אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

קוואל וואסער
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 5:44 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קוואל וואסער »

AllAboutAccess האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:11 pm
קען זיין אנדערע דא האבן שוין געשריבן וועגן דעם, כ'האב נישט דורכגעליינט די גאנצע ביז אהער.

ראשית כל, איך קוק גאר שטארק ארויס אויף די הצלחה פון ביליגע דירות, כ'זוך עס נישט אונטערצורייסן ח"ו, און זיכער נישט שוואך מאכן די ידי עוסקים בצרכי ציבור וועלכע מיינען גוט און זענען עוסק בנאמנות דערין. ישלם ד' פעלם לטובה.

לעצטנס איז ארויסגעקומען איבער 4 פרישע דעוועלאפער וועלכע שטעלן צו זייערע פראיעקטן צו די $300/סקווער פיס שוואונג.
ממש יעצט, אפאר מינוט צירוק איז די פרישע היימשטאט ארויס פראפאגאנדירענדיג מיט די זעלבע...

אבער, דא עקא, טאקע יעצט בשעת די וועד איז נאך פארנומען צו פראפאגאנדירן די פרישע דירות האב איך אבער א פרישע 'ערשטהאנטיגע אפדעיט' פון די פיר דערמאנטע דעוועלאפערס.
- ווען ביורען- שוין אויספארקויפט!
- סאטמאר דרייוו- אה, סארי, גייט למעשה נאר זיין רענטלס...
- בנציון קליין (זקנים)- יעצט איז נאך גארנישט דא, אויב הערסטו נישט קיין אפדעיט ביז 10 חדשים! רוף מיר צירוק...
- (חיים נחום ווערצבערגער זאגט עהנליך)
- אינדיגא- איינציגסטער וואס גייט (האפנטליך) זיין געהעריג צוגעשטעלט. אה, ווילסט אפילו נאר זעהן וועלכע דירות אפציעס זענען דא, לייג קודם אראפ 35 אלפים (פארשטייט זיך אויב גארנישט זעהט נישט אויס אינטערעסאנט באקום איך עס צירוק, וואס איז זיכער איז זיכער קודם האט ער עס...), דאן אויב ס'געפעלט מיר דארף איך צושטעלן די איבריגע 115 אלפים.

ווי געזאגט, איך קוק אויך ארויס אויף די הצלחה דערפון, אבער די סארט ליצנות מאכן פונעם ציבור, קויפט נישט איין קיין טראסט ביי מענטשן, און קען זעלבסט אונטערברענגן די השתדלות ווען מענטשן זעהן אז דאס אלעס איז דאמירן בעלמא, און למעשה איז נישטא קיין סך אויסוואלן (אויסער שכונת ויואל משה), ממילא אויב וויל איך עפעס האבן דארף איך זיין גרייט צו צאהלן די הויכע פרייזן.

איי געס, דר'אויבערשטער וויל נאכאלץ מ'זאל זיך נישט פארלאזן נישט אויף קיין רבי'ן, נישט אויף קיין וועד, נישט אויף קיין דעוועלאפערס, אל תבטחו בנדיבים בבן אדם שאין לו תשועה וכו' שברו על ד' אלקיו וכו', רוצה ד' את יראיו את המיחלים לחסדו!
סארי, אזוי זעהט מען אויס ווען מען פרובירט אלע מיטלען אין די וועלט בדרך הטבע אז די מאסיווע היסטארישע הצלחה זאל זיך נישט אויסארבייטן. סארי עגעין.

ליצנות מאכן פונעם ציבור???????? היש לך ליצנות גדולה מזו פון אנרופן דריי טויזנט דירות פאר 300 א ספ - ליצנות??????

גארנישט גארנישט, יעדער פרובירט אויף זיין וועג. זענט נישט די ערשטע.

ובשם ד' נעשה ונצליח.
אם אסק שמים שם אתה - ואציעה שאול הנך
אוועטאר
שווארצעפעפער
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 30, 2015 9:19 am

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווארצעפעפער »

AllAboutAccess האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:11 pm
קען זיין אנדערע דא האבן שוין געשריבן וועגן דעם, כ'האב נישט דורכגעליינט די גאנצע ביז אהער.

ראשית כל, איך קוק גאר שטארק ארויס אויף די הצלחה פון ביליגע דירות, כ'זוך עס נישט אונטערצורייסן ח"ו, און זיכער נישט שוואך מאכן די ידי עוסקים בצרכי ציבור וועלכע מיינען גוט און זענען עוסק בנאמנות דערין. ישלם ד' פעלם לטובה.

