שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

מדי דברי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

פראפעסאר האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 5:05 pm
@Kosher Travel יעצט פארשטיי איך די גאנצע שיטה דיינע.. האסט פשוט געהאט א אייגענע מעשה..
ווען דיין קינד וואלט געווארן געבוליט וואלסטו אוודאי געשריגן אז עס איז א מצווה צו שלאגן יענעמ'ס קינד..
ס'גייט בעצם ווייטער, סך הכל האט ער געבוליט יענעם אינגערמאן ודוק
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר האלף
תגובות: 1111
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

לשם ייחוד האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 4:20 pm
דו האסט נישט קיין שום רעכט אין די וועלט צו הייבן די הענט אויף א פרעמדע קינד. סקען זיין סהעלפט, אבער גערעכט איז עס קיינמאל.
אמאהל דארף מען טוהן אימגערכטע זאכן לטובת די קינדער...

אוודאי איז דאס נישט א go to method לכתחילה, אבער ווען מען האט שוין אלעס פראבירט און די עלטערן פונעם בולי קענען\ווילען נישט קעיר נעמען, דעמאלסט איז דאס די עצה.

ווען איך האב עס געטוהן איז עס געווען נאכן זיך דארך רעדן מיט מחנכים און נאכן מחליט זיין אז איך בין גרייט פאר די קאנסעקווענצן. געטוהן און מער האט מען מיין זוהן נישט געבאדערט.

פעסט פארווארד אכט יאהר, דער געוועזענער בולי איז היינט א בחור פון ארום 19 יאהר אלט און ער קומט צו מיר איין נאכט אין שוהל אז ער וויל מיר איבערבעטן..... שטייטזיך כ'האב אים אויכט איבערגעבעטן.....

@לשם ייחוד עס איז ניכר אז דו האסט דאס נישט מיטגעמאכט....
לעצט פארראכטן דורך מרנן ורבנן אום זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 7:10 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

מדי דברי האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 10:44 pm
zugurnish האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 10:04 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 9:54 pm
מדי דברי האט געשריבן:

מ'דארף נישט טרעפן א היתר אויף א היתר, ס'איז נישט קיין ענין צו באשאפן איסורים קעגן אלע אידן.
אנטשולדיגט, שלאגן איז א איסור חמור.
מ'דארף אפשר אויך פרעגן א רב פאר מ'קומט ארויס קעגן כלל ישראל דרכי חינוך.
קיינמאל נישט געהערט א כלל ישראל האט א דרך חינוך פון פראסקענען יענעמס קינדער.

חוץ מזה, יעדע זאך וואס מ'טוט אנשטאט שלאגן, איז הונדער מאל ערגער, צעברעכנט, צעקלאפט, און לאזט איבער לייוו דעמעדזשעס, שלאגן איז געווענליך די געזונטסטע מעטאד אנע דעמעדזש,נישט אומזיסט האט דער אייבערשטער דאס אזוי אריינגעלייגט אין די בריאה אז ס'איז נישטא קיין מציאות צו מאכן א קינד נארמאל אן דעם, די אלע וואס קומען אן מיט נייע איסורים קעגן די גאנצע וועלט ביז היינט, עסן נאר די פירות דערפון.
איך ווייס נישט ווי אנהייבן. איך וועל שווייגן.
,100%
לא יאומן אז א איד שומר תורה ומצוות וואס דארף זיין א מענטש מיט מדות טובות צווישן צווילע מענטשן
רעט זיך איין אז געבען קלעפ איז דער ריכטיגע וועג צו האנדלן.

מוח שליט על הלב א מענטש ווי שלעכט דער מצב איז דארף זיך קאנטראלירען צו וויסן ווי זיך רעדן מיט דער מויל אין א צווילע תורהדיקע מענטשלע וועג.
אז עס ארבעט נישט מיט רעדן שיין, ארענדג'ירט מען בעלי השפעה אז דאס העלפט נישט קען מען גיין צו א דין תורה
אויב ער איז א אלם קאן מען נעמן ווייטערדיקע שריט ברשות בית דין
אבער מען נעמט נישט די זאכן אין די אייגענע הענט.
מען רעט נישט מיט ידיים און זיכער נישט מיט א פרעמדע קינד

