א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

א גוטן אלע מיינע טייערע חברים וידידים פון אייוועלט.קאם והגלילות.

לאמיר אויסשמועסן עטליכע נקודות...

איך האב קיינמאל נישט געפלאנט צו שרייבן אויף אייוועלט, ניטאמאל האב איך געוואוסט אז איך קען בכלל שרייבן עפעס וואס זאל זיין אינטרעסאנט פאר א עולם וואס האט אזעלכע גרויסע השגות - פון אזאנע מייסטער שרייבער... און זיכער נישט געטראכט צו זיין פון די מערסט באדאנקטע... און זיכער וזיכער נישט אזוי אפט...

איך האב פשוט געוואלט פאלאוען א ניק, האבנדיג געוויסע חששות אויף איינעם, נאר כדאי צו זוכן "באנוצערס תגובות" - דארף מען דאך אריינלאגן, און אריינצולאגן- דארף מען א ניק, שוין עמער קריעיטן א ניק... וואס וועט שוין זיין... והנה, די גורל איז געפאלן אויף די נאמען פונעם רשכבה"ג מורנו ורבנו הנודע ביהודה זי"ע, (פארוואס?! א מאמר פאר זיך...) און אזוי האב איך געקענט פאלאוען די ניק, און יאפ! (איך מיין) ס'איז אים...


אזוי זיצענדיג מיט א ניק, האט מיר איינגעפאלן א מאדנעם געדאנק, אפשר שרייב איך עפעס א מאמר'ל, לאמיר עס אויספרובירן... אזוי האב איך אפגעטייפט דעם ערשטן מאמר "די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן" - און מיט ציטערדיגע הענט האב איך געדרוקט די שיק קנעפעלע.... און צו מיין סופרייז, דער עולם איז אריינגעקומען העכער עני ערווארטונג... ביז צוויי טאג האט עס געריטשט 150 לייקס.... (איך האב קוים געכאפט אז ס'איז א קונץ...)

פארשטייטצעך אז מיטן עסן קומט דער דארשט... און כ'האב פלעין פאר פאן - געשריבן נאך א מאמר... ועודך דער עולם האט עס געגליכן... האב איך אפגעשריבן נאך עטליכע מאמרים אויף ירושלים... און געפלאנט גונז צו זיין דער ניק...

געווען איז עס אנהייב זומער: ווען איין זונטאג האב איך מיטגעלעבט די "מעשה" פון די ערשטן "אפענעם בריוו", און טראכטענדיג אז כ'קען דא מעורר זיין מענטשן איבער זייערע 'בין אדם לחברו'דיגע' שלעכטע געוואויהייטן... האב איך עס אפגעטייפט און געפאוסט... און דער אפקלאנג איז געווען מאסיוו...

אזויווי איך בין ב"ה גאר אן אבזערווענט מענטש... איך כאפ אויף קליינע פעולות און תנועות פון מענטשן, האב איך ביי מיר א ליסטע פון אזאנע אקטן פון מענטשן... איז געגאנגען נאך א בריוו און נאך איין... אזוי איז עס צוביסלעך געווארן א אייקאן/ברענד... און דער עולם האט עס אנגעהויבן פארלאנגען...

און צו אלע וואס האבן נישט אויפגעהערט צו פרעגן די (קאורני) שאלה: פארוואס שרייבסטו נישט א אפענעם בריוו צו דיין קאר/נעגל/הויט/הוט/טיר/שוך וכו' מסתמא ביי נאו כאפן זיי שוין אז די טערם איז מיוחד צו מעורר זיין מענטשן איבער פעולות וואס זיי טוען - און אומווילנד באדערן זיי אנדערע...

איך האב נישט געענטפערט צו די אלע מגיבים, ווייל בשיטה האב איך נישט ליב צו מגיב זיין אין מיין אשכול... (נישט ווי געוויסע וואס יעדע ש'כח באקומט א יישר... כ'מיין ס'דאך דא א לייק פאר א סיבה...)

