט דער ייטב לב הנאה געהאט אז דער דברי חיים האט מרגיש געווען אז דאס קוויטל איז שוין געליינט, און ער האט זיך אנגערופן צו די ארומיגע: "נו, זעט עטס אז איך קען?"...

הרה"ח ר' דוד לוי זיכערמאן ע"ה האט דערציילט: נאָך אינדערהיים איידער די צווייטע וועלט מלחמה בין איך געפאָרן מיט מיין פעטער הרה"ח ר’ נפתלי גאלדשטיין ז"ל קיין סאַטמאַר, זיך מסתופף זיין בצ"ק פון מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אויף די צווייטע טעג סוכות. נאָך יו"ט זענען מיר געגאַנגען זיך געזעגענען ביים רבי'ן. דער פעטער האָט געשריבן אַ קוויטל און זיך געשטעלט אין די רייע אַריינצוגיין צום רבי'ן. זעענדיג אַז די רייע איז זייער לאַנג און מ'וועט נאָך דאַרפן וואַרטן לאַנג צו קענען אַריינגיין, האָט ער זיך אָנגערופן צו מיר: "לאָמיר דערווייל אַריבערגיין צום ביקסאַדער רבי'ן". (דער ביקסאַדער רבי הגה"ק רבי אלעזר פיש זצ"ל הי"ד איז געווען אַ הייליגער איד און האָט געוואוינט אין סאַטמאַר).

ווען מיר זענען אַריינגעקומען צום ביקסאַדער רב, האָט ער נאָכ'ן ליינעם דעם קוויטל זיך אָנגערופן: "דאָס קוויטל איז נישט געשריבן געוואָרן פאַר מיר, דאָס איז געשריבן געוואָרן פאַר אַ צווייטן צדיק". דער ביקסאַדער רבי האָט געהייסן שרייבן אַ צווייטן קוויטל און הערשט דאַן האָט ער דאָס געליינט און געגעבן ברכת קדשו.

הנהגות פון צדיקים בשעת ליינען דעם קוויטל:
צו הרה"ק רבי ישכר דוב פון בעלזא זצ"ל איז אמאל אריינגעקומען א איד מיט א קוויטל און זיך געשטעלט קעגן איבער דעם בעלזא רב, האט אים דער רב געהייסן זיך שטעלן אין די זייט זאגענדיג: אין שולחן ערוך ווערט גע'פסק'נט אז מ'טאר נישט שטיין קעגן איבער איינעם בשעת ער דאווענט. און אזוי פירט מען זיך טאקע אין אסאך הויפן אז מ'שטייט זייטיג ווען די צדיק ליינט דעם קוויטל.

פונעם בני יששכר ברענגט מען נאך אז דער חוזה פלעגט זאגן א לשם ייחוד פארן ליינען קוויטלעך. ביים אמרי יוסף פון ספינקא זצ"ל פלעגט שטענדיג ליגן אפן א סידור אר"י בשעת ער האט גענומען קוויטלעך.

אין בעלזא איז די מנהג אז בשעת די רב נעמט אויף דעם עולם מיט קוויטלעך ליגט אויף א האלצערנעם טאץ צוויי אנגעצינדענע ליכט (די מנהג האט דער שר שלום געברענגט פונעם חוזה פון לובלין). מהר"א פון בעלזא פלעגט קודם לערנען מסכת ברכות און דאן האט ער גענומען קוויטלעך פונעם עולם. אזוי אויך האט מען אין בעלזא מקפיד געווען אז א שוחט זאל נישט זיין דער ערשטער אדער דער לעצטער וואס געבט א קוויטל יענעם טאג.

הרה"ג רבי שמואל אלכסנדר אונסדארפער ז"ל אב"ד ראשית חכמה האט דערציילט אז ער איז געווען איינמאל ביי מהר"א מבעלזא מיט א קוויטל דער לעצטער פונעם גאנצן רייע. נאכדעם וואס דער רב האט געליינט זיין פערזענליכע קוויטל, האט ער אים געגעבן א קוויטל וואס ער האט אויפגעשריבן עטליכע נעמען פון מענטשן וועלכע האבן אים געבעטן אז ער זאל אים דערמאנען לטוב ביים רב. ווען דער רב האט גע'ענדיגט ליינען די כוללות קוויטל האט ער געבעטן אז מ'זאל אים ברענגען נאך א קוויטל זאגענדיג דערביי "איר ווייסט דאך אז מיר הייבן נישט אן און מיר ענדיגן נישט מיט א שוחט". ווען ער איז אהיימגעקומען צוריק קיין מאנטריאל האט ער פארציילט וואס עס האט פאסירט ביים ליינען דעם קוויטל, האט זיך איינער פון די משלחים אנגערופן: איך האב זיך פארהערט הלכות שחיטה פאר 20 יאר צוריק!.

