Re: זענט איר שוין אמאל געווען בײ טערעפי?
נעם אויך אריין די פעקט אז אסאך מעאל דארף מען האבן א טערעפיסט זיך צו קענען עפענען און רעדןגלגול שלג האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 1:12 pmאיך האב נישט געזאגט אז מ'קען גיין צו יעדע שמויגער זיך אויסרעדן נאר אז עס איז דא מענטשן פאר דעם אויסער טעראפי , און אויך אז סאיז דא זאכן וואס בלייבן אפי נאך טעראפימיין הערצעלע האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 1:06 pmאז טערעפי איז נישט געמאכט פארן זיך אויס רעדן און נישט פאר קיין טראמע פאר וואס זענען זיי יא געמאכט?גלגול שלג האט געשריבן: ↑ פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 12:44 pmאיז אזוי,די ביסט טאקע גערעכט אז אסאך מענטשען העלפט עס טאקע אבער רוב מאל איז נישט דווקא די סיבה ווייל די טעראפיסט האט געהאלפ'ן נאר ווייל ער האט איינם וואס ער קען זיך אויסרעד'ן און הערט אים אויס אדער ווייל ער איז אין די 'מאוד' פון זיך העלפ'ן,און פאר דעם פעלט לאוו דווקא אויס טעראפי ,עס איז דא גענוג מענטש'ן וואס נעמע'ן אויף מענטש'ן, וואס זענע'ן נישט קיין טעראפיסט'ןמיין הערצעלע האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 8:14 amוואס הייסט ביי רוב מענטשן ארבעט עס נישט?גלגול שלג האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:47 amיא און נישט איינס!
די נושא איז זייער א קאמפליצירטע אבער די מציאות איז אז רוב מענטשען ווערן נישט געהאלפן אדרבה אויב איינער קען זאגן אז ער "באמת" געהאלפן געווארן זאל ער זיך אנרופן אוודאי דארף מען גיין אויף הילף אבער עס מיינט נישט דווקא טעראפי דאגה בלב איש ישחנה מיינט נישט דווקא טעראפי עכ"פ צוריק צום אנהייב עס איז א קאמפליצירטע נושא און יעדער זאל טוהן ווי זיין מורה דרך זאגט אים!
און וואס מיינסטו מיטן העלפן באמת?
איל קען אסאך מענטשן וואס גייען צו טערעפי און ביי ריבא דריבא ארבעט עס יא
קיינער ווערט נישט אין גאנצן פערפעקט אין טערעפי ווייל מען קען נישט זיין פערפעקט אויף די וועלט
געווענטליך וועט נישט העלפן קיין טערעפי פאר איינער וואס וויל נישט אנערקענען אז ער האט א פראבלעם
און קיינער ווערט נישט געהאלפן פון גיין פאר עני העלפ געצווינגענער הייט
אסאך מענטשן גייען פאר טערעפי זיך צו קענען עפענען און צו אנערקענען אז מען האט א פראבלעם (דעס קען אויך נישט ווערן געטון געצווינגענער הייט) און ווען זיי זעהן שוין איין די פראבלעם זענען זיי שוין א געהאלפענער און קענען ווייטער טון וואס זיי דארפן צו גיין צו א צווייטער טערעפיסט אדער טון אנדערע זאכן פאר זייער רעקאווערי
אבער די מענטש קען נאך זיין קראנק אבער ער איז שוין "באמת" געהאלפן מיט וואס ער איז לכתחילה געגאנגן פאר טערעפי
איך געדענק נישט צו הערן פון אזא זאך אז א מענטש איז געהאלפן געווארן דורך טערעפי דורכן טון זאכן אויף זיין אייגענע הויט אדער דורכן גיין צו טערעפיסט בלויז דורכן הערן פון אנדערע חבירים אז דער און יענע טערעפיסט איז גוט
עס זענען דא ריפערל קאמפעניס וואס זיי געבן זיך גוט אפ מיטן ארויס האבן די מענטש און וויסן פאר וועליכע מין העלפ ערדארף גיין און אויב איז עס טערעפי צו וועליכע מין טערעפיסט עס איז געאייגנט פארן מענטש און געווענטליך פאלאוען זיי די קעיס צו זעהן צו עס ארבעט זיך טאקע אויס און אסאך מאל דארף א מענטש ארום גיין יארן צו טרעפן א גוטע טערעפיסט ביז ער טרעפט זיין ישועה און עס טוט זייער וויי צו צו קוקן ווי שטארק די מענטש טוט פאר זיך און ער האט נאך נישט געטראפן די ריכטיגע וועג
ווי דו שרייבסט איז עס א פארצווייגטע נושא און עס איז דא אסאך זאכן אינוואלוווד