דאס איז א ב אין אידעשקייט
איז נישט אייער אידישקייט א ב גאולה אויך ?
ווילסט זאגן אז גאולה איז געבן פעטש?
נישט מיין גאולה.
רפרם גרינפעלד
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

אויף די גאנצע פעטש דעבאטע דא איז ממש געגאסן די באקאנטע מעשה פון רבי שלום שוואדראן פון מאיר'ל, כל זמן סאיז יענעמס קינד איז יעדער מח שליט על הלב, מטאר נישט שלאגן וכו', סהעלפט נישט, די סעקונדע סאיז אייגנס פארגעסט מען פון אלעם.
בניהו
שר שבעת אלפים
תגובות: 7184
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 16, 2021 1:09 am

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בניהו »

מ'דארף נעמען די עדיטאריעל פון יואל לאנדאו די וואך אין שטענדערל און עס פרעימען אין א יעדע קלאס צימער ווי אידישע קינדער לערנען.

אזאנע מאכטפולע שורות.
אני הוא הנער, נער המדבר
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

בניהו האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 11:21 pm
מ'דארף נעמען די עדיטאריעל פון יואל לאנדאו די וואך אין שטענדערל און עס פרעימען אין א יעדע קלאס צימער ווי אידישע קינדער לערנען.

אזאנע מאכטפולע שורות.
וואס ברענגט ער ארויס?
100% זיכער נישט קיין שום ספק
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

נער הייתי וכמעט זקנתי,
איך האב ב"ה אדורך געלעבט יונגע יארן און אויך עלטערע.
איך האב ב"ה קינדער
וואס אלע האבן אדורך געגאנגען יארן אין בית ספר און געווען וואס האבן געהאט שוועריקייטן
אויך ברידער מיט שוועסטער וואס אויך געווען וואס געווען צייטן וואס עס איז נישט געווען גרינג.

האב איך אדער איינער ארום מיר געטראכט אז דער דרך איז געבן פעטש?
חס ושלום.
ווען עס קומט צו אייגנס פארגעסט מען?
פארגעסט מען וואס? אז מען איז א בן אדם ? א איד ?

נישט קיין ספק האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 11:22 pm
בניהו האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 11:21 pm
מ'דארף נעמען די עדיטאריעל פון יואל לאנדאו די וואך אין שטענדערל און עס פרעימען אין א יעדע קלאס צימער ווי אידישע קינדער לערנען.

אזאנע מאכטפולע שורות.
וואס ברענגט ער ארויס?
חיזוק פאר א קינד וואס האט אריינגערופן צום האטליין אז ער ווערט שרעקליך גערודפט אין חדר צוליב איבערוואגיגקייט.
אני הוא הנער, נער המדבר
רפרם גרינפעלד
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2024 6:22 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפרם גרינפעלד »

zugurnish האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 11:23 pm
נער הייתי וכמעט זקנתי,
איך האב ב"ה אדורך געלעבט יונגע יארן און אויך עלטערע.
איך האב ב"ה קינדער
וואס אלע האבן אדורך געגאנגען יארן אין בית ספר און געווען וואס האבן געהאט שוועריקייטן
אויך ברידער מיט שוועסטער וואס אויך געווען וואס געווען צייטן וואס עס איז נישט געווען גרינג.

האב איך אדער איינער ארום מיר געטראכט אז דער דרך איז געבן פעטש?
חס ושלום.
ווען עס קומט צו אייגנס פארגעסט מען?
פארגעסט מען וואס? אז מען איז א בן אדם ? א איד ?
יא אויב רעדט מען נאך מיט לאגיק איז עס א סימן אז סאיז נישט אייגנס, ווי רבי שלום'ס מעשה לויטעט

"מאיר'ל ס'וועט גוט זיין"....
אוועטאר
נישט קיין ספק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 9:01 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט קיין ספק »

zugurnish האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 11:23 pm
נער הייתי וכמעט זקנתי,
איך האב ב"ה אדורך געלעבט יונגע יארן און אויך עלטערע.
איך האב ב"ה קינדער
וואס אלע האבן אדורך געגאנגען יארן אין בית ספר און געווען וואס האבן געהאט שוועריקייטן
אויך ברידער מיט שוועסטער וואס אויך געווען וואס געווען צייטן וואס עס איז נישט געווען גרינג.