על כל פנים.. עהעם... יעצט קומט דער זוממער צו א ענדע, און מען דארף זיך צוריק אריינווארפן אין דעם געווענטליכן הלוך ילך - וואס לאזט נישט צופיל צייט צו שרייבן, און זיכער נישט קיין לענגערע ארטיקלען...

מען דארף צוריק פאוקוס'ן אויף די ביזנעס'ל, און בעיקר אויף לימוד התורה הקדושה ועבודת השם... יא, ווען מען איז אין די פאזיציע פון א שרייבער - ליגט די קאפ גאנץ שטארק דערינען...

ולכן - וועלן מיר מוזן אויפהערן מיט די שרייבעראציע לעת עתה... חוץ אמאל עפעס אין היסטאריע/סאציאלע שטודיעס וכדומה - וואס דאס איז בעצם מיין ספעשילטי... אדער א טריפ ריפארט'ל....
(אפשר דא און דארט - וועט איינער דעזערוון א עמערדזשענסי אפענע בריוו... וועט ער עס באקומען...)

כ'האף אז איך וועל זיך קענען האלטן צו דעם, אז נישט וועט מען מוזן צושליסן לגמרי... (אדער אפשר פארקויפן די ניק?! האלטסט איינער וויל עס קויפן?!)

יעצט צו אייך טייערע חברים, א גרויסן ש'כח פארן ליינען + לייקן + מגיב זיין, און נאך מיט אזאנע ווארימע קאמפלימענטן... און אויב האב איך איינעם פוגע געווען - בעט איך מחילה...

איך האב גאר ניט געוואוסט סארא טאלאנט איך האב ביי מיר איך בויך... (אפשר קען איך אננעמען דזשאב'ס, פאר דע רייט פרייס... אדער אריינגיין אביסל אין די ברענדינג ליין, כהמלצת @הרב יואל קליין פאר עניטינג-קום אין אישי...)



הק' יחזקאל סגל לנדא ~ "ביטע לייקן שטארק די תגובה. געווענטליך בעט איך נישט קיין לייקס, נאר איך לאז לויפן נאטורליך.... אבער דא וויל איך די אפקלאנג זאל זיין שטארק... וממני ילמדו וכן יעשו..."



נ.ב. איך בין נישט @געגאנגען/@יקל פעדער/@רבא מברניש.... (מיין אנדערע ניקס האבן שוין געמאכט - נישט קליינע שטורעמס... אבער בכלל נישט אין דעם ליין...)



אגב, עדווערטייזמענט אויף אייוועלט איז גאנץ שוואך... והראיה, מיין עד איז געזען געווארן צענדליגע טויזנטע מאל... מיט גאר א שטילע ריספאנס... אדער פשוט דרייען זיך נישט קיין עלטערע מענטשן דא...
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 5:49 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מאכט איר חתונה? זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזן!
רופט/טעקסט 9176183475 • אימעילט [email protected]

א פארמאכן בריוו, צו אייוועלט.קאם
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4202
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ס'וועט זיך זיכער בענקן צו דיינע סחורה!

איך האב נישט גע'חלומ'ט אז איינער גלייבט מיר אז אונז זענען די זעלבע...
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

ווילסט מכות?
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

נישטא אזא אפענע בריוו ווי א פארמאכטע @יחזקאל סגל לנדא פארמאכטע בריוו...
ירא השם
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 16, 2023 2:18 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירא השם »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 5:44 pm
א גוטן אלע מיינע טייערע חברים וידידים פון אייוועלט.קאם והגלילות.

לאמיר אויסשמועסן עטליכע נקודות...

איך האב קיינמאל נישט געפלאנט צו שרייבן אויף אייוועלט, ניטאמאל האב איך געוואוסט אז איך קען בכלל שרייבן עפעס וואס זאל זיין אינטרעסאנט פאר א עולם וואס האט אזעלכע גרויסע השגות - פון אזאנע מייסטער שרייבער... און זיכער נישט געטראכט צו זיין פון די מערסט באדאנקטע... און זיכער וזיכער נישט אזוי אפט...

