הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

ס'איז אלעס גוט און וואויל...
יא סדר נישט סדר...
אבער וואס לערנען מיר זיך אפ פונעם רבי'ן?
קומטס ארויף מיט זכרונות, עובדות, מופתים, הנהגות, ווערטער, למען יעמדו ימים רבים!
אדם אשר
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 23, 2023 11:41 am
לאקאציע:1533 48th St, Brooklyn, NY

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם אשר »

צדיק נשגב זי״ע!!
כפשוטו
אקדמות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 03, 2022 3:56 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקדמות »

שמירת עינים!!
(תושבי מאנטריאל האבן גאר אסאך צו דערציילן וועגן דעם)
שמאי והלל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:05 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאי והלל »

די מעשה וואס די איידעם הרב בעק האט פארציילט ביים לווייה איז א מוראדיגע מעשה!
ווי ווייט די רבי זצוק"ל האט זיך מוסר נפש געווען אויף די כזיתים מצה כאטש די שווערע יסורים
Ozd
שר חמש מאות
תגובות: 780
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ozd »

כ'האב געזעהן - עטליכע וואכן צוריק - אז ער דעקט צו דעם סידור מיט א נעפקין ווען ער איז געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה, כאטש ער איז געשטאנען ממש דארט.
א טאג נישט געמעקט, איז א טאג נישט געשריבן.
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

געדענק איך אין אנפאנג ביים איבער נעמען האט ער זיך געגרייט צו יעדע סנדקאות ברית מיט א מורא’דיגע ערנסט’קייט,
געזאגט תפילות אין שטארק פארארבעט,
ממש ס’האט מיר איינמאל מעורר געווען לידי בכי’...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
ריחיים של יד
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 08, 2024 5:33 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריחיים של יד »

Ozd האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:27 am
כ'האב געזעהן - עטליכע וואכן צוריק - אז ער דעקט צו דעם סידור מיט א נעפקין ווען ער איז געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה, כאטש ער איז געשטאנען ממש דארט.
אויך ביים זיך אויפשטעלן טאנצן 'וביום השבת' ביים טיש פרייטיג צו נאכטס האט ער צוגעדעקט די זמירות
הרים סביב
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 5:14 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרים סביב »

אפאר קרישקעלעך וואס כ'האב באמערקט זייענדיג אמאל ביי א טיש

דאס אויפשטיין פאר יעדעס איש מכובד אדער עלטערע איד ביים טיש

ווי נאר ער האט באמערקט עפעס א איד מיט א ווייסע בארד ביים טיש האט ער שוין געשיקט אז מ'זאל עם אוועקזעצן

נאך'ן מכבד זיין איינעם מיט א ניגון, ווען מ'האט גענדיגט זינגען האט געזאגט פאר יענעם 'יישר כח' ווי גלייך יענער האט עם ארויסגהאלפן...

--
איך האב נאכנישט געטראפן די געהעריגע אשכול וואס מ'רעדט וועגן דעם לעבן און שאפן, סיפורים און גוטע ווערטער פון דעם צדיק זי"ע
מיין מחשבה
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 07, 2022 1:45 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיין מחשבה »

ריחיים של יד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 2:34 am
Ozd האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:27 am
כ'האב געזעהן - עטליכע וואכן צוריק - אז ער דעקט צו דעם סידור מיט א נעפקין ווען ער איז געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה, כאטש ער איז געשטאנען ממש דארט.
אויך ביים זיך אויפשטעלן טאנצן 'וביום השבת' ביים טיש פרייטיג צו נאכטס האט ער צוגעדעקט די זמירות
יא, די הנהגה פונעם רבי'ן האב איך אסאך אויפגעפאסט, דאס איז געווען סיי ביים זיך א משהו אוועקדרייען ווי ביים גיין פתיחה וכו' און סיי ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן וכו', אלעמאל געלייגט א נעפקין אויפן סידור\זמירות.

