גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:52 am

גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג גרויס »

איז דאס א גיטע זאך אדער נישט ?

לאור די שמועס דא
viewtopic.php?p=5387832#p5387832


איינער האט אנגעמערקט אז סאיז נישט לעגאל צו בארגן פאר דאון פעימענט
סוי איז די שמועס נאר להלכה ולא למעשה
לעצט פארראכטן דורך מעכטיג גרויס אום דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:31 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לאנטש טיים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

ניין, נאר וועס עס האט א טאטע אדער פעטער מיט געלט זאל קענען בארגן.
אוועטאר
דוד הכהן
שר חמש מאות
תגובות: 901
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

אדער איינער וואס האט א געסעטלט גוטע אינקאם און די פעימענט פלען מאכט סענס.
אוועטאר
מי יודע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9088
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מעכטיג גרויס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:48 pm
איז דאס א גיטע זאך אדער נישט ?
ווענדט זיך
איז די דאן פעימענט די געגנט פון 20-30 טויזענט דאלער, אמאי לא, איז דאך שוין דא גמח'ן פאר דעם
אבער איז די דאון פעימענט 100 אלפים, ווי אזוי פונקטליך גייט דאס ווערן באצאלט? די עצם דירה איז איבער א האלב מיליאן, וואס פאר דעם צאלט מען 3-4 טויזענט דאלער א חודש מארגעטש, יעצט וויפיל יאר גייט ער צאלן דעם גמ"ח? 16 יאר? און אינמיטן מאכט ער חתונה א פאר קינדער אויך, מהיכן ירק זה חי????? א רעסעפי פאר דיזעסטער

אפגערעדט פון דעם וואס איינער האט דא געשריבן, אז דאס גייט הייבן די דאון פעימענטס ווייל ס'איז דא עקסעס צו געלט
כ'מיין די גאנצע דאון פעימענט פון די גרויסע סכומים האט דאך גארניטש מיט די דירה, ס'האט ס"ה מיט וכו' וד"ל, און אז מ'קען מער פארוואס נישט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
מעכטיג גרויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 20, 2018 10:52 am

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכטיג גרויס »

א אינגערמאן פון 25 יאר וואס גייט נישט חתונה מאכען פאר 13 יאר
און האט שיינע טעקס ריטורין זעה איך נישט קיין פראבלעם
אפילו ווען זיין פעי טשעק קאווערט זיין עקספענסעס און סבלייבט נישט איבער חודש'לעך
אוועטאר
קהילת הרבנים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:56 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת הרבנים »

איך האלט אז דאס גייט ראטעווען אינגערלייט פון אויסנוצן זייער סעווינגס פאר גארבידש ווייל איך גיי סייווי נישט האבן גענוג צו קויפן א הויז.
פאר דער וואס האט מורא ווי אזוי גייט דאס ווערן באצאלט, אדער אז צו סאך מענטשן וועלן האבן עקסעס צו געלט וועט ארויפגיין די דאון פעימענט, קען מען עס מאכן מיט גענוג שווערע באדינונגען אז נאר ווער עס האט, און קען עכט, זאל קענען בארגן, און מען זאל נאר בארגן די צווייטע %50 ווי למשל.
king
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 2:19 pm
לאקאציע:אויפן שטול 

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך king »

די פאוינט פון א דאון פעימענט איז דאך, אז א מענטש זאל נישט אוועקוואקן פון זיין מארטגעדזש און זאגן איך קען נישט באצאלען, ממילא אויב די דאון איז ווייטער נישט קיין אייגן געלט וועט ער סאך גרינגע אוועקוואקן פון די גאנצע זאך אויב מאכט זיך אים א שווערע תקופה.
נודניק
שר האלף
תגובות: 1625
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודניק »

אויב האט ער נישט געקענט אוועק לייגן פאר א דאן פעימענט די לעצטע פינף - צען יאר מיט אן אדער ווייניגער קינדער, ווי אזוי גייט ער פלוצלינג יעצט יא האבן?
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12730
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

די מהלך פון דעם אשכול ווייזט אויף איינס פון די צוויי.

1. אדער מען ליינט נישט. די ערשטע תגובה האט אנגעצייכנט א תגובה וואס זאגט א פראבלעם.

2. אדער מען האט נישט געכאפט וואס די פראבלעם איז.

לאמיר נאך ברענגן זיינע ווערטער.
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:43 pm
מיליטערישע עקספערט האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:32 pm
מארמאראש האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 11:45 am

1) איך בין נייגעריק וויאזוי איז געווען פאר 40-60 יאר צוריק, וואספארא גאטונג אידן פלעגן דעמאלט קויפן הייזער, עשירים, בעלי בתי'שע, פשוט'ע ארבעטערס, אדער?