איך האב פשוט געוואלט פאלאוען א ניק, האבנדיג געוויסע חששות אויף איינעם,נאר כדאי צו זוכן "באנוצערס תגובות" - דארף מען דאך אריינלאגן, און אריינצולאגן- דארף מען א ניק, שוין עמער קריעיטן א ניק... וואס וועט שוין זיין... והנה, די גורל איז געפאלן אויף די נאמען פונעם רשכבה"ג מורנו ורבנו הנודע ביהודה זי"ע, (פארוואס?! א מאמר פאר זיך...) און אזוי האב איך געקענט פאלאוען די ניק, און יאפ! (איך מיין) ס'איז אים...
דעם ניק האסטו כאטש מגלה געווען?
את האלקים אני ירא
אדמדם
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 16, 2023 11:56 am

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדמדם »

רבותי מיר דארפן קריטיש שיקן אפענע בריוון צו @יחזקאל סגל לנדא .קאם אז ער זאל בלייבן בתוכינו...
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

איך האב געציילט די טעג ביז ס'גייט קומען אזא בריוו. @יחזקאל איך האב זייער הנאה געהאט, האסט אריינגעברענגט א פרישקייט יעדן טאג. ווען מ'שרייבט יעדן טאג צוויי ארטיקלען איז דאס די תוצאה... אבער אפשר, נאר אפשר, קענסטו נעמען יעדע שטיק צייט אפאר מינוט, אפשר זונטאג חגאות וכדו' און אינזין האבן דיינע ליינער. ארטיקלען וואס ווערן געשריבן מזמן לזמן זענען געווענליך אסאך רייכער ווי אזעלכע וואס מ'פאוסט יעדע פאר שעה.

הצלחה בתורה ויר"ש און אין די ביזנעס!

(כ'מעג זאגן קריטיק? נישט שיין נאכצוגיין יענעמ'ס ניק. #אפענע בריוו)
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
משזר עריכה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 9:45 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משזר עריכה »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 6:27 pm
איך האב געציילט די טעג ביז ס'גייט קומען אזא בריוו. @יחזקאל איך האב זייער הנאה געהאט, האסט אריינגעברענגט א פרישקייט יעדן טאג. ווען מ'שרייבט יעדן טאג צוויי ארטיקלען איז דאס די תוצאה...אבער אפשר, נאר אפשר, קענסטו נעמען יעדע שטיק צייט אפאר מינוט, אפשר זונטאג חגאות וכדו' און אינזין האבן דיינע ליינער. ארטיקלען וואס ווערן געשריבן מזמן לזמן זענען געווענליך אסאך רייכער ווי אזעלכע וואס מ'פאוסט יעדע פאר שעה.

הצלחה בתורה ויר"ש און אין די ביזנעס!

(כ'מעג זאגן קריטיק? נישט שיין נאכצוגיין יענעמ'ס ניק. #אפענע בריוו)
מיינסט צו זאגן ווען מען עפענט יעדן טאג צוויי אשכולות...
וויצן אין א זייט געלייגט, @יחזקאל סגל לנדא דיינע ארטיקלען זענען אויסערגעווענליך. מיר א ריזיגע חידוש אז איר האט נישט געוואוסט פון אייער טאלאנט, איר האט דאס בייפאר. חזק ואמץ!
כ'פריי מיר צוהערן אז דו פארלאזט אונז נישט אויף אייביג, מיר בענקען זיך שוין פון יעצט.
זוכט איר א מגיה?
מיר האבן א שטאב פון פראפעסיאנאלע עורכים און מגיהים פאר צוגענגליכע פרייזן.
מאמרים, שיעורים, גליונות, קונטרסים, ספרים.
שרייבן, הגהה, שיפור הלשון א.ד.ג.
שנעל און צייטליך!

929-373-1139(call only)
אימעיל: [email protected]
אוועטאר
ברדלס
שר חמש מאות
תגובות: 879
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

סתם אגב, מ'מוז נישט האבן קיין ניק צו זוכן יענעמ'ס תגובות. מען קוועטשט די נומער ביי די זייט פון די תגובה.

