אייועלט "סייענטיפישע" אנקעטע אויף די פרעזידענטליכע וואלן
אייוועלט מיט אנקעטעס גייען האנט אין האנט, אבער די אומקראנטקייט פון אנליין אנקעטעס (אין וואס יעדער קען אנטייל נעמען לויט זיין באגער) איז זייער באקאנט
די ריכטיגע וועג פון מאכן אנקעטעס איז צו אפראוטשען א רענדאם סעמפל פון די קרייז וועמען מ'וויל אויספרעגן, אזוי קען מען ארויסבאקומען בערך וואו די קרייז שטייט
לכבוד די קומענדיגע וואלן טו איך בעז"ה לאונטשן א סייענטיפישע אייוועלט אנקעטע, אונז וועלמיר אויספרעגן א רענדאם סעמפל פון אייוועלט ניקס אין אישי, און דא פארענטליכן די רעזולטאטן פון די אנקעטע
(עפעס געדענק איך אז אין 2020 איז געווען אזא אנקעטע ממש פאר די וואלן, איך קען אבער נישט טרעפן די אשכול וואו מרעדט דערפון אויב איינער ווייסט קען ער עס צולינקן)
איך גיי ח"ו נישט פארעפנטליכן ווער סהאט אנטייל גענומען און וויאזוי זיי האבן געענטפערט, נאר די צאל אנטיילנעמער אין וויזוי די ענטפערס זענען געווען
איידער איך שיק ארויס די אנקעטע וועל איך דא שרייבן וואס די פראגעס גייען זיין, און ביטע קאמענטירן אויב ס'איז גוט אדער מדארף עפעס צולייגן אדער אראפנעמען

האט געשריבן:1. האט איר געשטימט אין די 2020 אמעריקאנער פרעזידענט וואלן?
1 - יא, פאר טראמפ
2- יא, פאר ביידען
3 - יא, פאר אן אנדערן/רייט אין
4 - ניין
2. גייט איר שטימען אין די 2024 אמעריקאנער פרעזידענט וואלן?
1 - זיכער יא
2 - ווארשיינליך יא
3 - מעגליך
4 - ווארשיינליך נישט
5 - זיכער נישט
3. אויב די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן וואלטן היינט פארגעקומען און איר וואלט אנטייל גענומען, פארוועם וואלט איר געשטימט?
1 - פאר העריס
2 - פאר טראמפ
3 - פאר אן אנדערן/רייט אין
4 - איך בין נישט זיכער
(די פראגן פון דא אין ווייטער זענען געמאכט אז מ'זאל קענען אפוועגן די רעזולטאטן לויט די דעמגראפישע שטריכן פונעם ציבור. אזויווי די פראגן זענען מער פרעזענליך פילט פריי עס נישט צו ענטפערן און שיקט בלויז אייערע ענטפערס אויף די ערשטע דריי פראגן)
4. אין וועלכע געגנט וואוינט איר?
(ביטע ארויסשרייבן)
5. וועלכע היט טראגט איר אינדערוואכן?
1 - א הויכע ביבער היט
2 - א פלאכע ביבער היט
3 - א שטאפן היט
4 - א געבויגענע היט
5 - עפעס אנדערש
***איך טו אייך פארזיכערן אז אייערע ענטפערס (אדער אז איר האט בכלל געענטפערט) בלייבט פריוואט, איך גיי בלויז פארעפנטליכן וויפיל ניקס סהאבן אנטייל גענומען אין די אויספרעג און וויזוי די ענטפערס זענען געווען***
איינער וואס האלט אז די יעצטיגע עקאנאמי איז שלעכט ווייל אסאך מענטשן האלטן אזוי, אבער האלט אויך אז טראמפ איז פיינע נייעס כאטש רוב מענטשן האלטן אז ער איז א חורבן, איז אביסל...