2) איך האב געהערט זאגן אז רבינו זי"ע מסאטמאר פלעגט געבן אפאר טויזענט דאלער פאר ווער עס האט געוואלט קויפן א דירה, איז דאס א קראנטע זאך, אדער אולי נאר פאר רבנים?, ווער עס ווייסט זאל ביטע מעלדן.

3) געהערט פון א גרויסע עסקן וואס האט שוין געבויט ביליגע דירות פאר אידן, אז די גרעסטע וויכטיגסטע זאך וואלט געווען, אז ס'זאל זיין א קאסע צו פארבארגן די ערשטע געלט םאר די דאון פעימענט, אויף גאר גוטע באדינונגען, אזוי אז אפילו פשוט'ע ארבעטערס זאלן זיך קענען קויפן א הייזקעלע.

4) לגבי דאס וואס איינער האט דעשריבן פארוואס פעלט אויס א אייגענע הייזקע פאר פשוט'ע ארבעטערס, פאר זיי איז דא פאר רענט, שמעתי כמדו' בשם החזון איש זצ"ל או צדיק אחר, אז רענט איז גוט פאר עשירים, זיי קענען זיך ערלויבן צו מאפן און צאלו די רענט וואס פליט ארויף יעדע יאר, אבער די עניים דארפן א אייגענע הייזקע, וואס די מארטגעדזש בלייבט די זעלבע, און צום סוף בלייבט די הויז זיין אייגענע געלט.
איך האף צום באשעפער אז נומער 3 זאל קיינמאל ווערן א פאקט!
אויב די פארשטייסט אביסל וויאזוי אקאנאמיקס ארבעט ווייסטו אז דאס איז א קילער! די מינוט יעדער יונגערמאן קען בארגן פאר דאון פעימענט גרינג גייט א דאון פעימענט זיך דאפלן איבערנאכט,

פון די גרעסטע סיבות פארוואס מען קוקט אויס ווי מען קוקט אויס (אז מען בויט מיט צודרייטע סטאנדארדן פאר ארעמעלייט, און אויך פאר די גרעסטע רוב פון אינזער ציבור) איז ווייל עס איז דא ב"ה גמ"ח'ן און עס איז דא איזי עקסעס צו געלט

די איבריגע נומערן האב איך נאכנישט דורכגעטראכט

#שיין זעט מען אויס מיט אזאנע עסקנים...
דאס איז די יסוד פון די סיבת הקריזיס אין אמעריקא בכלל און - להבדיל - ביי היימישן ציבור בפרט.

אוודאי דארף מען העלפן עניים ודלים אבער מ'האלט דא ביי א מצב ווי מ'האט אויסגעריסן די חשיבות פון זיין א נהנה מיגיע כפו און לעבן לויט וויפיל מ'האט.

ס'איז פחדים נוראים און רוב ציבור כאפט ניטאמאל דעם פראבלעם.
אוקעי, סא די פראבלעם איז נישט אלץ די לוה! כלל נישט דאס איז די מדובר, די פראבלעם איז די "פרייזן", דהיינו אויב גייט זיין אזא סארט גמ"ח גיין די פרייזן פאר די הייזער געדאפעלט ווערן, און יא אמת אלץ תוצאה וועט די גמ"ח נישט קאווערן דעם "נייעם" סכום וואס מען וועט דארפן, און אפילו אויב יא, איז די שאדן אז די וואס נעמען נישט פון גמ"ח אדער ווען די גמ"ח גייט זיך פארמאכן... גייט די פרייזן שוין זיין אין די הימל אן קיין וועג אויף צוריק.

אוקעי, סאו יעצט קען מען עס דא אויסשמועסן צו ס'איז א גוטע זאך צו נישט...
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מעכטיג גרויס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 12:48 pm
איז דאס א גיטע זאך אדער נישט ?

לאור די שמועס דא
viewtopic.php?p=5387832#p5387832


איינער האט אנגעמערקט אז סאיז נישט לעגאל צו בארגן פאר דאון פעימענט
סוי איז די שמועס נאר להלכה ולא למעשה
וואס האט מען פון אויסשמועסן ווען ס'גייט זיך סיי ווי גארנישט בייטן?

אבער כדי שלא להשאיר הנייר חלק העל איך זאגן עפעס וואס איז פשוט ומפישוט בתכלית הפישוט.