לעצטנס איז ארויסגעקומען איבער 4 פרישע דעוועלאפער וועלכע שטעלן צו זייערע פראיעקטן צו די $300/סקווער פיס שוואונג.
ממש יעצט, אפאר מינוט צירוק איז די פרישע היימשטאט ארויס פראפאגאנדירענדיג מיט די זעלבע...

אבער, דא עקא, טאקע יעצט בשעת די וועד איז נאך פארנומען צו פראפאגאנדירן די פרישע דירות האב איך אבער א פרישע 'ערשטהאנטיגע אפדעיט' פון די פיר דערמאנטע דעוועלאפערס.
- ווען ביורען- שוין אויספארקויפט!
- סאטמאר דרייוו- אה, סארי, גייט למעשה נאר זיין רענטלס...
- בנציון קליין (זקנים)- יעצט איז נאך גארנישט דא, אויב הערסטו נישט קיין אפדעיט ביז 10 חדשים! רוף מיר צירוק...
- (חיים נחום ווערצבערגער זאגט עהנליך)
- אינדיגא- איינציגסטער וואס גייט (האפנטליך) זיין געהעריג צוגעשטעלט. אה, ווילסט אפילו נאר זעהן וועלכע דירות אפציעס זענען דא, לייג קודם אראפ 35 אלפים (פארשטייט זיך אויב גארנישט זעהט נישט אויס אינטערעסאנט באקום איך עס צירוק, וואס איז זיכער איז זיכער קודם האט ער עס...), דאן אויב ס'געפעלט מיר דארף איך צושטעלן די איבריגע 115 אלפים.

ווי געזאגט, איך קוק אויך ארויס אויף די הצלחה דערפון, אבער די סארט ליצנות מאכן פונעם ציבור, קויפט נישט איין קיין טראסט ביי מענטשן, און קען זעלבסט אונטערברענגן די השתדלות ווען מענטשן זעהן אז דאס אלעס איז דאמירן בעלמא, און למעשה איז נישטא קיין סך אויסוואלן (אויסער שכונת ויואל משה), ממילא אויב וויל איך עפעס האבן דארף איך זיין גרייט צו צאהלן די הויכע פרייזן.

די ווילסט א דירה פון 300 דאללער א א סקווער פיס היינט ?, קענסט יעצט רופן שכונת ויואל משה דעוועלאפמענט, דאס איז א סוקסעס, בכלל נישט קיין ליצנות, 100'ערטער אידן זענען שוין איינגעשריבן.

סאטמאר דרייוו\ווען ביורען זענען פיצעלע דיוועלאפמענטס, סמאכט סענס אז סאיז אויספארקויפט אין איין סקונדע, אדער די אייגנטומער זאלן וועלן האלטן די דירות, זייער דיוועלאפמענט מיטן אינטערשרייבן לייזט אויף קיין שום וועג נישט דעם מאנגל אין דירות, זייער אינטערשרייבן העלפט פשוט שטעלן די פרייז ביי 300 א סקווער פיס אין די גרעסערע דיוועלאפמענטס, א שטארקע דערגרייכונג.
לעצט פארראכטן דורך שווארצעפעפער אום פרייטאג סעפטעמבער 27, 2024 8:43 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

כ'בעהט שוין איבער די אלע וואס האבן אפגעמאכט מדעת עצמם אז כ'מיין דא עפעס און האבן מיך אונטערגעריסן בעיסד אן דעיר אססאמפשען.

איך האב נישט גערעדט פון די אוועראלל מאוומענט, כ'האב גערעדט פון ספעציפישע מודעות וועלכע שטעלן זיך ארויס צו זיין לופטיג עט די מאמענט, דאס געבט נישט צו - צו די הצלחה דערפון.
און סך הכל נאר געזאגט מיין בליק (און די בליק פון 2-3 קרובים/חברים וועלכע לעכצן צו קויפן א לייטישע דירה פאר א נארמאלע פרייז).
עטס האלטס אנדערש? כל הכבוד!