האב איך אדער איינער ארום מיר געטראכט אז דער דרך איז געבן פעטש?
חס ושלום.
ווען עס קומט צו אייגנס פארגעסט מען?
פארגעסט מען וואס? אז מען איז א בן אדם ? א איד ?
ליססען אסאך מאל דארף מען מקיים זיין די מצוה פון הבא לרדפך השכם לרודפו, און א בור ברשות הרבים דארף מען פארשטאפן ביי קראאק אר ביי האאק, מען פראבירט מיט שיינעם און טאמער עס ארבעט נישט דארף מען העלפן די אייגענע קינדער מיט אנדערע קינדער, און טוען וואס רייט טו דאך, און זיך נישט לאזן פונעם יצה״ר וואס זאגט אז מען זאל לאזן דעם בור ברה״ר. אקעי נעם עס אריין אין קאפ.
100% זיכער נישט קיין שום ספק
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3838
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

בפירוש נישט. איך נעם עס נישט אריין אין קאפ.
לא זו הדרך!
א איד פירט נישט אזוי.
און אויב דו בארעכטיגס דיין געבן קלעפ,
וועט דער בולי בארעכטיגן זיין רדיפות.
איז וועט מען לעבן אין א ג'ונגל וואס כל דאלים גבר?
אותות ומופתים
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:24 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אותות ומופתים »

נישט דורכגעליינט די גאנצע אשכול.

דאס איז פשוט אז געבן פעטש פאר יענעם'ס קינד איז נישט רעקאמענדירט. (מען קען אריינגיין אין די הלכה און אין פריערדיגע מובאות וואס מען קען אפשר יא טרעפן אזוינס, אבער פראקטיש גערעדט היינט צוטאגס איז דאס נישט שייך).

וואס יא? דאס קינד אליינס קען מען און מען דארף אויסלערנען צו האבן א שטיקל רוקנביין, נישט זיין א שיפעלע זיבעלע נאר באשטיין אויף זיין שטעטל. אז דאס קינד וועט צומאל פילן אז עס פעלט אויס צו געבן א פאטש, איז אויך נישט עק וועלט. העכסטנס וועט אים דער טאטע געבן א חינוך דרשה אז עס איז נישט גוט און נישט שיין און לא זו הדרך (אבער צווישן אונז גערעדט, צומאל איז דאס יא דער דרך וואס פעלט זיך אויס לפי הצורך). ספעציעל און בפרט אויב די בולי'אינג גייט אריבער צו פיזישע שלעגערייען. מען קען אפילו אויסלערנען אזא קינד אביסל פראפעסיאנאלע פייטינג מעטאדן, אבער עס ווענדט זיך שטארק אין די עיזש און שארפקייט פונעם קינד וואס דארף קענען מבחין זיין ווען און וויאזוי דאס צו נוצן, ווייל סתם פאר יעדן טאגיקע געשעענישן איז דאס נישט דער וועג כמובן.

די שאלה איז אויך וויאזוי דער קינד איז מיט די איבריגע קינדער / חברים אויפן בלאק, האט ער עלטערע (אדער אפילו יונגערע) געשוויסטער וואס קענען זיך אננעמען פאר אים? א.א.וו.

אויב האט מען נאכנישט געקויפט א הויז און מען פלאנט שוין צו מופן בקרוב - צומאל לוינט זיך צו קויפן אין א שטילערע געגנט מיט ווייניגער קינדער, אין אזאלכע פלעצער איז יעדע אינדיווידואלע קינד מער חשוב און וויכטיג פאר די בלאק שפילערייען ממילא קען אזא קינד האבן מער הצלחה.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מדי דברי האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 10:42 pm
Kosher Travel האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 9:54 pm
מדי דברי האט געשריבן:

מ'דארף נישט טרעפן א היתר אויף א היתר, ס'איז נישט קיין ענין צו באשאפן איסורים קעגן אלע אידן.
אנטשולדיגט, שלאגן איז א איסור חמור.
מ'דארף אפשר אויך פרעגן א רב פאר מ'קומט ארויס קעגן כלל ישראל דרכי חינוך.
קיינמאל נישט געהערט א כלל ישראל האט א דרך חינוך פון פראסקענען יענעמס קינדער.

