חול המועד זומער תשפ"ד

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

בס"ד
זומער תשפ"ד
פרק א'
איך האב נישט געהאט קיין פלאן קומען אין אמעריקע זומער, נאך א ווינטער וואס צוליב די מלחמה האט מען מיר געקענסלט אלע הזמנות אין ארץ ישראל, און איך בין דארט אפגעזעסן, זיך בעקאנט מיט א נייע וועלט, מגלה געווען אמעריקע וי קאלאמבוס און אמעריקע האט מיר מגלה געווען צוריק, געזעסן מיט קורצע הפסקות פון אהיים קומען, אין מאנסי, א ביסל באלטימאר, און לייקוואד, און מעל כולם מיין באליבטע ווילימסבורג, וואס איז געגליכן צו ירושלים, אזוי וי בארא פארק איז געגליכן צו בני ברק.
אבער א בעקאנטער וואס האט חתונה געמאכט זיין זוהן, דווקא א ליטוואק, האט זיך ג'עקשנט איך זאל יא קומען צו שפילן אויף די חתונה אין ליקוואד און שבת שבע ברכות אין די בערג, מיר האבן דורכגעשמועסט די הוצאות, און איך בין געפארן.
מעהאט מיר אלעמאל איבער געשראקן אז זומער איז א גיהנם אין די שטעט, און דער עולם אנטלויפט צו די בערג וי פון פייער, די שטעט ליידיג און פוסט, און די זוהן באקט און דער עולם איז דוכגעווייקט מיט שווייס פון די פייכקייט פון ים.
געפארן בין איך דורך פאריז, און איבערגענעכטיגט אין דאבלין אירלאנד, דארט האב איך שוין געגעבן די יידישע קהילה א קליין קלעזמער פארשטעלונג.
ויהי הבוקר אור, בין איך געקומען צו דעם איירפארט, דארט האב איך געהאט א סורפרייז.... שייע פילמער א מיוזיקער און אויך מיין איג'ענט פון פלייט טיקעט, האט מיר ארגאניזירט, א
מזרח, אין דעם פליגער, פרימיום!
און איך זה א מין כיסא הכבוד, וואס איך האב קיינמאל נישט גענוצט, עפעס א ביינקל וי שלמה המלך מיט קנעפלאך און פיל באקוועמלעכע באדינגונגען און א קליין טאש פון אוייער
פארשטאפנוג, ציינער בראש, אויגן דעקונג צו שמירת עיניים ווען מ' וויל זיך א ביסל איינשלאפן, איך זיץ מיט די יושבים ראשונה במלכות, פראביר יעדן קנעפל, רוק דעם ביינקל א הין
צוריק אזוי וי תנופה פון א כהן מעלה מטה מזרח צפון, הדום לרגלי, וואס הייבט זיך, און א וועיטער וואס וויל נאר וויסן צו איך פארלאנג עפעס, עסן? טרינקען? נאר זיי מרמז וועט מען
צושטעלן, אורענג' זאפט? נעם, מיט באשטעלן ביר האב איך געהאט א שטיקל מיסאנדערסטענדיג געשפרעך... איך זאג: ביר! א אינטענאציאנאלער באגריף, אבער ער פארשטייט
נישט... ביז ער זאגט: בייעעערררר! מיט א אמעריקאנער אקצענט, און איך שאקל מיטן קאפ ברוב ענווה אויף יא, אין תיכף לסמיכה שחיטה, געלייגט א אוויסוואל פון הייניקן, און נאך.
אנגעקומען אין אמעריקע, זומער, חודש אב אוגוסט למניינם.
א טעקסי גלייך צו וולימסבורג, טאקע הייס און פייכט, אבער נישט וי מעהאט מיר פארגעשטעלט, אין בני ברק איז א סאך פייכטער, אין ירושלים א סאך הייסער, און מלויפט נישט אוועק
אין אלע רוחות דארט, נאך א וואך וואס דעם עולם פארט אין גליל, די יאר ליידער איז דער גליל אנגעצויגן מיט ראקעטן, האט מען זיך געביטן הייזער די בני בראקער צו ירושלים, ירושלים
צו פתח תקוה וכיוצא.
איך גיי אראפ פון קאר, און איך זעה א עיר רפאים, גאסן ליידיג, דא און דארט עפעס א ייד, א משפחה מיט בגדי שבת צו א ברית, איך גיי אריין אין בראך שוהל וי איך בין געווינט, אין
גאנצן בנין אפשר א מנין, אבער די ערקאנדישענער ארבעט פלייסיג, אין בית מדרש און די צימערן כאילו סאיז פול, מילאך אין קאווע און אלעס וי אלע טאג.