און וואלסט געמעגט בעטן א טובה פון דיין אנדערע ניק...
”רבי אלעזר אומר בזמן שהן בני תרבות אינן מועדין“.
אוועטאר
האמפטי דאמפטי
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמפטי דאמפטי »

משזר עריכה האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 6:34 pm
האמפטי דאמפטי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 6:27 pm
איך האב געציילט די טעג ביז ס'גייט קומען אזא בריוו. @יחזקאל איך האב זייער הנאה געהאט, האסט אריינגעברענגט א פרישקייט יעדן טאג. ווען מ'שרייבט יעדן טאג צוויי ארטיקלען איז דאס די תוצאה...אבער אפשר, נאר אפשר, קענסטו נעמען יעדע שטיק צייט אפאר מינוט, אפשר זונטאג חגאות וכדו' און אינזין האבן דיינע ליינער. ארטיקלען וואס ווערן געשריבן מזמן לזמן זענען געווענליך אסאך רייכער ווי אזעלכע וואס מ'פאוסט יעדע פאר שעה.

הצלחה בתורה ויר"ש און אין די ביזנעס!

(כ'מעג זאגן קריטיק? נישט שיין נאכצוגיין יענעמ'ס ניק. #אפענע בריוו)
מיינסט צו זאגן ווען מען עפענט יעדן טאג צוויי אשכולות...
וויצן אין א זייט געלייגט, @יחזקאל סגל לנדא דיינע ארטיקלען זענען אויסערגעווענליך. מיר א ריזיגע חידוש אז איר האט נישט געוואוסט פון אייער טאלאנט, איר האט דאס בייפאר. חזק ואמץ!
כ'פריי מיר צוהערן אז דו פארלאזט אונז נישט אויף אייביג, מיר בענקען זיך שוין פון יעצט.
אסאך האבן שוין אנדעקט זייערע טאלאנטן דא אויפ'ן וועלטל.
אז דו קלאפסט זיך סייווי, קלאפ זיך כאטש אין רוקן
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1146
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

ס'ערשטע מאל וואס מען קען פארשטיין פונעם קעפל דעם אינהאלט...
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6831
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

ברדלס האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 6:36 pm
סתם אגב, מ'מוז נישט האבן קיין ניק צו זוכן יענעמ'ס תגובות. מען קוועטשט די נומער ביי די זייט פון די תגובה.
גאר אסאך מאל קומט ארויף דאס:
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-09-03 234719.png
Screenshot 2024-09-03 234719.png (284.08 KiB) געזען 6115 מאל
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

זאל זיין מיט הצלחה
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

נישט געוויסט אז איינער האט בכלל געמיינט אז מיר זענען די זעלבע מענטש.
אפשר יעצט נאכן מיך נאכמאכן און שרייבן א "פארמאכטע" בריוו, וועלן מאנכע אזוי מיינען.
viewtopic.php?p=5280635#p5280635

צום ענין, הצלחה ברכה. און שכח פאר דיינע אלע געשמאקע ארטיקלן וואס דו האסט דא צוזאמגעווארפן, איך האב באמת הנאה געהאט. איך האב כמעט אלע געליינט.
לעצט פארראכטן דורך יקל פעדער אום דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 9:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יאנאש האט געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2024 8:59 am
יקל, דו שרייבסט זעהר פיין!
איך בין אין סינדראם, אבער וואו איז מאניש חיריק?
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4938
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

האמפטי דאמפטי האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 6:27 pm
איך האב געציילט די טעג ביז ס'גייט קומען אזא בריוו. @יחזקאל איך האב זייער הנאה געהאט, האסט אריינגעברענגט א פרישקייט יעדן טאג. ווען מ'שרייבט יעדן טאג צוויי ארטיקלען איז דאס די תוצאה... אבער אפשר, נאר אפשר, קענסטו נעמען יעדע שטיק צייט אפאר מינוט, אפשר זונטאג חגאות וכדו' און אינזין האבן דיינע ליינער. ארטיקלען וואס ווערן געשריבן מזמן לזמן זענען געווענליך אסאך רייכער ווי אזעלכע וואס מ'פאוסט יעדע פאר שעה.

