אין ליובאוויטש האט מען געשטופט צו חזרן חסידות ברבים, צי אין דער אייגענע שול צי אין אנדערע שולן.
איז געווען א בחור מיט אימתא דציבורא, פרעגט ער דער רבי רייצ וואס טו איך. זאגט עם דער רבי רייצ נעם אפאר בענק זיי עס מסדר כאילו פאראן א עולם וואס זיצט דארטן חזר דעם מאמר פאר די ליידעקע בענק כמה פעמים, ביז דו וועסט ווערן איינגעוואוינט, דאן וועט זיין גרינגער נאכדעם צו איבערזאגן ווען לעבידקע מענטשן זיצן אויפן באנק.

דאס טוט מען ביי די אלע קאנפידענס קורסעס למיניהם.
(אסאך מאל איז עס ווייט פון א מעלה, שוין אסאך מאל בייגעוואוינט ווי איינער קומט אהן אין ביהמ"ד פון איין טאג אויפן צווייטען הייבט אן רעדן הויעך שלא כדרכו, ס'ווערט נתגלה וואספארא נישט חכם ער איז, ער האט באקומען קאנפידענס און אונז דארף מיר ליידן...)
איך לייד אויך פון סטעידש פריי"ד!!! כ'פריי מיך אזוי שטארק צי רעדן!!!
ערנסט גערעדט, סטעידש פרייד איז גאוה? ווי@עדות ביהוסףפרעגט? ניין! נאכאמאל ניין! קענסט זעהן גאר אסאך ערליכע אידן אמתע בעלי ענוה ושפלות רוח און זיי ווארפן זיך ממש פארן רעדן ברבים! (אויב מ'מעג צישטעלן: ווער נאך ווי משה רבינו האט גע'טענה'ט לא איש דברים אנכי) און אדרבה וועסט זעהן בעלי גאוה רעדן מיט שחצנות אן קיין שום פחד, און מיטן פולסטן זעלבסט זיכערקייט רעד ער כאילו נישט אים מיינט מען...
און באמת שכל'דיג, כבוד הציבור איז נישט קיין קלייניקייט, דער בעל דרשן מוז נעמען אין באטראכט אז ער רעדט פאר אן עדה קדושה, און אכטונג געבן וואס ער זאגט וויאזוי ער זאגט און חלילה נישט פוגם זיין בכבוד הציבור, און א בעל דרשן וואס רעדט נישט צום זאך, למען באי באש ובמים, איז עס נישט נאר זיין אייגענע בושה, ס'איז א בזיון הציבור און ער דארף יעדעם איבערבעהטן, און מ'קען נישט באצאלן די טייערע צייט וואס ער האט געלייגט אין גארבידש! יא רעדן איז אן אחריות, און דער בעל דרשן נעמט זיך אינטער צי זיין פאראנטווארטליך אויף יעדע ווארט וואס ער זאגט! נו, פון דעם אליינס באקומט מען נישט קיין פחד? המכונה סטעידש פרייט? אימתא דציבורא?
וועסטו פרעגן וויאזוי מאך איך זיכער אז איך רעדט טאקע נאר וואס עס פאסט און איך בין טאקע די ריכטיגע קאנדידאט? די תירוץ איז... סטעידש פרייט! די עצם פחד מאכט אז די מענטש זאל אכטונג געבן זיך גוט אנציגרייטן און גוט איינחזרן וואס ער גייט זאגן, דאס מאכט אז ער זאל עס אויך איבערגיין מיט א צווייטן, ותשועה ברוב יועץ און אסאך עגמ"נ קען פארמיטן ווערן! יא סטעידש פרייט איז א מעלה וואס מאכט דיר א בעסערע בעל דרשן! קוק עס נאך! ווען מ'פרעגט איינעם "וואלסט געקענט רעדן ביי א שבע ברכות?" און ער ענטפערט "שאר, מיי פלעדשער" (און ער איז נישט קיין עקספיריענטסט בעל דרשן ווי א מגי"ש וכדו' ) געווענליך וועט דער רעדנער רעדן וואס מ'דארף נישט, די עולם וועט שנעלער בארד ווערן, זיין דרשה וועט קוים האבן תוכן וכו', און יא יעדער וועט אים זאגן שכח און קלאטשן ווען ער ענדיגט, אבער נישט מיר נישט דיר לאכט מען אונטער זיין רוקן! משא"כ דער וואס זאגט זיך אפ, און נאר נאכן בעטן אפאר מאל איז ער מסכים צי רעדן, דער וועט באמת רעדן מלא תוכן גוט צוגעגרייט וכו'
סא טייערע@האמפטי דאמפטיפריי דיך אז דו האסט סטעידש פרייט, גרייט דיך גוט אן און טאנץ נישט ווי א@האמפטי דאמפטיאון בעז''ה וועט די עולם הנאה האבן (און קענסט ארויף לייגן די ריקארדינג)
ווענד זיך וועלכע דרגה, מורא האבן פון רעדן פארנט פון הונדערט מענטשן איז נארמאל, אבער זיך ווארפן פאר פחד ווען מ'רופט דיר אויף צו די תורה אזא מענטש דארף סופארט.