רבהי"ק בעל דברי יואל זי"ע פלעגט ליינען א קוויטל נאר אויב ער האט אנגעהאט זיין היט אדער זיין שטריימל, זאגענדיג אמאל "חבש כובע, ישועה"

סימן רע:
שוין בשעת'ן ליינען דעם קוויטל האט מען שוין געקענט טיילמאל זען אויב מען איז געהאלפן געווארן אדער נישט.

האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט -שליט"א האט דערציילט: דער טריסקער מגיד זי"ע האט אויפגעצויגן ביי זיך דעם ינוקא פון פוריסוב הרה"ק רבי אברהמ'לע זי"ע, ער איז געווען א קליין קינד ווען זיין טאטע איז נסתלק געווארן און דער מגיד האט געהאלטן אן אויג אויף אים.

איינמאל אין יענע געגנט האט אויסגעבראכן ל"ע א מגיפה, און דער טריסקער מגיד האט געהאט צוויי פעקלעך קוויטלעך און הזכרות, און ער האט באמערקט אז איין זייט איז געווען לחיים און די אנדערע זייט רחמנא ליצלן נישט. איז אנגעקומען א איד א גרויסער עושר וועלכע איז געווען אנגעשטעקט מיט די מחלה ל"ע, און ער איז אריין מיט א קוויטל און ער האט געזען אז דער מגיד האט געלייגט זיין קוויטל אויף די ביטערע זייט. וואס טוט מען? האט אים איינער געזאגט אז דער קליינער ינוקא איז א חברה'מאן, האט ער ארויסגענומען א מטבע פון טאש און אים געזאגט: גיי זעה אז מיין קוויטל זאל אנקומען צו די אנדערע זייט!. דער טריסקער מגיד איז ארויס פאר א מינוט פון זיין צימער, און דער אברהמ'לע האט שנעל א טויש געטוהן די קוויטל אויף די גוטע זייט.

ווי נאר דער טריסקער מגיד איז צוריק אריינגעקומען אין זיין צימער, האט ער גלייך באמערקט אז עמיצער האט זיך געפארעט מיט זיינע קוויטלעך, און ער האט תיכף פארשטאנען ווער עס האט דאס אנגעווערטשאפט. ער האט אים אריינגערופן און געזאט: אברהמ'לע, וואס דו האסט געמאכט האסטו געמאכט, אבער זאלסטו וויסן אז דו שפילסטו דיר מיטן לעבן! נאכאמאל זאלסטו נישט טון אזא זאך, ווייל ווען נישט וואס איך האב דיר אזוי ליב וואלט נישט געטויגט.

ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז געווען איינמאל אין ארץ ישראל איז אריינגעקומען א איד און זייער שטארק געוויינט אז ער איז קינדערלאז ל"ע און ער דארף א גרויסע ישועה, די רבי ז"ל האט געליינט דאס קוויטל און עס געלייגט אין א זייט. דער איד האט באמערקט ווי די רבי האט עטליכע פעקלעך פון קוויטלעך יעדע איינס מיט א סדר און זיין קוויטל האט ער געלייגט אינגאנצן אין א זייט, האט ער גענומען נאך שטערקער וויינען און געזאגט פאר'ן רבין: רבי! מיין משפחה און מיין ווייב'ס משפחה זענען ביידע געווען גרויסע משפחות פארן ביטערן קריג, מיר זענען די איינציגסטע וועלכע האבן דאס איבערגעלעבט. אויב וועלן מיר נישט געהאלפן ווערן, וועט נישט בלייבן קיין זכר פון צוויי גרויסע משפחות. דער רבי איז זייער נתרגש געווארן און ארויסגענומען זיין קוויטל און עס אריינגעלייגט אין א אנדערע הויפן קוויטלעך און שטארק אנגעוואונטשן, וכך הוה א שטיק צייט שפעטער איז דער איד געהאלפן געווארן מיט קינדער.

הרה"ח ר' עקיבא צבי גאנז ז"ל מלמד דרדקי אין קרית יואל האט דערציילט: עס איז אמאל געווען ווען דער איידעם פון ר' יושע וויינשטאק (ארוך) ע"ה איז געקומען צו לויפן צום רבי'ן זי"ע בעל דברי יואל מיט א קוויטל, אז זיין שווער ר' יושע איז זייער קראנק אויפן הארץ און ער דארף א גרויסע ישועה. דער רבי האט אים אנגעוואונטשן.

ווען ער איז אוועקגעגאנגען פונעם רבי'ן איז א שליח געקומען צו לויפן און געשריגן "לויף שנעל, ס'איז שווערער געווארן דער מצב", ער איז צוריק געלאפן צום רבי'ן און געזאגט אז דער מצב איז שווערער געווארן. דער רבי האט גענומען דאס קוויטל און איבערגעדרייט מיט קאפ אראפ און גארנישט געזאגט. ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון רבי'נס שטוב איז ער געוואויר געווארן אז ער איז שוין נפטר געווארן ל"ע.