חוץ מזה, יעדע זאך וואס מ'טוט אנשטאט שלאגן, איז הונדער מאל ערגער, צעברעכנט, צעקלאפט, און לאזט איבער לייוו דעמעדזשעס, שלאגן איז געווענליך די געזונטסטע מעטאד אנע דעמעדזש,נישט אומזיסט האט דער אייבערשטער דאס אזוי אריינגעלייגט אין די בריאה אז ס'איז נישטא קיין מציאות צו מאכן א קינד נארמאל אן דעם, די אלע וואס קומען אן מיט נייע איסורים קעגן די גאנצע וועלט ביז היינט, עסן נאר די פירות דערפון.
איך ווייס נישט ווי אנהייבן. איך וועל שווייגן.
צו שפעט, ווען דו שווייגסט אביסל פריער, וואלט בעסער געווען, וואלטן אידן נישט געדארפט הערן די אלע מאדערנע שיטות פון נישט שלאגן קינדער..
ביסט א פשוטער טראל. זאגסט זאכן וואס איך האב קיינמאל נישט געזאגט. איך האב פשוט געשריבן אז מען טאר נישט שלאגן יענעמס קינדער. בכלל אז א חידוש וואס איר שרייבט אז "נישט אומזיסט האט דער אייבערשטער דאס אזוי אריינגעלייגט אין די בריאה אז ס'איז נישטא קיין מציאות צו מאכן א קינד נארמאל אן דעם". מען האט אייביג געוויסט פון שמאל דוחה. גיטע מחנכים האבן אייביג געוויסט אז מען דארף אסאך מער די ימין מקרבת. ווער רעדט נאך פון אלע מעשיות ווי גדולים האבן איבער געבעטן קינדער וואס זיי האבן בטעות וויי געטוהן. ביז די וואך פרייטאג האב איך נישט געוויסט דערפון אז מען מעג, און מען דארף גאר געבן פעטש פאר אנדערע קינדער. און עס איז גאר א מצוה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מדי דברי האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2024 10:43 pm
פראפעסאר האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 5:05 pm
@Kosher Travel יעצט פארשטיי איך די גאנצע שיטה דיינע.. האסט פשוט געהאט א אייגענע מעשה..
ווען דיין קינד וואלט געווארן געבוליט וואלסטו אוודאי געשריגן אז עס איז א מצווה צו שלאגן יענעמ'ס קינד..
ס'גייט בעצם ווייטער, סך הכל האט ער געבוליט יענעם אינגערמאן ודוק
איך הייב אן טראכטן אז איר זענט יענע אינגערמאן.
דאס אז דער אינגערמאן פראסקעט, דאס פאשטייט איר.
דער אינגערמאן פראסקעט נישט דאס ערשטע מאל.
דאס אז דער אינגערמאן שרייט אן א צווייטע טאטע וואס פלאגט זיך נעבעך מיט א נישט געזונט קינד, און מאכט אויף אים קולות, איז אים מבייש ברבים, דאס איז אויך פיין. נאר דאס געבן פעטש פאר א קינד וואס האט שוין נישט אויסגעהאלטן ווי דער אינגערמאן איז א בולי, און דער בולי, דער אינגערמאן, האט געהאלטן אז די קינד וואס האבן אים געזאגט שריי נישט אויף אים, פריי דיך אז די האסט נישט א קינד, דאס איז נארמאל אז דער בולי, דער אינגערמאן האט אים אראפגעלאז צוויי פראסקעס, אבער נישט סתם, נאר ווי עס דארף צו זיין. און פשוט ווייל עס איז חינוך. זייט נישט מחנך יענעמס קינדער. און פראסקעט נישט יענעמס קינדער.
איך האב נישט קיין ווערטער...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
מדי דברי
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 14, 2016 5:22 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מדי דברי »