1. ווען מענטשן פארדינען מער געלט גייען די פרייזן ארויף (אינפלאציע).
2. ווען מענטשן האבן צוטריט צו בארגן גייען די פרייזן ארויף (אינפלאציע).
3. ווען מענטשן צאלן נישט קיין רבית צום הלואה איז דאס עסענטשעללי פרייע געלט = אינפלאציע.
4. ווען מענטשן צאלן נישט קיין קאנסקווענצן ווען זיי באצאלן נישט קיין חוב אין צייט = אינפלאציע.
5. ווען בענק וועלכע פארדינען געלט ביי יעדע הלואה זאגן אפ דעם דיעל ווייל ס'איז זיי נישט ווערט די ריזיקע. אבער אן אנדערע פארבארגט יא פאר יענעם אן ריוח, אן קאלעטערעל און אן קאנסענקווענצן אויב מ'באצאלט נישט, איז דאס משוגע צום טויט = אינפלאציע.

איצט פרעגט זיך יעדער אליין ווער איז מייקר השער און וויאזוי מקען עס סטאפן.

הייבטס אן מאכן מיטינגס, לאטס מיך וויסן וואס איז געבליבן.
אוועטאר
טראפקעלע
שר האלף
תגובות: 1485
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 27, 2023 5:45 pm
לאקאציע:צווישן די טראפנס

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראפקעלע »

king האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:31 pm
די פאוינט פון א דאון פעימענט איז דאך, אז א מענטש זאל נישט אוועקוואקן פון זיין מארטגעדזש און זאגן איך קען נישט באצאלען, ממילא אויב די דאון איז ווייטער נישט קיין אייגן געלט וועט ער סאך גרינגע אוועקוואקן פון די גאנצע זאך אויב מאכט זיך אים א שווערע תקופה.
וועגן דעם קען מען פארלאנגען א גיטע פאר ערבים,

די נקידה פון א ערב איז טאקע אויך צו ווייזן פארן גמ"ח אז די לוה'ס נאנטע האבן טראסט אין אים.
פראקטיש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7468
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 2:38 am
king האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2024 1:31 pm
די פאוינט פון א דאון פעימענט איז דאך, אז א מענטש זאל נישט אוועקוואקן פון זיין מארטגעדזש און זאגן איך קען נישט באצאלען, ממילא אויב די דאון איז ווייטער נישט קיין אייגן געלט וועט ער סאך גרינגע אוועקוואקן פון די גאנצע זאך אויב מאכט זיך אים א שווערע תקופה.
וועגן דעם קען מען פארלאנגען א גיטע פאר ערבים,

די נקידה פון א ערב איז טאקע אויך צו ווייזן פארן גמ"ח אז די לוה'ס נאנטע האבן טראסט אין אים.
איך זעה עס אנדערש, די נקודה פון ערב איז אז די מלוה זאגט פאר'ן לוה דיך טראסט איך נישט אבער דעם ערב טראסט איך אז ער קען און וועט באצאלן אויב די סיטואציע גייט זיד.

טראכט פאר א סעקונדע דאס פאלגענדע.

ס'איז דא א הלואה ווי דער לוה דארף געלט איצט מיט א חשבון פון ווי ער גייט דאס אי"ה אפצאלן שפעטער אבער אינדערצווישן האט ער אנדערע חפצים וואס זענען ווערט דאס געלט. ער האלט נישט ביים פארקויפן די חפצים איצט, אבער ער איז מסכים איינצולייגן די חפצים פאר'ן מלוה אויף א אופן ווי אויב ח"ו קען ער נישט באצאלן די חוב "אין צייט" קען די מלוה נעמען די נכסים און צוריק זעהן זיין געלט. די לאנגע פאראגראף גיי מיר רופן "פיינענסן, ריפיינענסן, וכו" ווען מ'שלעפט ארויס געלט פון א מלוה אנטקעגן אנדערע עקזיסטירנדע נכסים.

פיינענסן איז א טייל פון לעבן זייט די וועלט שטייט, ס'האט מער געהאלפן ווי שאדן געמאכט. סיי די מלוה און סיי די לוה דארפן וויסן וויאזוי מ'טוט דאס כדי ס'זאל זיין ריכטיג און ארויסנעמען די מאקסימום בענעפיט דערפון אבער איך וואלט דאס נישט אנגערופן "בארגן" ווען די לוה האט "כמעט" ווי פארקויפט זיינע נכסים פאר'ן מלוה.

בארגן מיינט אז מ'דארף איצט וויכטיג געלט מיט א פלאן און האפענונג וויאזוי עס צו באצאלען "בזמן" אבער אויב ח"ו קען מען נישט באצאלן דאן האט מען נישט אדער וויל מען נישט געבן פאר'ן מלוה קיין שום ווערטפולע חפץ אנשטאט. די לוה לייעט געלט קעגן דעם מארגנדיגן אינקאם באזירט אויף "האפענונג" אבער האט נישט קיין וועג וויאזוי צו דעקן דעם הלוואה אויב די האפענונג ווערט צעפלויגן ווי א זייפן בלאז.

