פון 'רבים' צום 'יחיד'!!!
יעדע 5 מינוט קומען אפיר נייע אשכולות מיט אווערנעסעס און אויפוואכונגען פארן אלגעמיינעם ציבור וואס איז אומבאוויסטזיניג מיטן ביטערן מצב וואס טוט זיך אויפן וועלט (נישט אייוועלט!!).
די 'כח היחיד' איז אבנארמאל, און דייקא מיט א כח היחיד'דיגען פארמאט.
דער מיט די גרויסע סכנה פון מענטעל העלט, אזש די וועלט גייט ממש אינטער אן דעם וואס דער 'כח היחיד' וועט זיך צוזאמנעמן 'בציבור' און א זאל דאס מסביר צו זיין!
דער מיט די גרויסע סכנה פון 'געמבלען'!
דער מיט די סכנה פון נישט געבן 'פאזעטיוועטי' פאר אונזערע קינדער!
דער מיט די טעכנעלאגישע סכנה פון די קיאסק'ן!
דער מיטן 'כח היחיד' אז דער 'ציבור' זאל חתונה מאכן ביליג!
דער מיט די פראבלעם פון געוויסע הכשרים וואס געבן אן הכשר אויף זאכן וואס ברויכן נישט קיין הכשר בלויז פאר געלט אינטערעסן!
דער מיטן פראבלעם פון עדיקשען צו וועפינג וכדומה!
אן אבנארמאלע אויפוואכונג הערשט דא, א גאלד געיעג ווער עס קען מאכן מער א 'כח היחיד' אויפוואכונג פאר ברייטן המון עם.
רבותי!!! עס איז געקומן די צייט אז די 'כח היחיד' זאל זיך קאנצעטרירען אויפן 'יחיד' נישט אויפן 'רבים', פינטל.
איר ווילט נישט וועפן? פיין וועפט נישט!
איר ווילט נישט רעדן ביים דאווענען אויף פלעצער וואס מען מעג להלכה רעדן? נישט קיין פראבלעם רעדט נישט! (פארשטייט זיך קודם דאווענט!)
איר ווילט נישט אז כלל ישראל זאל חרוב ווערן פון די מכה המהלכת פון חולי נפש? קיין פראבלעם, גייט צום טעראפיסט מיט אייערע קינדער אין ב"ב!
איר ווילט נישט גיין אין קיאסק? דאן גייט נישט!
אייערע קינדער גייען נישט אנגעטוהען אידיש'לעך? דאן קויפט זיי נייע אידישע בגדים!
אבער לאזט אפ דעם 'כח רבים', כלל ישראל איז נישט אייערס צו טוהען דערמיט וואס איר ווילט!!!
נעמט ביטע קער פון אייערע קינדער און אייניקלעך, מאכט א גרויסן 'כח היחיד' ביי אייך אינדערהיים!!
איר 'יחידים' איר האלט טאקע אז מיר די 'רבים' זענען אזוי וואנזיניג אז מיר קענען זיך נישט קיין עצה געבען אן אייער 'כח היחיד'?
איר האלט טאקע אז דער 'רבים' דער עם חכם ונבון דארף צוקומען צו אייך 'יחידים' צו ראטעווען דעם וועלט און דעם כלל ישראל פונעם שוידערליכען אינטערגאנג?
ניין! ניין! ניין!
מיר די 'רבים' האלטן נישט אז מיר דארפן מיטטאנצען מיטן יעדן אויפוואכונג פון אייך 'יחידים'!
די 'כח הרבים' בעט זיך צו אייך, ביטע נעמט אראפ אייער 'יחידי'שע' הענט פונעם רבים! ביטע! ביטע! ביטע!
די 'רבים' טאר נישט און 'דארף' נישט און האפענטליך 'וועט' נישט געפירט ווערן דורך 'יחידים'!
און צו דיר 'יחיד' וואס געפינט זיך אינעם 'רבים' און האט נאך נישט געהאט די זכי' מזכה צו זיין דעם 'רבים' מיט דיין 'כח היחיד', בעטן מיר זיך ווער נישט משוגע פון אפאר יחידים וואס פארדרייען א קאפ דעם ציבור, ועל הציבור להזהר.
ולהערה בעלמא איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די וואס פארשטייען אייביג ביי אנדערע 'ציבור'ישע ענינים אז די דעת תורה פון די רבנים זענען פון 'יחידים' עסקנים וואס מאכן משוגע און טערארעזירען די רבנים מיט זייער דעת יחיד, פארשטייען היצטערט ביי זייערע נארישע יחידישע מערכות אז זייער דעת יחיד דארף יעדן מחייב זיין, אמער דאס איז דאך דער 'כח היחיד'.
יחיד ורבים הלכה כרבים!!!
[קלארשטעלונג: ה' יודע כי מרוב שיחי וכעסי דיברתי עד הנה, אלעס האט א גבול מיט א שיעור וויפיל מען קען משוגע מאכן דעם רבים מיטן ציבור פאר 'יחידי'שע' אינטערעסן, אבל חלילה וחלילה איך מיין נישט קיינעם פערזענדליך, און איך מיין נישט דוקא דא די יחידים דא אויפן וועלטעל נאר אלע אזאנע סארט יחידים הן ביחיד והן בציבור ודו"ק]