ביסט שרעקליך צעווילדעוועט. אלע דיינע תגובות הייבן זיך אן מיט פערזענליכע אטאקעס, אונאה אפילו פריוואט איז גראדע יא א לאו דאורייתא..
איך האב עניוועי נישט יעצט די מח זיך מטפל זיין מיט דיר, ווען לבן של ישראל נסתלק.
בכלל האב איך געזען אין אנדערע שלאגן דעבאטע אשכול ווי דו האסט א גאנצע מערכה אויסצורייסן אונזער הייליגע דרכים פון חינוך מכל הדורות, געבויעט אויף גדולי זמננו ווי wאלבה און טאלנא... סאו דאס איז א גאנצע שיטה אויסצורייסן אונזער דרך, איך וואלט מיט אזא איינעם קיינמאל נישט אנגעהויבן, ווייל חז"ל אסרן.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע:Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מדי דברי האט געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2024 12:50 am
ביסט שרעקליך צעווילדעוועט. אלע דיינע תגובות הייבן זיך אן מיט פערזענליכע אטאקעס, אונאה אפילו פריוואט איז גראדע יא א לאו דאורייתא..
איך האב עניוועי נישט יעצט די מח זיך מטפל זיין מיט דיר, ווען לבן של ישראל נסתלק.
בכלל האב איך געזען אין אנדערע שלאגן דעבאטע אשכול ווי דו האסט א גאנצע מערכה אויסצורייסן אונזער הייליגע דרכים פון חינוך מכל הדורות, געבויעט אויף גדולי זמננו ווי wאלבה און טאלנא... סאו דאס איז א גאנצע שיטה אויסצורייסן אונזער דרך, איך וואלט מיט אזא איינעם קיינמאל נישט אנגעהויבן, ווייל חז"ל אסרן.
איך וואלט זייער געוואלט האבן מיט אייך א נארמאל און ריספעקטפול דעבאטא. אבער אויב ווילט איר ווייטער זאגן זאכן וואס איך האב נישט געזאגט, דאן הייבט טאקע נישט אן און לאז לעבן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
===>>> מיר מוזן העלפן דעם אינגערמאן! <<<===
אוועטאר
ענדיג
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 07, 2024 5:35 am

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדיג »

א 12 יעריגס האט זיך פארלייגט אויף מיין 5 יעריגס, און נישט געסטאפט בוליען.
איך האב עם איינמאל געטראפן אין א צימער אליינס, און כ'האב עם געזאגט אזוי: נאך איין מאל דו קוקסט אפי' אויף מיין זון, רוף איך רייט עוועי דיין טאטע, מאמע, זיידע, באבע, מנהל, און מלמדים. אויב דאס גייט נישט העלפן, און דו גייסט נאכאמאל קוקן אויף מיין זון, גיי איך דיר בינדן הענט און פיס, און דיר אזוי אנהאקן דיינע ביינער אז דו וועסט פארגעסן דיין נאמען. געדענק גוט.
ווי פארשטענדליך אז ס'פארטיג ב"ה.
ענדיג שטופן, כלו כל הקיצין
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6875
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

מורי ורבותי.

אויב האט איר א קינד וואס ווערט גערודפט אדער אויב אייער קינד חלילה איז גאר דער רודף דארפט איר נוצן יעדע אפעקטיווע מיטל וואס קען מאכן אז די סיטואציע בייט זיך, נאטינג איז אףף די טעיבל.

רעדן שיין, סטראשען, שלאגן, מסר'ן, אלעס קען ארבעטן ווענדט זיך לפי המקום והזמן ולפי המבייש והמתבייש.

שווייגן איז קיין אפציע, און סטאטוס קווא איז נישט אקצעפטירבאר פאר קיין איין רגע נישט.

צינד אייך אן די הרגשים אויף א הויכע געזונטע נאטורליכע שטאפל אבער נוצט אביסל שכל אז די הרגשים זאלן נישט פארערגערן די סיטואציע.

און ווי ביי יעדע זאך, דארף מען תפלה וסייעתא דשמיא ס'זאל ארויסקומען די תכלית הנרצה.
אוועטאר
רינגל
שר חמש מאות
תגובות: 926
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אפריל 25, 2014 2:05 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינגל »

Letshelpothers האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 5:08 pm
קודם כל איך פארשטיי עס איז מויאראידיג שווער צו צוזען אזא זאך.

עס מאכט אייער בליט קאכען.

נעם א טיפע אטעם אין טוה גארנישט מיט כעס. ווייל עס גייט נאר צוריקומען. נישט שרייען אויף עלטערן אין זיכער נישט אויף די קינד.