אריינלייגן אין א ספר:
רבי איציקל פון פשעווארסק זצ"ל פלעגט אריינלייגן די שווערע קוויטלעך אין ספר הקדוש נועם אלימלך אן ערשטע דרוק.

רבי אייזיקל קאמארנא זצ"ל איז אמאל געווען ערב שבת קודש ביי רבי משה צבי מסאווראן זצ"ל, און רבי אייזיקל האט אים געגעבן א קוויטל. מוצאי שבת האט אים רבי משה צבי געוויזן אז האט אריינגעלייגט זיין קוויטל אינעם זוהר הק'.
לעצט פארראכטן דורך ממי_שאמרו אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 9:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זייער קלאר און שיין
מאיבי תחכמני
פייט!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

אויב איינער קען מיר זיי מוחל ארויסהעלפן מיט א קלייניקייט. איך האב בילדער פון גאר אינטערעסאנטע קוויטלעך, אבער איך גיב זיך געווענטליך נישט אן עצה מיט לייגן די בילדער אויף די דראפבאקס פארמאט. אויב קען איך פאר איינעם אריינשיקן די בילדער אין אימעיל, און ער וועט מיר צוריק שיקן מיט די לינקס דאס ארויפצולייגן. יישר כוחכם.
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ששת אלפים
תגובות: 6217
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:27 pm
אויב איינער קען מיר זיי מוחל ארויסהעלפן מיט א קלייניקייט. איך האב בילדער פון גאר אינטערעסאנטע קוויטלעך, אבער איך גיב זיך געווענטליך נישט אן עצה מיט לייגן די בילדער אויף די דראפבאקס פארמאט. אויב קען איך פאר איינעם אריינשיקן די בילדער אין אימעיל, און ער וועט מיר צוריק שיקן מיט די לינקס דאס ארויפצולייגן. יישר כוחכם.
שיק איינס צי [email protected]
מאיבי תחכמני
פייט!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

ידידי הרב @איינס , הרב @אוראייניקל און הרב @ראובן איש מהעם , נאדיר א ספעציעלע טעג אהער... (תִקְוָתִי שתהנו)
לג בעומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 04, 2024 9:09 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לג בעומר »

זייער שיין ישר כח
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

בילד

א קוויטל וואס דער חזון איש האט זיך פארגעשריבן.

(ייש"כ @קענסט מיר נישט , אין די גוסטע איך זאל אייך שיקן נאך? אויב יא ביטע ענטפערט אין אימעיל)
Letshelpothers
שר חמש מאות
תגובות: 567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 26, 2023 3:57 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Letshelpothers »

יישר כח. הערליכע ארבעט.

אינטערסאנט אז אינעם סידור הבעש״ט האבען זיי געשריבען הרב ביי זייער נעמען.
אפשר קענסטו דאס מסביר זיין?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19690
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:34 pm
ידידי הרב @איינס, הרב @אוראייניקל און הרב @ראובן איש מהעם, נאדיר א ספעציעלע טעג אהער... (תִקְוָתִי שתהנו)
יישר פארן צו ווייזן. (אכן נהנתי..)

אנגעהויבן ליינען, אוועקגעלייגט פאר נעקסטע זונטאג צו דורכליינען גרינטליך.

איך סקורל און סקרול אראפ און סענדיגט זיך נישט…. מאסיווע ארבעט זעט אויס והחזקה על ממי שאין יוצא מתחת ידו דבר שאין בו היקף הסוגיה ואף גם חידושו!
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 12:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

סידור הבעל שם טוב הק'

בילד

בילד

בילד
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

א שאלה וואס רבי מרדכי צבי הלוי אדלר (תר"כ - תרצ"ז), תלמיד ה"ייטב לב" ותלמיד המהר"ם שיק. דיין, מו"צ ושו"ב ביישוב איגלא, הסמוך לחוסט. מחבר ספר 'עיר מבצר' ב' חלקים, האט געשיקט צום עצי חיים, און ער ענדיגט מיט א קוויטל. דער עצי חיים האט אן אנגעפאנגען צו ענטפערן שוין אויפן בריוו צוריק. מערקט ווי טראץ ער איז געווען א תלמיד פון זיין זיידן, שרייבט ער אויף אים 'המתאבק בעפר רגליו הקדושים'.

בילד
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קוויטל פון רבי איציקל פון פשעווארסק צום רבין בעל דברי יואל

בילד
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

א מחזור פונעם וואלאווע רב ר' ישראל יעקב יוקל, אריינגעלייגט א קוויטל פון בני משפחתו

בילד
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

קוויטל מאת רבי משה אריה פריינד זצ"ל

בילד

יישר כוח נאכאמאל @קענסט מיר נישט
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

הערליך. מייסטערהאפטיג. קלאר

אפשר לייגסטו אריין די בילדער אינעם ארטיקל?

