זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

איך וויל שרייבן אבסיל מיינע זכרונות וואס איך האב געזעהן ביים צדיק, זייענדיק נאנט און געהאלפן ביי אים אין שטוב אין מאנטריאל,

איך וועל שרייבן זאכן וואס פאפן ארויף מיין זכרון (איך בין נישט קיין גוטע שרייבער און איך קען נישט גוט אראפלייגן מעשיות זייט מיר מוחל)

עס איז מיר אויסגעקומען אסאך צו עסן מיט אים סאפיר, צום ערשט פלעגט ער קיימאל נישט עסן גלייך ווען מען האט אים אראפגעלייגט א טעלער, ער פלעגט ווארטן א מינוט צוויי ערשט נאכדעם אנהייבן עסן שטייט, אזוי אויך שבת געדענק איך אז ווען מען האט אריינגעברענגט די פיש פלעגט ער קודם נאכזאגן א חסידיש ווארט, ערשט נאכדעם אנהייבן עסן,
זייער אסאך מאל אין מיטן עסן סאפיר האט זיך געמאכט אז איינער האט געקלאפט אויפן טיר, און געזוכט די רב (דאן איז ער געווען די רב) ער פלעגט אויפהערן עסן און גיין און דייניגרום רעדן מיט יענעם, ערשט דערנאך איז ער צרוקגעגאנגען עסן (מיר פלעגט עס שטערן אין מיטן סאפיר צו האבן אפאר הפסקות, אבער ביים צדיק איז עס געווען א פארגעניגן)
יעדע ברכה איז געווען א גאנצע זאך, בפרט ווען עס איז געווען רייז אדער א זאך וואס האט א ספק וועלעכע ברכה איז ער געגאנגען ברענגען א קוקי מיט א וועטשטעבול מיט א שהכל צו מאכן אלע ברכות, ערשט דערנאך איז מען געגאנגען עסן, אלעס מיט א חן און געשמאק,

אלעס ביי אים איז געווען מיט געשמאק און שמחה, אלעמאל געהאט א זיסע ווארט צו ענפערן פאר א יעדע יוד, (א מאנטריאלער יוד וועט פארשטיין וואס איך רעד)

צווישן זיין משפחה האט ער ליב געהאט ווען עס איז דא חיות און שמחה, סיי ביים לערנען, ווען מען האט אים געזאגט א תורה (איך רעד אזוי בין הפרקים ביי אים אינדערהיים צו ווען זיינע קינדער פלעגן אריבערקומען,) אויך ביים זיך גרייטן פאר שבת אדער א יום טוב,
איך דערמאן זיך אמאל שבת ביי קידוש, ווי ער פלעגט קאכן מיט פארמאכטע אויגן, איז דארט אמאל געשטאנען א אייניקל מן הסתם 3 יאר אלט וואס האט אים אנגעקוקט א גאנץ קידוש, נאך קידוש האט ער געזאגט פאר זיין אייניקל א קאמפלימענט אז ער האט שיין אויסגעהערט קידוש,

אמאל איז געקומען צו אים א משולח אין זיך אויסגערעדט אז ער מאכט נישט קיין געלט, און אים געבעטן הילף, האט ער געקאלט א עושר אין ווארים געבעטן אז ער זאל גיבן א שיינע סכום פאר די יוד, און נאכדעם האט ער מיר געשיקט מיט די משולח אים צו ווייזן ווי אים צו טרעפן, און דער עושר האט אים טאקע געגעבן א שענערע סכום, דער משולח איז געווען אויסער זיך פאר שמחה, איך האב פארשטאנען אז דער משולח האט בכלל נישט געהאט שייכות מיט די צדיק, אזוי אויך איז עס נישט געווען די ערשטע קאל צו דעם עושר, איך געדענק ער פלעגט בעטען פאר זיינע צוועקן און נאכדעם פלעיגט ער קענען בעטן נאכאמאל פאר נאך א צוועק פון א צווייטן, ווי כאילו עס איז זיין זאך,