איר זאגט אז איר האט גערעדט צו די טאטע.
די וועג צו רעדען צו עלטערן איז נישט דורך שרייען אין קומען זאגען די קינד איז א באלי.
אז די ביזט צו אין כעס זאל די ווייב רעדען.
גיי זייער שיין צו צו די טאטע אין זאג עם זיין זין איז א געשמאק קינד. מיין קינד וויל אזוי שטארק שפילען מיט עם אבער עפעס טשעפענען עם די קינדער. אפשר קענט איר רעדען צו אייער קינד ער זאל אריין נעמען מיין קינד אין די גרופ.

איך גאראנטי אייך ווען איר וועט רעדען מיט רעספעקט אן קיין בלעימינג אין זלזול אויף קיינעם. וועלן די עלטערן קעיר נעמען.

בדדי הוא עובדא געווען א קינד אויף מיין בלאק וואס מיינע קינדער מיט נאך האבען ע״פ געטשעפעט. (גראדע ווייל די קינד האט קיינמאל נישט געוואלט שעירין זיינע זאכען)
די טאטע איז געקומען אין געזעצט אויף מיין טיר שבת נאכמיטאג. שרייען די שלאפסט ווען דיינע קינדער טשעפענען. די מיינסט דאס האט אויפגעטוהן? רויאיג רבי יוד איר קענט רעדען צו מיר ווי א מענטש.

אפאר טאג שפעטער איז ער צוריק געקומען רעדען ווי א מענטש. אין געס וואט. איך האב גערעדט מיט די קינדער. אין אליינס ארויס געגאנגען זיכער מאכען אז משפילט זיך מיט עם. והכול על מקומי יבא בשלום.

נישט אלעס מיינט בוליען הער אויף שרייען אין בלעימען בעפאר איר האט גערעדט מיט די עלטערן מיט רעספעקט.
פיינע נייעס דער שכן דיינער
הויז גרין
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 12:10 am
לאקאציע:גרינע הויז

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויז גרין »

Kosher Travel האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:18 pm
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:02 pm
קואשער טרעוועל.

שלאגן א צווייטן איד (נישט קיין חילוק די עידזש) פאר זעלבסט דעפענס איז ערגער ווי מסר'ן יענים פאר סעלף דעפענס?

סטראשען צו שלאגן א צווייטן איד (נישט קיין חילוק די עידזש) פאר זעלבסט דעפענס איז ערגער ווי סטראשען צו מסר'ן א צווייטע איד פאר סעלף דעפענס?

וויאזוי שאצט מען וואס איז ערגער און ווען?

ביטע גיבט עס איבער פאר אונז מיט קלארקייט.
אויב ווילסטו נאר ליינען א חלק פון וואס איך האב געשריבן, דאן האב א גיטע שבת. איך גיי נישט גיין אין סורקולס דא.
יחזקאל שמש דערציילט אין א רעקארדירונג אז ווען די רבי זי"ע האט אים צוגעשטיפט צו ווערן שמש האט ער געוואלט אפזאגן. איינער פון די סיבות איז געווען ווייל ער וויל זיך נישט קריגן מיט די קינדער...ווייסט וואס די רבי האט אים געענטפערט?
"אז א אינגל פאלגט נישט גיב אים שלעק"
איך מיין די אז די רבי איז נאך געווען אזא רחמן און נאך אזוי גוט געקענט הלכות...
גוט שבת
פאר'ן מחליט זיין אז דו מוזט גיין צו גייסטישע הילף. מאך זיכער אז דו ביסט זאט (אבער נישט אנגעגעסן און אראפגעשלעפט) אויסגעשלאפן און אויסגערוהט מיט א קלארע מוח. אפשר וועגן דעם ביסטו געווען נערוועז?
Rabbi Chaim
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 04, 2024 3:30 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rabbi Chaim »

הויז גרין האט געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 10:57 pm
Kosher Travel האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:18 pm
פראקטיש האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 6:02 pm
קואשער טרעוועל.

שלאגן א צווייטן איד (נישט קיין חילוק די עידזש) פאר זעלבסט דעפענס איז ערגער ווי מסר'ן יענים פאר סעלף דעפענס?

סטראשען צו שלאגן א צווייטן איד (נישט קיין חילוק די עידזש) פאר זעלבסט דעפענס איז ערגער ווי סטראשען צו מסר'ן א צווייטע איד פאר סעלף דעפענס?

וויאזוי שאצט מען וואס איז ערגער און ווען?