ס'מיר אלעמאל געווען א חידוש ווי שטארק ער איז מקפיד דערויף
שאול ידידיה
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 3:18 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאול ידידיה »

מיין מחשבה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 11:55 am
ריחיים של יד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 2:34 am
Ozd האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:27 am
כ'האב געזעהן - עטליכע וואכן צוריק - אז ער דעקט צו דעם סידור מיט א נעפקין ווען ער איז געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה, כאטש ער איז געשטאנען ממש דארט.
אויך ביים זיך אויפשטעלן טאנצן 'וביום השבת' ביים טיש פרייטיג צו נאכטס האט ער צוגעדעקט די זמירות
יא, די הנהגה פונעם רבי'ן האב איך אסאך אויפגעפאסט, דאס איז געווען סיי ביים זיך א משהו אוועקדרייען ווי ביים גיין פתיחה וכו' און סיי ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן וכו', אלעמאל געלייגט א נעפקין אויפן סידור\זמירות.

ס'מיר אלעמאל געווען א חידוש ווי שטארק ער איז מקפיד דערויף
די הנהגה טובה קומט נאך פון זיין הייליגן פאטער זי''ע
abeg
שר שמונת אלפים
תגובות: 8211
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

Ozd האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:27 am
כ'האב געזעהן - עטליכע וואכן צוריק - אז ער דעקט צו דעם סידור מיט א נעפקין ווען ער איז געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה, כאטש ער איז געשטאנען ממש דארט.
אױך האט ער געטאהן א פשטע עצה צי געדענקען יעלה ויבא אדער על הנסים וכו׳ אז פאר שמו״ע האט ער געלײגט א נעפקין בײם בלאט פין יעלה ויבא
איך בין אײביג אױף די זעלבע Page װי אײך,אמאל אױף די זעלבע זײט פון די Page אין אמאל אױף די אנדערע זײט פונעם Page
ווילי בחור
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 05, 2021 1:14 am

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילי בחור »

abeg האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:07 pm
Ozd האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:27 am
כ'האב געזעהן - עטליכע וואכן צוריק - אז ער דעקט צו דעם סידור מיט א נעפקין ווען ער איז געגאנגען פתיחה, הוצאה והכנסה, כאטש ער איז געשטאנען ממש דארט.
אױך האט ער געטאהן א פשטע עצה צי געדענקען יעלה ויבא אדער על הנסים וכו׳ אז פאר שמו״ע האט ער געלײגט א נעפקין בײם בלאט פין יעלה ויבא
אוי האסטו מיר אויפגעברענט יעצט א פרישע טרער אויף די אבידה....
פשוט זיך דערמאנעדיג די נאטורליכקייט, ארגינעלקייט פון דעם ערליכן איד, עפעס ואוס מ'טרעפט נישט אזוי ביי אידן וואס טראגן טיטלן ווי רב, אדמו"ר וכו' וכו' און ווערן נאכגעקוקט אויף טריט און שריט
כ'מיין נישט דוקא די הנהגה פון די נעפקין ס'איז די גאנצע וועזן
אוי אוי


אגב האסטו מיר דערמאנט וואס בעיני ראיתי ביי כ"ק ראב"ד סאטמאר זצ"ל ווי ער ציילט מיט די פינגער ביים פארזאגן די זיבן מאל ה' מלך אדער עפעס ענליכס (כדענק עס קלאר זעהן אבער דענק נישט וועלכע מעמד) (מסתמא ביי נעילה אין איינע פון די לעצטערע יארן, אבער נישט זיכער) און ער האט דאס געטון בתוך כל הברע"ן, און נישט קיין חילוק אז מ'זעהט
אוי ווי נעמט די ערליכע נאטורליכע יראי השם (אפי' ווען זיי האבן געטראגן טיטליך אויף זיך וכנ"ל)
שוין זאלן זיי אלע זיין גוטע בעטער'ס
זי"ע
אוועטאר
גראַדע
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 08, 2022 4:54 pm
לאקאציע:משה זוכמעך

Re: הדבק במידותיו - הרה"ק מסקולען זצוק"ל - ה' אלול תשפ"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראַדע »

זיין אהבת ישראל פאר יעדן איד

איידל - צוגעלאזן - ענווה - פשטות
מ'קען זיך טענה'ן, ביזילאנג מ'פארדרייט נישט די פאקטן..
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”