נישטא קיין גרויסע שווארצע טיפישע וויליאמסבורגער מיסט פעק אין די גאסן, אין די קארנער זעה איך גויים, וואס ארבעטן בייטן איינמאל פאר אלעמאל די פלאטעס פון די טראטעווארן וואס די ווארצלען פון די בוימער העאבן אונטערגעהויבן בהתמדה די פאר יאר, מתקנים את הדרכים במועד.
איז וואס איז דאס פאר א יום טוב?
דעם עולם איז צעזייט און צעשפרייט, אנטלאפן כל עוד נפשם אין די קצ'קילס, (מהארגעט קעץ פון שיעמום? קעצ' קיל?)
וויזט אויס אז סאיז דא א נייער באגריף, אונז ווייסן פון חול המועד פסח, חול המועד סוכות, דא איז דא " חול המועד זומער " נאר די געשעפטן וואס איז דבר האבד, אדער אוכל נפש, זענען אפן, אלע שפאנצירן, און נאר ווער סעהאט א ברית, צו א שמחה קומט אריין אויף א פאר שעה, די וואס בלייבן, אדער זענען זיי אזוי וי בי אונז אלס קינד אין ירושלים, מסתמא זיך נישט געפירט שיין ביים ליל הסדר און געבליבן אין שטוב אלץ עונש נישט מיטפארן חול המועד.
די מענער וואס ארבעטן אין שטאט, איז אזוי וי בני ראובן און בני גד וחצי מנשה: גדרות לטפינו וצאננו נבנה, ונעבור חלוצים, די פרויען און קינדער אין די קעמפס און זיי ארבעטן אויף פרנסה און שבתים פארן צו די בערג.
איך בין געפארן מיטן באס צו לייקוואד, עיר התורה וואס איז געווען אמאל א קליין דארף מיט א גרויסע ישיבה, און ארעמע בני תורה ארום איר, איז היינט א עיר ואם בישראל, המקיים תורה מעוני סופה לקיים מעושר, גרויסע לאנגע גאסן פון היימישע און נישט נאר ליטווישע בני תורה, נאר גאנצע קווארטלען פון חסידישע הייזער און בתי מדרשים מיט מוסדות.
דארט און אין מאנסי, און קרית יואל, האב איך געזעהן נאך א נייער באגריף.
מיר ווייסן אז סאיז דא א דירת קבע אדער א סוכת ארעי.
דא איז דא א: "סוכת קבע" אלע הייזער געבויעט פון האלץ אזוי וי א סוכה, שנעל און גרינג, מיט א באשיצונג אזוי וי די תיבה פון משה רבינו, וואטע און שטאף קעגן היץ און קעלט, עלקטעריזאציע, קאנאלן מיט סאניטאריע און האט האסטו א פארטיגע הויז.
ביז משיח קומט וועט מען נישט ווינען אין מארמארנע הייזער, עד אמצא מקום לשם שלא אגור בבית ארזים ובית השם ביריעות.
כאטש לייקוואד איז אויך לופטיג אין מיט א סאך בוימער ארום, איז אבער מנהג ישראל תורה, און דער עולם פארט אוועק אויף די בערג, נעמען אויף זיך גלות, און ווערן פאשווארצט אין עושר וכבוד צווישן די לופטיגע בערג.
אפגעשפילט די חתונה, קלארינעט, און א טייל מיט אקארדיאן בי די סעודה מיט יום טוב ערליך'ס לידער, און מיראנער דעבקע און קאדאצ'קע.
געווען די ערשטע שבת אין די בערג אויף "מונטיסעלא" אדער גרינגער: "כל טוב סלה".
בי א ידיד מיינער, א דיין און טוען פון די ערשטע קלאס אין אמעריקע.
געפארן בין איך ווידער מיט היימישע באס, אויך אין ירושלים לאז איך דעם קאר פאר מיין רעבעצן, איך האב ליב פאבליק באסעס, בתוך עמי אנוכי יושב, נישט פירן קיין מלחמות ביים דרייוון מיט פרא אדמ'ס אין זייערע מחוצעפדיגע מהלכים אויפן שאסיי, כאטש סאיז נישט אלעמאל איינגענעם אין א באס וי איר וועט שפעטער ליינען, דער פרייז איז אבער בי מיר גערן.
