Re: ימי הרחמים והרצון תשפ"ה - אבער די געגועים....זענען אזוי גרויס!
פאר מער דיטעילס: viewtopic.php?p=4118083#p4118083
צו אפלייען: https://bilt.page/r/MWJO-LD0X
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
הייליג הייליג.האסט געמאכט מיין טאג האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 9:10 pmאז מען רעדט דא פון היטן די אויגן
ווען מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט דרייוון א קאר, האב איך זייער מורא געהאט, און ווען א קאר איז געקומען פון קעגן איבער, האב איך געקוקט אויף די קעגנקומעדיגן קאר טראכטנדיג אז איך וועל וויסן ווי דער קאר איז, וועל איך נישט אריינקראכן.
אבער מה עשה הקב"ה ווי נאר איך האב אנגעהויבן קוקן אויף דו קאר קעגן איבער האט זיך מיין קאר אנגעהויבן אהינציר שלעפן. האט מיר מיין טאטע געזאגט
"קוק נישט אויף דעם טראק דארט, ווייל ווי מען קוקט דארט קומט מען אן"
די מימרא האט מיר באגלייט אייביג ביים דרייון ווי א Bug אין קאפ קוק נישט דארט ווייל ווי מען קוקט דארט קומט מען אן.
איין טאג האט מיר געגעבן א בליץ אין קאפ ולא תתורו אחרי עיניכם.. דו וויסט פארוואס? ווייל ווי מען קוקט דארט קומט מען אן.
דו הערסט? דארט ווי מען קוקט, דארט קומט מען אן.
דו ווילסט אנקומען אין מאראסט??
דו ווילסט אנקומען אין גארביטש?
דו ווילסט אנקומען נאנט צום בורא עולם!! קוק אין די תורה
דו ווילסט זיין הייליג! קוק אויף צדיקים
די פיאות דא זענען נישט אויס געהאלטען הלכה'דיג.פאנטאזיע פליער האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2024 1:25 amאוי, טאטע איך וויל באמת זיין וואויל (1).png