Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל
סבארירט די נשמה
ברענג נאך איך טרינק איעדעס ווארט.
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
בני ישראל האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:28 pmבעיקר די חסד לאברהם און מירון וואס ער האט דעמאץ צרוק געפענט (די מירון חלק איז געווען פארמאכט פאר א תקופה) און די רבי האט זיך אונטערגענומען פאר זיין רפואה צו עס צרוק עפענעןזיי פריילאך האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:19 pmיא יא, איך געדענק אז ס'איז געווען זייער מפורסם די נסיעה, און אז בעיקר איז עס געווען וועגן חסד לאברהם.ואתם הדבקים האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 5:11 pmיא געווען ל׳׳ג בעומר די יאר פאר ער איז געווארן רבי דאכט זיךייחוס זוכער האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 4:00 pmאיז דער סקולענער רבי געווען אין א"י נאך וואס ער איז נישט געווען געזונט תשע"ב? אויב יא, ווי איז ער איינגעשטאנען? און אין וועלכע שטאט ?
ער האט דעמאלטס באזוכט און אלע אפטיילונגען פון חסד לאברהם, און שטארק מחזק געווען די הנהלה מיט די תלמידים
איז ער דעמאץ געפארן דארט מחזק זיין (איך געדענק נישט אז ער איז געגאנגען צו די אנדערע חסד לאברהם אפטיילונגען, אבער קען זיין)
פליז שרייב נאך.בני ישראל האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 11:13 amדי רבי האט אמאל געזאגט
ווי קען מען אינזין האבן זיך צו מוסר נפש זיין ביי די ערשטע ברכה פון שמונה עשרה, ווי עס שטייט אין צעטיל קטן, האט ער געזאגט ביי אלוקי אברהם , יצחק,יעקב, קען מען אינזין האבן זייער מסירת נפש.
די רבי פלעגט היפש נאכזאגן, אז אמאל איז געווען א לעבאבישער חסיד וואס האט געדאווענט אין איז געשטאנען ביי פותח את ידך און נישט געגאנגען ווייטער, האט מען אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט ווייטער, האט ער געזאגט אז עס איז אים גיט דא.
די רבי פלעגט פארלערנען אור החיים הקדוש נאכן דאווענען פרייטאג צונאכס נאכן דאווענען
די רבי האט געהאט א הרגשה, ער האט מיר אמאל געפרעגט האסט געדאווענט מיט מנין היינט, פינקט און א טאג וואס איך האב נישט, אזוי כמה וכמה זאכען
אויב האט ער מיר געוואלט זאגן מוסר, פלעגט ער פרעגען "איך קען דיר עפעס זאגן" און אזוי פלעגט ער זאגען, אבער איך געדענק כמעט נישט ער זאל מיר זאגען דיירעקט מוסר, אבער ער פלעגט מיר יא פרעגן אפט די טוסט דעיס,(למשל די לערסט פארן דאווענען (נישט אז ער האט מיר דאס געפרעגט איך גיב נאר א דוגמה)) און נישט געווארט פאר א ענפער
אמאל פאר מיין שווערסטערס חתונה האב איך אים געבעטן צו רעדן צו איר עפעס פאר הכנה פאר די חתונה, האט ער איר געזאגט, מען דארף זיין פרייליך אז מען גיין אויפבויען א אידישע שטוב, אזאלעכע ווערטער איך געדענק נישט בדיוק
ער פלעגט גיבן שעורים פאר חתנים = איך געדענק ער האט געזאגט אז נאך די חתונה איז דא פארשידענע זאכען אבער ווען מען גייט און כולל טראכט מען נישט פון דערהיים,
דאס האב איך אויך געהערט מפיו