העלף מיר ראטעווען וואס מ'קען נאך!
מרס. פ. פון די שטאט ל. איז נעבעך געווארען אנ'אלמנה יונגערהייט, די מאן האט איר איבערגעלאזט אליינס מיט אפאר קליינע עופה'לעך צו שפייזען, זי האט קיין פרנסה נישט געהאט, און נישט געהאט קיין ברויט מיט מארמעלאדע צו לייגען אויפ'ן טיש פאר זיך און די יונגע יתומים'לעך, זי פלעג צומאל זיך ארויסשטעלען אין מארק מיט א קוישעל עפעל צו פארקויפען, ווען איר קליין געזינדעל הענגען איר ארום אויף די זייטען, און ווען דאס איז אויכעט נישט מעגליך געוועזען, האט זי ארויסגעשיקט איר 'גרויסען' אכט יעריגען מיט'ן קוישעל צו פארקויפען די עפעל אין מארק, אזוי האט מען אדורעכגעשטופט די טעג, און כאטשיג זענען זיי נישט אויסעגאנגען פון הונגער
איין טאג איז אנגעקומען א באנדיט און גבר אלים, גרויס און ברייט וווי א טויער, ער גייט צו צום קוישעל עפעל און הייבט אן צו ארויס'לקח'ענען איין עפעל נאכ'ן צווייטען, און דאס קליין קינד שטייט דערשראקען און ווייסט נישט וואס צו טוהן דא, דער גזלן ליידיגט אים באלד אינגאנצען אויס, גייט א דורעך א קלוגער יוד און שרייט צום קינד, "דו זעסט ווי דער באנדיט שטייט און כאפט, כאפ דו אויכעט און ראטעווע ווילאנג דו האסט נאך וואס, און טראג זיך אפ דערמיט!"
אוזי זאגט דער הייליגער חפץ חיים אויף עמיצער וואס די טאג איז כמעט אדורעך און ער כאפט זיך אז ער האט דא פארברענט א טאג אן קיין ווארט לערנען, אדער א שמונה עשרה און כאפט זיך אז ער האט קיין ווארט נישט אינזינען געהאט,
זיכער איז אזוי ווען מ'כאפט זיך חודש אלול, אז די ליבער לאנגער יאר איז אדורעך אזוי פוסט און ליידיג, פיל שוואכער ווי איך האב זיך פארגענומען לעצטע יאר די הייליגע טעג, בין איך יעצט א חוזק און א לוזער??
ניין, מ'קען יעצט אין דעם פארבליבענעם חודש ראטעווען וואס מ'קען, אייגענטליך האט מען אונז געגעבען דעם חודש טאקע פאר דעם, צו פארריטכען די פאגאנגענע פארפאלענע חדשים, און אויסנוצען די פארבליבענע טעג מיט מער תורה, תפילה, תהלים, תשובה און תיקון המעשים
די גאר היימישע און כשר'ע וועבזייטלעך און פארום'ס, ווי צב"ש די פלאטפארמע ווי מיר געפינען זיך דא, וכדומה, איז אהרעגעשטעלט כשר, אן קיין אומאיידעלע זאכען, (כמעט) אן קיין לשון הרע, אבער, לאמיר זיך נישט נארען, וויפיל שעה פון ביטול תורה און ביטול זמן האט יעדער פון אונז אוועקגעלייגט דא?
איך בין זיכער אז יעדער וויל זיך דא פארנעמען צו דראסטיש מינימיזירען דאס באזוכען אפילו גאר היימישע וועבזייטען, און מיט דעם תשובה טוהן אויף די צענדליגער, אדער הונדערטער שעות וואס זענען פארברענט געווארען אויף שטותים און הבלים, אנשטאט אזויפיל תורה, און אנדערע גוטע זאכען וואס מ'האט געקענט טוהן אין דער צייט
איך האף צו קענען זיין פון די וואס נעמען זיך פאר בכלל נישט אריינצוקומען כאטשיג ביז נאך שמחת תורה, געוויסע שרייבען נישט קיין תגובות אין דער צייט, נאר מיט א מאקסימום טיים לימיט כאפען א שנעלע בליק וואס טוט זיך אויף די וועלט, יעדער גייט מיט א דשייענט סטעפ פאראויס
בזכות זה זאלען מיר אפרשריבען ווערען צו א לעכטיגע זיס געבענטשט יאר, תכלה שנה וקללותי', תחל שנה וברכותיה, שוין פון יעצט אן..