איך האף איר זענט נישט קיין מלמד, און אויך נישט מיין שכן. עס איז א איסור גמור מן התורה צו שלאגן יענעמס קינדער. איר זענט נישט מחויב זיי צו מחנך זיין. א טאטע איז מחויב, נישט א שכן וואס מיינט ער פארשטייט צו יענעמס קינדער.
איך וויל נישט מען זאל שלעכט אויסטייטשן מיינע ווערטער. בוליס מוז מען סטאפען!נאך דערצו אויב זייערע עלטערן מאכן זיך נישט וויסענדטג. און shame on them! די עלטערן וואס טוען גארנישט ווען זייערע קינדער זענען בוליס, זענען אליינס בוליס! ווי אויך עס איז דא קינדער וואס דרייען זיך ארום און טערארזירן אלע שכינים, קינדער וואס שבת ווען דער טאטע דאווענט, טעראריזן זיי די גאנצע שכונה ארום. מען דארף די טאטעס גוט אויספראקען. איך באציה זיך נאר צום חלק פון שלאגן יענעמס קינדער, ספעציעל די מענטשען וואס פארשטייען זייער גוט צו יענעמס קינדער און ווילען מחנך זיין די וועלט.
איך האב א ידיד וואס האט א קינד מיט פראבלעמען. איך גיי נישט ארויסשרייבן זיין "דייעגנאוז" דא ברבים. ער דאווענט נאר אין א קליינע לאקאלע שוהל. אבער זיין רבי מיט די חבירים זאגן אים כסדר אז מיר ווילען אייך זען דא אין ביהמ"ד הגדול. נו... איז ער געקומען א פרייטאג נאכט אין שוהל, און זיין אינגעל איז געקראכן אביסעל אויף די בענק אין די back פון די שוהל... נו... ידידינו וואס וויל מחנך זיין די וועלט, די מענטשען וואס שטעלן זיך אויף די מעריב זייט און שרייען העכער פון די בעל תפילה... די וואס פארשטייען... ער מאכט קולות אויפן קינד... דאס קינד לאכט, נעמט ער זיך שרייען אויפן טאטען, אז די קענסט נישט אכטוג געבען אויף דיינע קינדער, ברענג זיי נישט אין שוהל... דער טאטע שווייגט. אבער דער בעל מחנך לאזט נישט נאך! מיין אייגן אינגל, וואס איז דאן געווען בערך 12 יאר (היינט איז ער שוין אליינס א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער), האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, און ער זאגט פארן בעל מחנך נפלא, פריי דיך אז די האסט נישט אזא קינד, שריי נישט אויף זיין טאטע. וואס האט דער רייש, שיען, .... למה תכה ריעיך געטוהן? אראפגעלאזט 2 קלינגעדיגע פראסקעס פאר מיין זוהן. אבער נישט סתם, נאר ווי עס דארף צו זיין. איך האב געזאגט פארן טאטען, גיי שנעל אהיים מאכן קידוש פאר דיין משפחה, ווייל איך גיי נאכן דאווענען אין פאליס סטעישען מאכן א פאליס ריפארט, און מען גייט דיך קומען אויפיקען... ער לאכט. זאג איך אים, עס איז קיין וויץ. פליעז, לויף אהיים און מאך קידוש פאר דיין משפחה... בקיצור נמרץ... די רבי'ס גבאי, די עסקנים, זיי שלעפען מיך ארויס פון ביהמ"ד און פארפירן, אזוי טוט מען? מען איז א מסור? זאג איך, און אזוי טוט מען? אזוי צו פארשעמען איד וואס האט א נישט געזונט קינד? אזוי אנפראסקענען מיין קינד, וואס איז א גאסט דא? (איך בין געקומען פון מאנסי). זאגן זיי ביסט גערעכט, אבער מען מסר'ט נישט. זאג איך, come on, עטץ קענסט מיך. איך וואלט ח"ו דאס געטוהן? אבער ער זאל נישט שלאגן!