איז דא ממש סטאנציעס מיט באסעס פון די שטעט צו די בערג, איך זיץ שוין, און זעה א פאר פרישע יונגעלייט, די פרויען מיט די בייביס פון אונטן, און איינער עפנט א שולחן ערוך מיט די נושאי כלים, און גרייט זיך די דעם פארהער, אונטער איהם זעצט זיך אוועק א יונגערמאן פול מיט ענערגיע, זעהט אויס א מפונעקדיגער בנש"ק, וואס ווייסט דעם פירוש פון כל העולם לא נברא אלא בשבילי, און.... אפגעהיטן זאל מען ווערן מהם ומהמונם, נעמט ארויס דעם סעלפאן, מיט א רוהיקייט, אחד היה אברהם, כאילו ס'קיינער נישטא לעבן איהם ארום איהם, אונטער און פארנט, און הויבט אן דערציילן דעם סדר היום זיינעם, וי ער האט גע'נדיגט שחרית, וואס האט ער געגעסן פת שחרית בי די שוויגער, פארוואס די שוועסטער איז נישט געקומען, און וואס וועט די מאמע די וואך צושטעלן צום שבת סעודה אויף די בערג, און מענין לענין לא באותו ענין, דערציילט פארוואס דער שידוך וואס ער האט גערעדט האט זיך אויסגעלאזט א טייך, וויל דער בחור איז געשטאנען אין א אנדער ווינקל וואס מעהאט אפגערעט מיד די מדוברת, געזהען האט זי א צווייטן בחור, א נידריגער, א בארד פון א דרייסיג יעריגער, גלייך נאך א געשפרעך מיט נאך איינעם: דיין שוואגער דער דרייווער האט פרנסה? זיין זוהן איז נאך אין ישיבה? פארוואס האט מען דעם קלענערן ברודער דערווייטערט פון ישיבה? וכו' כו' און איך הויב אן זיך רוקן און איהם אין פנים קוקן, און איך מיין אז האט פלאץ איך אויף איהם מיט רציחה דערשטיקן איהם חלילה, איך באהערש זיך, און שמייכל צו דעם בנש"ק דער מפונק, און מציע אז ער זאל לייגן אויפן ספיקער די סעלפאן, וועלן מיר אל עזיך באטייליגן געהעריג אין דעם געשפרעך, ווייל יעצט איז נישט אעהר נישט א הין, לערנען קען איך נישט אז יעדע רגע הער איך נאך א דיטייל, און ווייס נישט וואס דער אנדערער ענטפערט?
צער בעלי חיים.
ער קוק טמיר אן וי הון בבני אדם, און איך בין חוזר לשקו ותעניתו און ער... ב"ה! גאט לייגט אויף איהם א שלאף און הנאה להם והנאה לבאס וליושביו, הוא בחלומו אין אונז צוריק צום מציאות.
איך קום צו די בערג, צו מיין ידיד.
ווערט מיר נתגלה אזא בילד.
גאנצע ווינקלאך אפגעזונדערט איינס פון צווייטן, אין יעדן " שכונה" איז הייזאלאך, פון האלץ, מיט א חצר, דארט פאשען זיך נשים וטף, מאיילט זיך נישט, נאר יושבים ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו הלופט און בלוייער הימל.
די קינדער שפילן זיך לאנגוויליג, שטיל, נאכאמאל א דריי אויפן בייזיק, וידער א הוידע הין און צוריק.
און אונזער אפגעצאמטן חלק זענען די בעסערע מענשטן, וואס אזוי וי קרבן פסח עסט מען נאר למנויים בחבורה, וואס איז אפגערעט פאראויס, וזר הקרב..
דא איז דא בינזנעס יידן, און כל מיני פון פארשידענע חסידות'ן, מעלעבט זיך גוט, ויזניצער מיט באבובער סאטמר א'' מיט סאטמער ב' ויזניץ ח' מיט ויזניץ י"ד, די מטרה איז איין זאך, מכובדיג, שטיל, רייך, און אן באלאגאנען.
א הויכגעצומטן מוייער פון פלויט דארט איז דא א פול, תחת כיפת השמים, לעבן דעם א שוויץ באד, א נאסע א טרועקנע, אפטיילונגען מיט כיבוד, און.... "בגד ים חד פעמי" א נייער מושג אין שחיתות... א מין עלה תאנה פון פלסטיק וואס מענוצט און מ'ווארפט אין גארביטש מיט די טעלער און קאפ וואס מ'טרינקט.
קבלת שבת.
דער ערשטער מנין איז אין א האלצערנער געבוי, אינמיטן דעם גרויסן חצר, א שטימונג פון פרייקייט, און די מאל דאוונט מען גישמאק מתוך אהבה ללא הר כגיגית כמי שכפאו שד.
א נחת צו זעהן חסידישע מיט שטריימלען עד לב השמים, קאפאטעס, טאנצן בדביקות קארלעבאכ'ס לכה דודי לידער, איי מי יגלה עפר מעיניך שלמה קרליבך, וואס איז געווען ארעם, איך געדעק איהם מיט א מנין פון היפיס, בני גרשון ומררי אפגעגטע און פארביטערטע אין כותל, לעבן די מחיצה, ארויס געווארפן פון בתי מדרשים, און היינט זינגט מען מיט הויכן אטמאספער זיינע אלע לידער, ביים דאווענען ביים קומזיץ, ימים טובים און חתונות.