זאג מיר איין נארמאלע סיבה פארוואס אזא סארט געבארגעכטס איז א נעט געין פאר די געזעלשאפט, רעדט צו מיר שיין ביטע.
בויען פרייליכערהייט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2023 12:23 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בויען פרייליכערהייט »

ווען מרעדט פון העלפן די 2טע האלב, למשל א אינגערמאן האט אראפגעלייגט א 10/15% דיפאזעט פאר א הייזקע און ער גייט ארטיסנעמען אן הלואה פון נאך 5/10%, צו קלאזינג קאסט, איז מה טוב ומה נעים, א געוואלדיגע הילף מים נישט קיין סך ריסק.

וועןצמרעדט פון א אינגערמאן וואס האט אראפגעלייגט די בני בית מיט די קינדער שאפינג, און מקומט עים אפערן אן הלואה ער זאל גיין קויפן א הויז, און דאס איז די ערשטע 5/10% דעפאזיט פאר עים, איז נישטא נאך אזא קילער אין די מארקעט.

בעסיקלי העלפן איינער וואס לייגט אריין הארעוואניע און ברויך א שטופ איז אהגעוואלדיגע זאך.
אריין לייגען ביי איינעם און די הענט א זאך וואס ער זעהט נישט פאר וויכטיג צו ארבבייטען דעראויף ברענגט נאר לייכטזיניקייט ווייל דער זעהט נישט פאר וויכטיג זיך צו אנשטרענגען פארדעם. אלץ א תוצאה דער וואס וויל זיך אנשטרעגען וועטנאנהייבעןצארבייטען נאך שווערער צו מעטשען די גרינגע געלט פון דער וואס נעמט דאס לייכט, און ער וועט אנקומען יענעם איבערשטייגען, למעשה וואס איז דא געשען? אז דער וואס זעהט דאס פאר וויכטיג וועט ברויכען ארבייטען שווערער, דער וואס זעהט דאס נידט פאר וויכטיג וועט במילה ארויס פאלען, און דער מוכר וועט באקומען מער געלט, נישט באזערט אויף זיין פרודוקט,אדער איוועסמענט נאר ווייל די נאמבער איז אויפגעבלאזן,

און קורצןצאיז דאס אינפחעשן וואס ברענג נישט קיין גוטס, עס ברענגט סתם אזוי צום טיש מענטשען וואס זענען נישט עס אינטערסירט
אוועטאר
קהילת הרבנים
שר מאה
תגובות: 188
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2023 1:56 pm

Re: גמ"ח צו בארגן פאר דאון פעימענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת הרבנים »

בויען פרייליכערהייט האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 7:53 am
ווען מרעדט פון העלפן די 2טע האלב, למשל א אינגערמאן האט אראפגעלייגט א 10/15% דיפאזעט פאר א הייזקע און ער גייט ארטיסנעמען אן הלואה פון נאך 5/10%, צו קלאזינג קאסט, איז מה טוב ומה נעים, א געוואלדיגע הילף מים נישט קיין סך ריסק.

וועןצמרעדט פון א אינגערמאן וואס האט אראפגעלייגט די בני בית מיט די קינדער שאפינג, און מקומט עים אפערן אן הלואה ער זאל גיין קויפן א הויז, און דאס איז די ערשטע 5/10% דעפאזיט פאר עים, איז נישטא נאך אזא קילער אין די מארקעט.

בעסיקלי העלפן איינער וואס לייגט אריין הארעוואניע און ברויך א שטופ איז אהגעוואלדיגע זאך.
אריין לייגען ביי איינעם און די הענט א זאך וואס ער זעהט נישט פאר וויכטיג צו ארבבייטען דעראויף ברענגט נאר לייכטזיניקייט ווייל דער זעהט נישט פאר וויכטיג זיך צו אנשטרענגען פארדעם. אלץ א תוצאה דער וואס וויל זיך אנשטרעגען וועטנאנהייבעןצארבייטען נאך שווערער צו מעטשען די גרינגע געלט פון דער וואס נעמט דאס לייכט, און ער וועט אנקומען יענעם איבערשטייגען, למעשה וואס איז דא געשען? אז דער וואס זעהט דאס פאר וויכטיג וועט ברויכען ארבייטען שווערער, דער וואס זעהט דאס נידט פאר וויכטיג וועט במילה ארויס פאלען, און דער מוכר וועט באקומען מער געלט, נישט באזערט אויף זיין פרודוקט,אדער איוועסמענט נאר ווייל די נאמבער איז אויפגעבלאזן,

און קורצןצאיז דאס אינפחעשן וואס ברענג נישט קיין גוטס, עס ברענגט סתם אזוי צום טיש מענטשען וואס זענען נישט עס אינטערסירט
דאס האב איך געשריבן אז מען קען מאכן די טעמינען גענוג שווער אז עס זאל נאר העלפןאיינער וואס פעלט אים די לעצטעשטופ.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”