ר' מנחם צבי איז ר' שמואל שלמה'ס פאטער. איא?
Break
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:37 pm
הערליך. מייסטערהאפטיג. קלאר

אפשר לייגסטו אריין די בילדער אינעם ארטיקל?
דאס איז שוין צו קאמפליצירט פאר מיר..
קוים ווי אזוי איך דאס קאפי פעיסטעט גוטערהייט..
נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:37 pm
ר' מנחם צבי איז ר' שמואל שלמה'ס פאטער. איא?
יא
אוועטאר
נויז מאשין
שר האלפיים
תגובות: 2780
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:37 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נויז מאשין »

פעסט עס אינמיטן ארטיקל..
Break
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

הערליך הערליך מלא מדע וחכמה דבר דבור על אפניו! א מעסטער פיעס פון א ארטיקל!
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
ממי_שאמרו
שר האלף
תגובות: 1694
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:48 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממי_שאמרו »

נויז מאשין האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:43 pm
פעסט עס אינמיטן ארטיקל..
עס גייט נישט צומישן די ליינער אז אינמיטן דעם ארטיקל איז דא עפעס א יומאנגעס בילד וואס בליטשקעט אפאר סקונדעס ביז אייוועלט כאפט אז יא, דאס בילד באלאנגט דא?

ס'גוט. לאז שוין אזוי. ביי חלק ב' וועלן מיר דעמאלטס זעהן בעזר השם יתברך.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19690
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך זע דו צייכנסט צו א רמב״ן אין במדבר. דו ברענגט אבער ניט אראפ זיינע ווערטער
ועוד כי הבא לפני אב הנביאים ואחיו קדוש ה' והוא נודע אליהם בשמו יהיה לו בדבר הזה זכות וחיים כי בא בסוד העם ובכתבבני ישראל
איך געדענק עפעס אז איינער טייטשט אז הביאו ספרי יחוסיהן איז געווען א ״קוויטל״

אזוי זוכנדיג האב איך דאס געטראפן

הלכות קוויטל.
https://forum.otzar.org/download/file.php?id=99433
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9340
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

חלהדעקל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 11:46 pm
הערליך הערליך מלא מדע וחכמה דבר דבור על אפניו! א מעסטער פיעס פון א ארטיקל!
גא"מ צו יעדן ווארט!

שפתיים ישק!

ייש"כ מרובה
---
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7553
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

איך בין זיך מחי׳ בנפש ובגוף מיט דיינע רייכע אשכולות. באמת א ישר כח.
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19690
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

צום שרף פון קאצק איז אמאל געקומען א איד און געבעטן אז ער וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, האט אים דער שרף גע'ענטפערט: גיי אהיים און זעץ דיר לערנען, וועלן דיינע קינדער אויך לערנען. אז נישט, וועלן זיי אויך קומען דא בעטן אויף זייערע קינדער, אז זיי זאלן אויסוואקסן תלמידי חכמים...
כעין זה מענין לענין
ראפשיצער רב האט אמאל געזען איינעם זיך אויסוויינען שבועות ביי אהבה רבה. נאכן דאווענען רופט ער צו דעם איד און זאגט אים ״מען האט מיר מגלה געווען פון הימל אז דיין בקשה ותפלה איז אנגענומען געווארן! יעצט גיי זיצט דיך לערנען..״
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3568
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

@ממי_שאמרו 👍👍👍
פריש: וועלקאם בעק טראמפ!!!
רבא מברניש האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 12:06 am
@monroe פאר גאווערנאר!
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: קוויטלעך - ליינען און נישט שפילן (חלק א)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

יעצט געליינט אין איין שאס.

ווי אייביג, חזקה אויף א שרייבעריי פון @ממי_שאמרו אז ס'איז מלא מדע וחכמה, מלא חידושים. ממש צום באלעק'ן! שפתיים ישק!

און א עקסטערעפאר דיין הערה'לע
ממי_שאמרו האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2024 10:21 pm
(הערה: דאס קען אפשר זיין פשט אינעם פיוט, בנפש"ו יביא לחמ"ו, אז ליידער דארף די פרנסה קומען קודם דורך א פחד אויפן לעבן פון א מחלה.)
הרה"ק אדמו"ר הר"ר בונם זצלה"ה מפרשיסחא אמר שבאם הגוי קורא על ישראל דברי זלזול, והישראל עונה לגוי לעומתו הרי הוא מאריך את הגלות רח"ל, עכ"ד ..היפוך הכת הידועה שאינם יכולים לסבול הכניעה וסבלות הגלות..
שם משמואל שמות
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”