אין די הייזער, אלע כלים, וואס מדארף, וואש מאשין, נאר זוך נישט קיין ספרים שאפע, דאס געהעט צו די שטאט, אז די וויסט לערנען? סאיז דא א בית מדרש, ליכטיג און מיט ש"ס שולחן ערוך וכו'.
שחרית?
יא.
ווען? אהה....
דרך בני מלכים אויפשטיין בשלוש שעות.
אבער א מלך אליין?
שטייט אויף ווייזט אויס בשש שעות, איז עלעף א זייגער דער ערשטער מנין, ד.ה. מקומט עלעף מעהויבט אן זיך ארום קוקן, טרינקען א קאווע, און פוילערהייט צאם שלעפן א סידור און לייגן לעבן דעם יינגל, און מיט א געניץ בקול רעש גדול, זיך זעצן לעבן טיש.
ביז חצות זענען אלע דא ב"ה.
אבער מ'שטערט נישט איינעם דעם צוויטן, דער חזן דאוונט, מ'לאזט איהם, ער שטערט נישט דעם עולם א ביסל זיך דורך ריידן וועלכע פיש און אייזקרים מעהאט די מאל געגעסן אין שבת סעודה וכיוצא, און דער עולם מצידו שטערט נישט דעם חזן זיך גארגלען ויפיל ער וויל, אדער קלייבן וואס א ניגון ער וויל פאר קל אדון.
איין קליין ווינקל אין פאליש פון דרויסן פון בית מדרש, לעבן די קאך, הויבט אן בשעת שמונה עשרה, צו שפירן ארום איהם א באוועגונג, שטילערהייט איין יונגערמאן נאך דעם אנדערן, עפענען שטיל דעם ווינקל לעבן קיך, דארט בין תנור וכיריים, באקט זיך שוין פון נעכטן קוגל, מיט לעבער, און טשונט, און מאיז מקיים דעם קידוש טאקע עובר לעשייתה, מגייט ארויס פון דעם קליין טייטן קיך מיט די אוויבנ'ס א ביסל רויטע אויגן פון דעם ויסקי קידוש, און די צונג באלעקט אין מויל די רעשטלאך פון די לאקשן און עפל קוגל.
איינער קומט צו מיר: אברהם לייב קום מאך קידוש וועסט זיך אפכאפן די הארץ.... מיין הארץ האט זיך שוין אזוי גוט אפגעכאפט, ענטפער איך איהם, נאך פון דעם טועמיה בשפע וואס די רעבעצין פון דעם דיין האט מיר אנגעשטאפט נעכטן, און די סעודה נאכדעם, אז איך וועל נאך נעמען צייט צו טראכטן פון עסן אין די שעה'ס.
אבער אינעוויניג אין שוהל איז ב"ה נישט מורגש.
מעהאלט שוין קריאת התורה, דהיינו, עטליכע עקשנים שטייען ארום די בימה און פירן די מלוכה, מרופט איינער דעם צוויטן צו עליה, דער בעל קורא ליינט, אבער נישט צו הויך, נישט זיין א גורם לטירחא דציבורא וואס וועלן דארפן רעדן העכער חלילה, הא לן והא להו, ולא קרב זה אל זה כל הקריאה.
איינער אבער האט יא גענומען דעם אטענטש'ן:
א בחור וואס איז פאשלעפט געווארן אין די סביבה מיט א חבר, אבער ווייזט אויס נישט אנגעצונדן שבת ליכט, והא ראיה דער שלום בית איז דארט צעשטערט געווארן, און זיי האבן זיך געקריגט דארט וועגן צאהלן נישט אין שבת גערעדט, ביז א פאלציאנט האט איהם ארעסטירט פאר שלאגן דעם אויפזעהער פון די אכנסיה, אבער ער האט געטענה'עט אז ער האט זיך נאר פארטיידיגט פון יענעם וואס האט איהם געוואלט אטאקירן, א פאר שעה געזצען אין ארעסט ביז סאיז ווייזט אויס נמאס געווארן אלעמען דארט, דעם פאליציאנט, דעם בחור, און די אנדערע, און מ'עהאט איהם פאשיקט און פון דארט גלייך געקומען צו דעם בית המדרש און טאקע געהאט א עליה מיט א ברכת הגומל און דער עולם האט געזונגען חסדי השם כי לא תמנו והאמת והשלום אהבו.
עד כאן פרק א'
אטעטשמענטס
20240903_005755.jpg
20240903_005755.jpg (169.12 KiB) געזען 3926 מאל
20240903_005846.jpg
20240903_005846.jpg (105.99 KiB) געזען 3926 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
שחיטה
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 12:57 am