ביטע גיבט עס איבער פאר אונז מיט קלארקייט.
אויב ווילסטו נאר ליינען א חלק פון וואס איך האב געשריבן, דאן האב א גיטע שבת. איך גיי נישט גיין אין סורקולס דא.
יחזקאל שמש דערציילט אין א רעקארדירונג אז ווען די רבי זי"ע האט אים צוגעשטיפט צו ווערן שמש האט ער געוואלט אפזאגן. איינער פון די סיבות איז געווען ווייל ער וויל זיך נישט קריגן מיט די קינדער...ווייסט וואס די רבי האט אים געענטפערט?
"אז א אינגל פאלגט נישט גיב אים שלעק"
איך מיין די אז די רבי איז נאך געווען אזא רחמן און נאך אזוי גוט געקענט הלכות...
גוט שבת
שכח. גוטע עובדה
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע:אין דארף

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלה »

מים שלנו האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 3:09 pm
Rabbi Chaim Tzvi Yakob
Keiravtuni 9: Self Confidence / וויאזוי געב איך דאס אריין אין מיינע קינדער און נאנטע / Preventing Bullying

TorahAnytime Links
🎥Video https://MyTAT.me/v76236
🎤Audio https://MyTAT.me/a76236

☎️Dial In (718)-298-2077
Press 976236#

👀More from Rabbi Chaim Tzvi Yakob
https://MyTAT.me/s1264

➡️Please Share
גאר א שטארקע דרשה.
זייצפריילעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 08, 2022 2:02 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייצפריילעך »

bullying is in most cases the victim's fault
teach your child to be strong so the bully should realize that he has the wrong address
teach your child not to get intimidated, don't be afraid to talk
your child can call the bully's father
ס֥וֹף דָּבָ֖ר הַכֹּ֣ל נִשְׁמָ֑ע אֶת־הָֽאֱ' יְרָא֙ וְאֶת־מִצְוֹתָ֣יו שְׁמ֔וֹר כִּי־זֶ֖ה כָּל־הָֽאָדָֽם
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6875
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

זייצפריילעך האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 2:28 am
bullying is in most cases the victim's fault
teach your child to be strong so the bully should realize that he has the wrong address
teach your child not to get intimidated, don't be afraid to talk
your child can call the bully's father
The victims fault is a harsh statement.

דו מיינסט צו זאגן אז זיינע נאטורן מאכן אים געאייגנט צו ווערן פובליק פראפערטי און ווען ער נעמט זיך ווען אן פאר זיינע רעכטן וואלט זיך די מצב געטוישט.

אמת ויציב אָבער צו זאָגן פאר א געבוליטער "דו ביזט שולדיג" קען זיין געפארפול, דאס איז וויקטים בלעימינג.

ער דארף צו וויסן אז דער בולי איז א אומגעעטרעינטע חיה פון וואס מ'וועט קער נעמען.

און צוגאב דארף מען אים טרעינען וויאזוי א טויש איז זיין אייגענע התנהגות וועט גאנץ שנעל מעלדן די בוליס אז ס'איז צייט פאר רעקאלקולאציע און גיין זוכן א צווייטע קרבן אדער אויפגעבן דעם פאסטן כל כולו.
שפאניע
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:22 pm

Re: שכנים בוליען מיין קינד; ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאניע »

שלאגן א צווייטעמס קינד איז פשוט אז סאיז אסור ע"פ תוה"ק, עס איז די זעלבע איסור ווי שלאגן א צווייטען יוד, אויפהייבן א האנט וכו', די תורה הקדושה רופט אהן מיטן טיטל "רשע" אויף דער וואס הייבט אויף א האנט אויף א צווייטען. (ויאמר לרשע למה תכה רעיך)
סאיז באקאנט די מעשה פונעם חידושי הרי"מ דאכסע מיר וואס האט נישט געוואלט מצרף זיין צו מנין זיין גבאי וואס האט דערלאנגט א פראסק פאר א צווייטען כדי צו מאכן סדר.

וואס מדארף טיען איז רעדן מיט די עלטערן אדער מחנכים פונעם קינד, אין אויב העלפט נישט קען מען זיי סטרשענען און ווארענען, די זעלבע פארשטייט זיך קען מען פראבירן רעדן שטארק צום קינד אויך
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”