עס איז פארשטענדליך אז איינער וואס איז דורך אסאך טראמע דארף אין טערעפי אויך דורך גיין זייער שווערע צייטן און עס איז זייער זייער שווער צו עפענען אלטע זאכן וואס די מענטש האט געציטערט אימת מות 20 יאר חוריק עס צו אן קוקן און די מענטש ווערט יעצט משוגע און דיפרעסט דערפון און בנוסף צו דעם האט ער שוין היינט א ווייב און קינדער און ער דארף ווייטער ברענגן פרנסה און ער דאך אין אזעליכע אום שטענדן ספענדן א שיינע מטביע פאר העלפ און אזוי גייט עס אן פאר חדשים לאנג וואס די מענטש זעהט נאר די וועג אראפ
וועגן דעם איז זייער וויכטיג צו האבן סופארט בשעת מען גייט דורך צייטן וואס מען עפענט זיך אבער ווען מען ברעכט עס דורך ווערט די לעבן אסאך אסאך בעסער פון פאר דעם און עס איז אויך דא מיטלען וואס מען קען טון עס זאל בעסער זיין פארן מענטש אין די צייטן
א מענטש קען נישט אן גיין מיטן לעבן נאכן דורך גיין שטארקע טראמע
אין רוב פעלער וועט די מענטש ווערן ערגער מיט די צייט און זיינע ארומיגע וועלן אויך קראנק ווערן
וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז ,אז זייער אסאך מאל פעלט נישט אויס טעראפי און עס וועט נישט באמת העלפן נאר עס וועט געבן א געוויסע שטיפ פארן מענטש און פאר דעם איז דא אנדערע מענטשע'ן צו גיין,און דאס וואס די זאגסט וועגן טראמע רוב טעראפיסטן קענען נישט ארויסנעמען פון שווערע טראמע און צו דעם דארף מען א גרויסע מומחה
עכ"פ איך האלט בכלל נישט קעגן טעראפי איך זאג נאר אז טעראפי גייט נישט אריין צו טיף און דעם מענטש און זייער אסאך מענטשן בלייבן אפי נאך טעראפי מיט אסאך שווערע געפילן וואס טעראפי העלפט נישט פאר דעם(לשיטתי)
דיין סברה קען גיין לגבי יעדע זאך אויף די וועלט
העם א משל א ביהמ"ד קען בעצם אן גיין אן קיין שמש ווייל יעדער קען זיך אליין ברענגן זייער האנטעך אין מקוה און אויף ווישן די אויס געגאסענע קאפי און אליין אוועק פארן די ספרים סאו פאר וואס דארף מען א שמש בכלל?
די ענטפער איז זייער פשוט אז פון קענען ביזן טון איז צוויי אנדערע זאכן און על פי רוב מענטשן קענען נישט טון ווואס א שמש טוט צו זאמען מיט אלע הסבירים אז טעקנעקלי קען מען יא
אין פעקט קען מען נישט
און די זעלבע זאך איז אין טערעפי
קענסט אפשר זאגן אז עס זענען דא מענטשן וואס גייען צו טערעפי און זיי באלאנגן נישט דארט אבער די אויס שפראך אז מען קען זיך צו יעדעם אויס רעדן איז נישט אמת ווייל אסאך מענטשן קענען זיך נישט אויס רעדן אן קיין טערעפיסט
און דעס וואס דו זאגסט אז טערעפי העלפט נישט פאר קיין עכטע טראמע
דו מיינסט מסתם צו זאגן אז עס זענען דא אסאך מאל זאכן וואס מען דארף גיין פאר אנדערע פארשידענע מינע העלפ ווייל טערעפי איז נישט געמאכט פאר אדער עס קען נישט העלפן אדער אויס היילן די זאך אויף וואס מען דארף די העלפ פאר
אין פעקט קען טערעפי יא אויס היילן עכטע טיפע טראמע
און אין אסאך פעלער ווען מען דארף גיין צו אנדערע מינע העלפ גייט מען אויך צו טערעפי צו אוועק נעמען די טראמע אז די מענטש
זאל זיין גרייט פאר די אנדערע העלפ
וויפול איך האב געהערט גייט עס כמעט קיין מאל נישט צו אז מען ענדיגט איין וואך די סעשן און מען האקט אפ מיטן טעראפיסט
ווען די טעראפיסט מיטן קלייענט זעהן אז די קלייענט איז שוין מער ווייניגער מסודר גייט מען אן פאנגן צו מאכן סעשענס יעדע צווייטע וואך און נאך דעם יעדע דריטע וואך וכו ווייל די מענטש דארף זיך צוביסלעך אויס לערנען וויזוי צו אן גיין מיטן לעבן אויף די אייגענע הויט אן די הילף פון די טעראפיסט און זיך צוביסלעך אליין היילן מיט די צייט (ארויס גיין פון טערעפי נעמט געווענטליך אויך א שיינע שטיק צייט ביז מען לענדט געהעריג אויף די וועלט)
סאו ווי לאנג מען אנטלויפט נישט פון די טעראפיסט ווען מען מיינט אז מען איז שוין געהיילט גייט די מענטש אי"ה יא געזונט ווערן מיט די צייט