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שחיטה »

שכח
האסט אונז נישט אנטוישט!!
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

איי איי איי איי איי!
איר וועיסט גארניט אין וואספארא העיסע קאטאטאשקאלע איר בעיסט אט אריין
וכל מאמינים שהוא לבדו הוא, הממליך מלכים ולו המלוכה
#פון_עהם_קען_מען_נישט_גנבנ'ען
אוועטאר
Presidential Estates
שר האלף
תגובות: 1188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 29, 2023 3:02 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Presidential Estates »

פיינע נייעס
ס’איז די ONE AND ONLY TIME וואס די הויכע פענסטער פרעגן דיין אפיניען....
חוץ מזה איז סתם מקוה TALK...
קליק די לינק צו זעהן ווי די קענסט שטימען
👇👇👇👇👇
https://findmypollsite.vote.nyc/


[email protected]
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

WOW WOW!!!
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
קעדאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 9:54 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדאטשקע »

איי לייק!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3431
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

אה ! כ'האב מיר געברענגט נאך אייך ! איי ווי נעמט מען די שפראך😋
כ'בין שטאלץ צו זיין א אמעריקאנער בירגער 🇺🇲🇺🇲
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

אזא זיסע שפראך, ממש צו באלעקן!!

שכח ר' אברהם לייב!!
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
און שוין!
שר שלשת אלפים
תגובות: 3076
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »


פריש און ערליך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2024 9:13 am

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריש און ערליך »

עכט געשמאק צו לייענען, בוזט פיינע נייעס דו, שכח, תמשיך הלאה!!!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2405
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

הערלעך! געשמאקע זיסע פליסיקע שפראך!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
מי כעמך
שר האלף
תגובות: 1707
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 6:27 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי כעמך »

אה מיי...

אזא דזשוסי געשרייבעכטס ..

שרייבזשע נאך ס'איז ציקאש ווי זיס
השתדלו, טו השתדלות אבער והרבו תחינה
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »


ר' אברהם לייב, איך באלעק זיך די פינגער מיט אייערע באשרייבאכץ.
זייער שיין אראפגעלייקט די זוממער מהלך החיים פון דאהי.

א לייק פאר אייך איז אונטערגעשאצט. נאדיר א גרינע.
און אונז ווארטן פאר נאך אזעלכע ארטיקלען און אבזיערוואציעס.

#ארגינעל #ירושלים'ער_שפראך #פארצייטיש #עין_טובה
אוועטאר
קרית יואל פלייש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 1:38 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרית יואל פלייש »

אוועטאר
ראש ישיבה
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:49 pm
לאקאציע:מגי''ש שטיבל

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש ישיבה »

איר שרייבט גוט!
ראש ישיבה פארוואס?
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: חול המועד זומער תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

גאר געשמאק
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
אברהם לייב בורשטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 17, 2024 4:03 pm

Re: ארויף!!! חול המועד זומער תשפ"ד פרק ב!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם לייב בורשטיין »

viewtopic.php?p=5410762#p5410762
פרק ב חול המועד זומער
אטעטשמענטס
לפאר ולרומם בית השם בעלז לייקוואד.jpg
לפאר ולרומם בית השם בעלז לייקוואד.jpg (176.64 KiB) געזען 1512 מאל
אין הביישן למד!
פראגעס? 8454209715 וואצאפ 972522879123 +
לינק צו מפתח אשכולות אברהם לייב:
viewtopic.php?p=5012519#p5012519 מסודר לויט טעמעס, נושאים.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”