זאג מיר וואס באדערט דיר פונקט?
און וואס האט דיר געשטופט אז דו דארפסט געבן א שטעך?
נישט אז איך האב א פראבלעם מיט קורצע ארבל. מיר האלטן אז עס איז 100 פיין. אבער דיין הערה איז נישט געקומען פון גוטסקייט.
ווייסע העמעדער פאר אינגלעך ראש חודש
אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- ליבי ובשרי
- שר האלפיים
- תגובות: 2816
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm
Re: ווייסע העמעדער פאר אינגלעך ראש חודש
לכאורה באדער אים זיין לאנגע ארבל, עס קען אפטמאל זיין אומבאקוועם...
Re: ווייסע העמעדער פאר אינגלעך ראש חודש
איך פיל דער הארצווייטאג (ליבי) און ווייטאג פון זיין פלייש פון זיין האנט (בשרי) פון דער וואס זוכט זיין אייגענע יחוס.
אז עס באדערט עם זיין ארבעל זאל ער פארקאטשען, אבער נישט פארקעטשן דעם צווייטן.
אז עס באדערט עם זיין ארבעל זאל ער פארקאטשען, אבער נישט פארקעטשן דעם צווייטן.
- תשבחתא ונחמתא
- שר מאה
- תגובות: 166
- זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יוני 18, 2022 11:46 pm
Re: ווייסע העמעדער פאר אינגלעך ראש חודש
ר' לייבוש ליש אין זיין ספר קול שלום מרדכי דעדיקעי''ט ער די לעצטע פאר בלעטער פאר זיין מלמד הרב מאיר פילטשיק ז''ל, בין הדברים דערמאנט דארט ר' לייבוש אז ר' מאיר איז געשטאנען אונטער דעם מנהג (עכ''פ אין ב''פ)
Re: ווייסע העמעדער פאר אינגלעך ראש חודש
איך דערמאן זיך ווען איך בין געווען א קליין אינגל, פלעג איך ווילן גיין מיט א ווייסע העמד ראש חודש, אבער ביי אונז האט מען דירעקט נישט געגאנגן, ביז איינמאל בין איך צוליב א שמחה איינגעשטאנען ביי א חבר, וואס ביי זיי איז מען יא געגאנגען מיט א ווייסע העמד בין איך אויך געגאנגען, למעשה האב איך דעמאלטס געזעהן אז ס'נישט עפעס מוראדיג, האט מיר שוין נישט אינטרעסירט צו גיין
- ייחוס זוכער
- שר האלף
- תגובות: 1088
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 19, 2018 5:59 am
Re: ווייסע העמעדער פאר אינגלעך ראש חודש
דערמאנט מיר א מעשה, איינער געקומען אמאל צו הגאון ר' חיים קאניעווסקי מיט א קורצן ארבל, פרעגט איהם ר' חיים פארוואס גייט איהר מיט א קורצן ארבל און נישט א לאנגע געהעריגע ארבל? זאגט יענער ווייל ער האט נישט קיין געלט פאר נאך שטאף פארן לאנגן ארבל, רופט זעך אהן ר' חיים 'אויב איהר האט נישט קיין געלט, וויאזוי זענט איהר דא אריינגעקומען?...