כ'בין נישט אזוי אקטיוו דא, סאו כ'האב שוין פארגעסן אז א מענטש איז דא נישט ענטייטלד צו זיין אייגענע מיינונג... I should know this by now.
ר' חנניא בן עקשיא אומר... יתגדל ויתקדש...
אוועטאר
aitch
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 22, 2023 4:04 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך aitch »

AllAboutAccess האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 3:11 pm

- (חיים נחום ווערצבערגער זאגט עהנליך)
אויב שייך ביטע זייט מסביר וואס איר מיינט מיט דער שורה
AllAboutAccess
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 18, 2011 9:28 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AllAboutAccess »

aitch האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:15 pm

בלשונו (בערך): יעצט איז נאך גארנישט דא, כ'האלט נאך פאר אלעם, כ'קען נעמען דיין נומבער אויף ווען ס'וועט זיין נוגע.

AllAboutAccess האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:18 pm

סא איך קען דיך עס מסביר זיין מער בעריכות ווייל איך דיעל מיט אים,

יעצט איז נאך גארנישט דא:איך ארבעט דערויף איך נעם עסטימעטס פון סובס, מען קוקט וואס מען גייט געבן אין וואס מען נעמט אראפ.
ווען ס'וועט זיין נוגע:ווען איך גיי זיין פארטיג מיט דער ארבעט וועל איך אנהייבן נעמען פעימענטס.

ויותר ממה שכתוב כן, ואל זה נאמר פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט. (איך מיין חס ושלום נישט דיר, איך בין נאר מסביר פארוואס דו האסט געהערט האלבע ווערטער)

aitch האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 4:27 pm

יישר כח פאר'ן אויסקלארן, (און פאר'ן אריינקומען מיט רעספעקט און מיט פאקטן ווי אן ערוואקסענער מענטש).
כ'האב פארראכטן מיין תגובה.
התחברות
שר האלף
תגובות: 1035
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

ס'וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס די דעוועלאפער וועלן צושטעלן פאר די אפארדעבל האוזינג:
פארקינג ספאט
הויך פון דאך
דאון-פעימענט
וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש
וויפיל ביה"כ - גאנצע / האלבע
וויפיל שטאקן איז די געביידע?
וועט עס האבן אן עלעוועיטאר?
וכו' וכו'
דירות קרית  יואל
דירות קרית יואל
DIROS TABLE.jpg (211.01 KiB) געזען 4391 מאל
לעצט פארראכטן דורך התחברות אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 6:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הערשל'ע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 10:22 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשל'ע »

צוויי פריידיגע מודעות - א גוט געבענטשט יאר
אטעטשמענטס
1000052312_50.jpg
1000052312_50.jpg (300.75 KiB) געזען 3925 מאל
1000052313_50.jpg
1000052313_50.jpg (241.12 KiB) געזען 3925 מאל
א סאטמארער
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:28 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א סאטמארער »

התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 6:10 pm
ס'וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס די דעוועלאפער וועלן צושטעלן פאר די אפארדעבל האוזינג:
פארקינג ספאט
הויך פון דאך
דאון-פעימענט
וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש
וויפיל ביה"כ - גאנצע / האלבע
וויפיל שטאקן איז די געביידע?
וועט עס האבן אן עלעוועיטאר?
וכו' וכו'

DIROS TABLE.jpg
איז אזוי
הייעך פון דאך האט מען בוז בערך 7 יאר צוריק קיינעם ניטאמאל בייגעפאלן צו פרעגן ווייך קיינער האט אפי' נישט געטראכט אז ס'דארף זיין העכער פון 8 פוס אזוי איז אלע דאןןעלעפמענטס אין קר" אין סעקשאן 1 2 3 4 עצי תמרים וכו' עלעוועיטערס איז נאך אלטס נישט דא און קלאוזיניג קאדט איז אויך קיינמאל נישט געווען אריינגערעכנט סוי די איינציגסטע שאלות בלייבט וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש און צו ס'גייט האבן סענטראל ע/ק
קרח'ס אייניקל
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 04, 2021 2:27 pm
לאקאציע:נעבן די לאך

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א ס”ק פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרח'ס אייניקל »

קרח'ס אייניקל האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2024 1:59 pm
ווייסט מען שוין וואס מנעמט אראפ פון די דירות צו קענען בעטן אזוי ביליג?
?
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

א סאטמארער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 10:56 am
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 6:10 pm
ס'וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס די דעוועלאפער וועלן צושטעלן פאר די אפארדעבל האוזינג:
פארקינג ספאט
הויך פון דאך
דאון-פעימענט
וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש
וויפיל ביה"כ - גאנצע / האלבע
וויפיל שטאקן איז די געביידע?
וועט עס האבן אן עלעוועיטאר?
וכו' וכו'