הצלחה בתורה ויר"ש און אין די ביזנעס!

(כ'מעג זאגן קריטיק? נישט שיין נאכצוגיין יענעמ'ס ניק. #אפענע בריוו)
גא"מ צי דו קריטיק
עס איז זייער נישט שיין צי דעגרינטווען א ניק
אבער עס איז דשאסט א ווערטל ווייל ער זאגט קלאר אז ער האט נאך א ניק
מאיבי תחכמני
שוואכע מענטשען נעמען נקמה
שטארקע מענטשען זענען מוחל
אינטעליגענטע מענטשען מאכן זיך נישט וויסענדיג

כתיבה וחתימה טובה
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5504
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

הייסט אלע דיינע אנדערע ניקס זענען שוין פארמאכט?
אוועטאר
חאצקיל בעל עגלה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5739
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 07, 2021 1:03 am
לאקאציע:איטערוועגנס

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקיל בעל עגלה »

טייערע @יחזקאל סגל לנדא
עס וועט זיך שטארק בענקען נאך דיין אנוועיזענהייט, געשמאקע ארטיקלן, און ספעציעל דיינע באזיכן ארום די שטאטן.

אבער רצונו של אדם זה כבודו. און די דארפסט טוען וואס איז די בעסטע פאר דיר.

מיין אימעיל האסטו, און מיין פאון נאמבער קענסטו קומען אין אישי, סא אויב האסטו סתם א גוט ווארט אבער ווילסט נשיט ברעכן דיין קבלה, כאטש שיק אריין אין אימעיל....

לאמיר וויסן פאר די נעקסטע טריפ...
פאר א געשמאקע וואקאציע אין קאסא גראנדא, אריזאנע
● קומט אין אישי אדער שיקט מיר אן אימעיל [email protected]
ספעציעלע זוממער פרייזן!!
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

@יחזקאל'לע וואס גייט פאר?? אזוי שנעל ווי דו ביסט געקומען, אזוי שנעל גייסטו?

וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
king
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm
לאקאציע:אויפן שטול 

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 5:44 pm
מיין אנדערע ניקס האבן שוין געמאכט - נישט קליינע שטורעמס... אבער בכלל נישט אין דעם ליין.
איך האב אלץ געוויסט אז דו ביסט זייער 'טויגליך'...

עניוועי, שכוח פארן אונז מהנה זיין ביז אהער.
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

יישר כח @יחזקאל סגל לנדא פארן מהנה זיין ביז יעצט מיט אפענע בריוון וואס האט געבראכן א רעקארד פון פאפולאציע, עס איז געווען א חידוש וואס טרעפט זיך נישט יעדן טאג!

ארויסגעשאסן עטליכע בריוון נאכאנאנד געשריבן מיט דיין זיסע פעדער וואס ברענגט אלעמען ארויף א שמייכל, קריעטיווע נושאים מיט א הערליכע שפראך, ס'וועט זיך בענקן...

זאלסט ווייטער האבן הצלחה און קענען מהנה זיין יודן
אוועטאר
יוחנן כהן
שר האלפיים
תגובות: 2418
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm
לאקאציע:אויפן בימה

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

יוחנן כהן האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 10:05 pm
@יחזקאל'לע וואס גייט פאר?? אזוי שנעל ווי דו ביסט געקומען, אזוי שנעל גייסטו?
עניוועי, א שכח פארן אונז מהנה זיין די לעצטע שטיק צייט, מיט דיין רייכע פעדער, און זיסע מליצה ווערטער, ס'וועט זיך בענקען נאך דיין שטומע(!) און נאך דיינע אפענע און פארמאכטע בריוון.

אפשר קענסטו יעצט אפדעיטן דיין מפתח?