אויף אייוועלט זעי איך, אז די האסט גארנישט קיין סטעטש פרייט..
איך ווייס פינקלעך, ווי אזוי עס שפירט, ווען איך גיי צו צום עמוד, א פשוטע מעריב, קען איך שפירן ווי איך גיי חלשות.
אמאל פלעג איך מיך שלאגן מיט זיך אליין, אין דווקא יא צוגעגאנגען, דווקא יא גערעדט א פאר ווערטער ביי א שמחה, אבער איך האב אפגעמאכט איך בין אנדערע נאטור, איך בין נישט געמאכט פארדעם, עס איז גארנישט ראנג מיט מיר.
ווען איך בין עכט רעדי, אמאל איובל, גיי איך צו, צו א מנחה, אבער סתם זיך שלאגן מיטן נאטור, נישט.
פלעג מיר שטארק ליידן דערפון, אבער איך באשלאסן עס צו אויספייטן. האמער געבעטן מיין באלעבאס א פאזיציע אינעם קאמפאני וואס האט געפאדערט צו רעדן ברבים אפט, און לצורך פרנסה בין איך דאך מחיוב צו טון עניטינג...
עס האט געארבעט וואונדערס (סארי אז איר ליידט פון מיר...) אויף רעדן אין פובליק אבער צוגיין צום עמוד (נישט אז כ’קען, אבער עטליסט במקום שאין איש ווייסטאך) האב איך הערשט דורכגעבראכן יארן שפעטער ביי מיין קאוויד מנין, און ס’ארבעט עד היום ברוך השם.
איך למשל, כאפ אנעקזייעטי אטאקעס ווען איך דארף פראפארמען עניטינג פארנט פון א ציבור, וואס איז טאקע די קשר?
אונזערע חדר/ישיבה קריקיולעם האט נישט אינקלאודעט פובליק ספיקינג און רוב מענטשן זענען אומבאקוועם צו טון זאכן אומגעלערנט, זייער פארשטענדליך.
גראדע אין קלענערע מוסדות האט מען דאס יא געטון און אפי’ אין די גרעסערע איז מען מער עוסק דערין כהיום, אבער איך עקל מיך אביסל ווען א בחור א חבר פונעם חתן איז באקוועם צו רעדן ביים באווארפן ס’שמעקט פון גיאות טו מי.

כ'רעד נישט פון אימתא דציבורא, סתם אנעקזייעטי, פאנטאזיעס אז זאכן גייען געשעהן וכדומה, פארוואס קען דאס פאסירן דייקא ביים צוגיין צום עמוד?
איך למשל, כאפ אנעקזייעטי אטאקעס ווען איך דארף פראפארמען עניטינג פארנט פון א ציבור, וואס איז טאקע די קשר?
אונזערע חדר/ישיבה קריקיולעם האט נישט אינקלאודעט פובליק ספיקינג און רוב מענטשן זענען אומבאקוועם צו טון זאכן אומגעלערנט, זייער פארשטענדליך.
גראדע אין קלענערע מוסדות האט מען דאס יא געטון און אפי’ אין די גרעסערע איז מען מער עוסק דערין כהיום, אבער איך עקל מיך אביסל ווען א בחור א חבר פונעם חתן איז באקוועם צו רעדן ביים באווארפן ס’שמעקט פון גיאות טו מי.
איך ווייס נישט וואס דאס האט צו טוהן מיט די מוסדות.
לאמיר דאס צו לייגען. ווען די נעמסט א נייע דזשאב ביזטו נערוועז? זיכער . די ביזט נערוועז ווי אזוי די נייע בעלי בתים גייען דיך רעיטין ווי אזוי זיי גייען אנקוקען דיין פערפארמענס. יעדע מענטש איז אביסעל נערוועז ווען מענטשען דארפן רעיטען זיין פערפארמענס. ביי א דזשאב איינמאל די ביזט קאנפידענס אז זיי גלייכען דיר. ביזטו גוט.
דער בעל דרשן, זינגער, בדחן. עם רעיט מען יעדען טאג עקסטער. אין מדארף ווערען צוגעווינט דערצו.
איז נישט דער יסוד דערפון א טיפע גאווה ציזאמען מיט אן איינרעדעניש?
איך בין פערפעקט! און יעדער גלייבט אז איך בין פערפעקט! אויב וועל איך דורכפאלן, וועט מען זעהן אז איך בין נישט פערפעקט רח"ל
לאו דוקא
איך בין נישט פערפעקט און איך וואלט געדארפט פארשטיין אז איך בין נישט פערפעקט. טאמער שטעל איך מיך אויף רעדן און ס'איז נישט פערפעקט אדער קרוב לזה, וועלן מענטשן מיינען אז איך האב מיך עס אינטערגענומען וויייל איך האלט מיך יא פאר פערפעקט און דא האב איך א פלאפ בפני קהל ועדה.