DIROS TABLE.jpg
איז אזוי
הייעך פון דאך האט מען בוז בערך 7 יאר צוריק קיינעם ניטאמאל בייגעפאלן צו פרעגן ווייך קיינער האט אפי' נישט געטראכט אז ס'דארף זיין העכער פון 8 פוס אזוי איז אלע דאןןעלעפמענטס אין קר" אין סעקשאן 1 2 3 4 עצי תמרים וכו' עלעוועיטערס איז נאך אלטס נישט דא און קלאוזיניג קאדט איז אויך קיינמאל נישט געווען אריינגערעכנט סוי די איינציגסטע שאלות בלייבט וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש און צו ס'גייט האבן סענטראל ע/ק
גאר אינטרעסאנט ווי לויט דיר איז צענטראל עיר קאנדישאן די איינציגסטע זאך וואס מאכט אויס, אבער 9 פיס דאך א0האט נאך קיינער נישט געבויט פאר זיבן יאר צוריק...
לעצט פארראכטן דורך לאנטש טיים אום מאנטאג אקטאבער 07, 2024 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

הערשל'ע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 02, 2024 2:24 pm
צוויי פריידיגע מודעות - א גוט געבענטשט יאר
Screenshot_20241007_142053_Chrome.jpg
Screenshot_20241007_142053_Chrome.jpg (153.62 KiB) געזען 2596 מאל
איך זעה מען האט צוגעלייגט א ספעציעלע באקסל פאר אידן ווי @AllAboutAccess
טעם לפגם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 11:21 pm

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם לפגם »

א סאטמארער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 06, 2024 10:56 am
התחברות האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2024 6:10 pm
ס'וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס די דעוועלאפער וועלן צושטעלן פאר די אפארדעבל האוזינג:
פארקינג ספאט
הויך פון דאך
דאון-פעימענט
וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש
וויפיל ביה"כ - גאנצע / האלבע
וויפיל שטאקן איז די געביידע?
וועט עס האבן אן עלעוועיטאר?
וכו' וכו'

DIROS TABLE.jpg
איז אזוי
הייעך פון דאך האט מען ביז בערך 7 יאר צוריק קיינעם ניטאמאל בייגעפאלן צו פרעגן ווייך קיינער האט אפי' נישט געטראכט אז ס'דארף זיין העכער פון 8 פוס אזוי איז אלע דאןןעלעפמענטס אין קר"י אין סעקשאן 1 2 3 4 עצי תמרים וכו' עלעוועיטערס איז נאך אלטס נישט דא און קלאוזיניג קאדט איז אויך קיינמאל נישט געווען אריינגערעכנט סוי די איינציגסטע שאלות בלייבט וואס איז אלץ אריינגערכנט אין די סקווער פוטעדזש און צו ס'גייט האבן סענטראל ע/ק
איז אזוי, אז מען רעדט פון 7 יאר צוריק וואס עס איז דעמאלטס בייגעפאלן צו פרעגן און וואס נישט, דארף מען אויכט אינאכט נעמען אז דעמאלטס איז נאך נישט געווען די 'סטייל' צו בויען פראדזשעקט סטייל בילדינגס אין קרית יואל, דעמאלטס איז נאך נישט געווען אין 'סטייל' צו בויען 5-6 שטאק אן אן עלעוועיטער, דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין 'סטייל' אז ווען מען בויעט נייע דעוועלעפמענטס רעכנט מען זיך נישט מיט די ארומיגע שכינים אדער די טרעפיק אדער פארקינג וכדומ' לזה, דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין 'סטייל' די סלאגאן אז די דירות זענען טייער על אף וואס מען האט שוין דעמאלטס בבחינה מה ארויפגעשרויפט די פרייזן, דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין 'סטייל' צו בויען דירות פאר 30 מענטשן אויף א פיצילע שטח מיט פארטשעס וואס מען קען נישט בויען קיין סוכות.
למעשה היינט זענען די זאכן יא אין 'סטייל' ליידער, אשר על כן אויב וויל מען דער עולם זאל קויפן און פארקויפן ביליגערע דירות מעג מען און מען דארף פרעגן דעם מוכר מיטן פארהאנדלער 'וואס באקום איך דערפאר'? פארוואס צאל איך אזויגערופענע 300 א ס/פ? פאר עפארדעפאל האזונג אדער פאר ביליגערע קוואליטעיט דירות מיט די קלענסטע הרחבות הדעת וואס איז שייך?
נאכאמאל 'אן הסברה קאמפיין' פארן עולם אז באמת דארף מען נישט די אלע מותרות איז יעדער בארעכטיגט צו מאכן, אבער צו באצווינגען דעם עולם 'מיט שיינע רייד' אז 'דא איז נישט די סיטי' במילא דארף איך האבן א דירה אן די אלע מותרות, אדער די אלע מיני שפראכן לדומיהם וכדומה לזה איז נישט יושר, ווילסט זעהן אז די מוכר זאל פארקויפן ביליגע דירות? נישט קיין פראבלעם! הלואי! אבער די אלע אנדערע זאכן ארום און ארום איז א גרויסע פראבלעם פאר א יעדן איינעם!