וואו איז (מאניש) חיריק יקל פעדער?
אוועטאר
ווייטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 4:48 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייטאג »

געוואלדיגע שריט וועסט ערשט יעצט זעהן וויפיל צייט מער דו האסט אין דיין טאג (אריינגעלאגט ספעשל פאר די תגובה)מבשרי אחזה ממנו ילמדו וכן יעשו
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

ווייטאג האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 10:04 am
געוואלדיגע שריט וועסט ערשט יעצט זעהן וויפיל צייט מער דו האסט אין דיין טאג (אריינגעלאגט ספעשל פאר די תגובה)מבשרי אחזה ממנו ילמדו וכן יעשו
ווייטאג סטאפ מסית ומדיח זיין, און אגב מעגסט אויך צוריקקומען
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2635
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

אלללללול!
אה! מגייט זיך אפלערנען, וויפיל מקען....
אוועטאר
חלק אלקי
שר חמש מאות
תגובות: 556
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 23, 2024 4:01 pm
לאקאציע:הויעכע ספערן

Re: א פארמאכן בריוו, צו Ivelt.com: (יחזקאל סגל לנדא)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלק אלקי »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2024 5:44 pm
א גוטן אלע מיינע טייערע חברים וידידים פון אייוועלט.קאם והגלילות.

לאמיר אויסשמועסן עטליכע נקודות...

איך האב קיינמאל נישט געפלאנט צו שרייבן אויף אייוועלט, ניטאמאל האב איך געוואוסט אז איך קען בכלל שרייבן עפעס וואס זאל זיין אינטרעסאנט פאר א עולם וואס האט אזעלכע גרויסע השגות - פון אזאנע מייסטער שרייבער... און זיכער נישט געטראכט צו זיין פון די מערסט באדאנקטע... און זיכער וזיכער נישט אזוי אפט...

איך האב פשוט געוואלט פאלאוען א ניק, האבנדיג געוויסע חששות אויף איינעם, נאר כדאי צו זוכן "באנוצערס תגובות" - דארף מען דאך אריינלאגן, און אריינצולאגן- דארף מען א ניק, שוין עמער קריעיטן א ניק... וואס וועט שוין זיין... והנה, די גורל איז געפאלן אויף די נאמען פונעם רשכבה"ג מורנו ורבנו הנודע ביהודה זי"ע, (פארוואס?! א מאמר פאר זיך...) און אזוי האב איך געקענט פאלאוען די ניק, און יאפ! (איך מיין) ס'איז אים...


אזוי זיצענדיג מיט א ניק, האט מיר איינגעפאלן א מאדנעם געדאנק, אפשר שרייב איך עפעס א מאמר'ל, לאמיר עס אויספרובירן... אזוי האב איך אפגעטייפט דעם ערשטן מאמר "די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן" - און מיט ציטערדיגע הענט האב איך געדרוקט די שיק קנעפעלע.... און צו מיין סופרייז, דער עולם איז אריינגעקומען העכער עני ערווארטונג... ביז צוויי טאג האט עס געריטשט 150 לייקס.... (איך האב קוים געכאפט אז ס'איז א קונץ...)

פארשטייטצעך אז מיטן עסן קומט דער דארשט... און כ'האב פלעין פאר פאן - געשריבן נאך א מאמר... ועודך דער עולם האט עס געגליכן... האב איך אפגעשריבן נאך עטליכע מאמרים אויף ירושלים... און געפלאנט גונז צו זיין דער ניק...

געווען איז עס אנהייב זומער: ווען איין זונטאג האב איך מיטגעלעבט די "מעשה" פון די ערשטן "אפענעם בריוו", און טראכטענדיג אז כ'קען דא מעורר זיין מענטשן איבער זייערע 'בין אדם לחברו'דיגע' שלעכטע געוואויהייטן... האב איך עס אפגעטייפט און געפאוסט... און דער אפקלאנג איז געווען מאסיוו...