אין קורצען 'ווען וועלט איז וועלט' וואלט יעדער פארשטאנען אז די לעזונג איז צו בויען 'נארמאלע רחבות'דיגע גרויסע לופטיגע דירות מיט פארקינג אין שאר ירקות' פאר די 'ביליגע פרייז פון 300 דאלער א ס/פ.

[איך מיין נישט קיינעם פערזענליך חלילה]
וועלן מיר פראבירען צו אריין געבן א פרישען טעם לפגםאין אלעמען,
zurich
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 10, 2019 12:55 am

Re: אדמו"ר מסאטמאר (מהר”א) שליט”א; דירות אין ק”י נישט טייערער ווי 300 א סק. פיס!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zurich »

טעם לפגם האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 07, 2024 2:46 pm

איז אזוי, אז מען רעדט פון 7 יאר צוריק וואס עס איז דעמאלטס בייגעפאלן צו פרעגן און וואס נישט, דארף מען אויכט אינאכט נעמען אז דעמאלטס איז נאך נישט געווען די 'סטייל' צו בויען פראדזשעקט סטייל בילדינגס אין קרית יואל, דעמאלטס איז נאך נישט געווען אין 'סטייל' צו בויען 5-6 שטאק אן אן עלעוועיטער, דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין 'סטייל' אז ווען מען בויעט נייע דעוועלעפמענטס רעכנט מען זיך נישט מיט די ארומיגע שכינים אדער די טרעפיק אדער פארקינג וכדומ' לזה, דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין 'סטייל' די סלאגאן אז די דירות זענען טייער על אף וואס מען האט שוין דעמאלטס בבחינה מה ארויפגעשרויפט די פרייזן, דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין 'סטייל' צו בויען דירות פאר 30 מענטשן אויף א פיצילע שטח מיט פארטשעס וואס מען קען נישט בויען קיין סוכות.
למעשה היינט זענען די זאכן יא אין 'סטייל' ליידער, אשר על כן אויב וויל מען דער עולם זאל קויפן און פארקויפן ביליגערע דירות מעג מען און מען דארף פרעגן דעם מוכר מיטן פארהאנדלער 'וואס באקום איך דערפאר'? פארוואס צאל איך אזויגערופענע 300 א ס/פ? פאר עפארדעפאל האזונג אדער פאר ביליגערע קוואליטעיט דירות מיט די קלענסטע הרחבות הדעת וואס איז שייך?
נאכאמאל 'אן הסברה קאמפיין' פארן עולם אז באמת דארף מען נישט די אלע מותרות איז יעדער בארעכטיגט צו מאכן, אבער צו באצווינגען דעם עולם 'מיט שיינע רייד' אז 'דא איז נישט די סיטי' במילא דארף איך האבן א דירה אן די אלע מותרות, אדער די אלע מיני שפראכן לדומיהם וכדומה לזה איז נישט יושר, ווילסט זעהן אז די מוכר זאל פארקויפן ביליגע דירות? נישט קיין פראבלעם! הלואי! אבער די אלע אנדערע זאכן ארום און ארום איז א גרויסע פראבלעם פאר א יעדן איינעם!

אין קורצען 'ווען וועלט איז וועלט' וואלט יעדער פארשטאנען אז די לעזונג איז צו בויען 'נארמאלע רחבות'דיגע גרויסע לופטיגע דירות מיט פארקינג אין שאר ירקות' פאר די 'ביליגע פרייז פון 300 דאלער א ס/פ.

[איך מיין נישט קיינעם פערזענליך חלילה]
פרעגן מעג מען אלעמאל,
אבערמען צווינגט קיינעם נישט צו קויפן, מען זיכט נאר צו ארויסהעלפן פאר וויל עס וויל האבן א דירה פאר ביליג און איז גרייט צו פארקיקן
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”