אזויווי איך בין ב"ה גאר אן אבזערווענט מענטש... איך כאפ אויף קליינע פעולות און תנועות פון מענטשן, האב איך ביי מיר א ליסטע פון אזאנע אקטן פון מענטשן... איז געגאנגען נאך א בריוו און נאך איין... אזוי איז עס צוביסלעך געווארן א אייקאן/ברענד... און דער עולם האט עס אנגעהויבן פארלאנגען...

און צו אלע וואס האבן נישט אויפגעהערט צו פרעגן די (קאורני) שאלה: פארוואס שרייבסטו נישט א אפענעם בריוו צו דיין קאר/נעגל/הויט/הוט/טיר/שוך וכו' מסתמא ביי נאו כאפן זיי שוין אז די טערם איז מיוחד צו מעורר זיין מענטשן איבער פעולות וואס זיי טוען - און אומווילנד באדערן זיי אנדערע...

איך האב נישט געענטפערט צו די אלע מגיבים, ווייל בשיטה האב איך נישט ליב צו מגיב זיין אין מיין אשכול... (נישט ווי געוויסע וואס יעדע ש'כח באקומט א יישר... כ'מיין ס'דאך דא א לייק פאר א סיבה...)

על כל פנים.. עהעם... יעצט קומט דער זוממער צו א ענדע, און מען דארף זיך צוריק אריינווארפן אין דעם געווענטליכן הלוך ילך - וואס לאזט נישט צופיל צייט צו שרייבן, און זיכער נישט קיין לענגערע ארטיקלען...

מען דארף צוריק פאוקוס'ן אויף די ביזנעס'ל, און בעיקר אויף לימוד התורה הקדושה ועבודת השם... יא, ווען מען איז אין די פאזיציע פון א שרייבער - ליגט די קאפ גאנץ שטארק דערינען...

ולכן - וועלן מיר מוזן אויפהערן מיט די שרייבעראציע לעת עתה... חוץ אמאל עפעס אין היסטאריע/סאציאלע שטודיעס וכדומה - וואס דאס איז בעצם מיין ספעשילטי... אדער א טריפ ריפארט'ל....
(אפשר דא און דארט - וועט איינער דעזערוון א עמערדזשענסי אפענע בריוו... וועט ער עס באקומען...)

כ'האף אז איך וועל זיך קענען האלטן צו דעם, אז נישט וועט מען מוזן צושליסן לגמרי... (אדער אפשר פארקויפן די ניק?! האלטסט איינער וויל עס קויפן?!)

יעצט צו אייך טייערע חברים, א גרויסן ש'כח פארן ליינען + לייקן + מגיב זיין, און נאך מיט אזאנע ווארימע קאמפלימענטן... און אויב האב איך איינעם פוגע געווען - בעט איך מחילה...

איך האב גאר ניט געוואוסט סארא טאלאנט איך האב ביי מיר איך בויך... (אפשר קען איך אננעמען דזשאב'ס, פאר דע רייט פרייס... אדער אריינגיין אביסל אין די ברענדינג ליין, כהמלצת @הרב יואל קליין פאר עניטינג-קום אין אישי...)



הק' יחזקאל סגל לנדא ~ "ביטע לייקן שטארק די תגובה. געווענטליך בעט איך נישט קיין לייקס, נאר איך לאז לויפן נאטורליך.... אבער דא וויל איך די אפקלאנג זאל זיין שטארק... וממני ילמדו וכן יעשו..."



נ.ב. איך בין נישט @געגאנגען/@יקל פעדער/@רבא מברניש.... (מיין אנדערע ניקס האבן שוין געמאכט - נישט קליינע שטורעמס... אבער בכלל נישט אין דעם ליין...)



אגב, עדווערטייזמענט אויף אייוועלט איז גאנץ שוואך... והראיה, מיין עד איז געזען געווארן צענדליגע טויזנטע מאל... מיט גאר א שטילע ריספאנס... אדער פשוט דרייען זיך נישט קיין עלטערע מענטשן דא...
פון מיין זייט קענסטו אלעס אפלאזן, אבער נישט איבער דיינע איבערלעבענישן פון א''י!!!!!
יא דו האסט א חלק אלקי ממעל 'ממש'!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”