איך געדענט אמאל ערב סוכות האט ער געהאט עפעס א ספק אויף זיין אתרוג, און ער האט מיר געשיקט להבדיל בין חיים לחיים צו הרב ר יוחנן וואזנער שליט"א און ר יוחנן האט געזאגט אז עס איז נישט קיין שאלה, ווען איך האב אים דאס איבערגעזאגט האט ער מיר געזאגט מען דארף זיך מבטל זיין צו דעת תורה (איך האב פארשטאנען אז ער איז נישט געווען ראיג מיט דעם אבער ער האט זיך מבטל געווען)

ער פלעגט אסאך זאגן אזדי סיבה פארוואס ער דארף עסן ברבים איז אז מען זאל זעהן די נס ווייל ווען ער איז נישט געווען געזונט האט ער נישט געקענט עסן (פשוט אזוי האט ער זיך אנגעקוקט פארדעם עסט ער ברבים)
ער האט קיימאל (וואס איך געדענק) נישט אפגערעדט אפילו ווען זאכען פלעגן נישט גיין אזוי ווי געפלאנט, אמאל בשעת ער האט פארפאסט א פליגער האט ער געזאגט אזוי דארף זיין,

איך געדענט צו פארן מיט אים פון מאנטריאל קיין בורו פארק, און ער איז געזיצן און קאר מיט א שטענדער פאר 4 5 שעה און געלערנט אויפן טעלעפאון מיט זיין חברותא ווי כאילו ער איז און זיין ספרים שטוב,

ער איז אייביג געווען אן דעי גאו בלע"ז צו לערנען דאווענען, איך געדענק איינמאל ביים אהיים פארן נאכן מוצאי שבת נחמי פון זיין טאטע, האב איך אים געפרעגט וואס גייט מען טוהן, האט ער מיר גענפערט מגייט לערנען דאווענען, דאס איז געווען מיט א חשק, איך האב קיימאל געזעהן ווי ער זאך אפאטעמען און זיך אפרוען

אמאל ווען ער האט געפירט א גרויסע טיש און מאנטריאל, בחייו פון זיין טאטע, און ווען ער איז ארויס האט מען געזינגען ימים על ימי, שפעטער אינדערהיים האט אים איינער געפרעגט היתכן מען האט געזינגען אויף אים ימים על ימי, האט ער גענפערט מיט א פשטות זיי האבן געמיינט מיין טאטע

המשך יבא בעזר השם
לעצט פארראכטן דורך בני ישראל אום מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 6:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

פאר מיין שידך האט ער מיר צוגעגרייט, ער האט מיר גערופן און געוויזן די גמרא אסור לאדם לקדש את האישה עד שיראנה, האט ער מיר געזאגט אז מען דארף קוקן און זיין זיידע האט אים אויך געזאגט צו קוקן, האב איך אים געפרעגט פארוואס דארף מען רעדן האט ער מיר געזאגט כדי די פרוי זאל מסכים זיין,

ער איז געווען בטול צו זיין טאטע עד אין לשער, איך פלעג אים פרעגן זאכן, פלעגט ער זאגן איך וועל פרעגן די רבי, יעדע מאל ער איז געפארן קיין נוי יארק פלעגט ער זיך מזכיר זיין ביי זיין טאטע,

אמאל ווען מען האט געזינגען ונשגב ה לבדו האט ער געזאגט אז נאר דער אייבישטער דארף זיין אליין און ער האט אנגעווינטשן אפאר בחורים זאלן טרעפן זייער זיוויג, און זיי זענען געהאלפן געווארן

זיין פארגינען א צווייטען איז געווען מוראדיג, אמאל איז ער געווען ביי זיין טאטע פאר פסח אין ער האט אוועקגענומען די אפיקומן, איז א בחור צוגעגאנגען צו אים זאגן לאמיר מאכן א שתפות מיט די אפיקומן, ביי צפון האט ער יענעם גערופן און געזאגט ער זאל בעטען ביים רבי וואס ער וויל,
אויך אמאל ווען איך בין געפארן מיט אים פון מאנטריאל קיין בורו פארק, ווען מיר זענען אנגעקומען איז ער אריין צו זיין טאטע אין צימער, האט ער מיר גערופן און געפענט א שפאלט און די טיר פון זיין טאטע אין מיר געזאגט אז איך קען אריין קוקן אויפן רבי פאר אפאר מינוט (די רבי איז געזעצן אין געזעצן און געלערנט מיין איך)
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

עס טוט וויי אז מען האלט דא און מען דארף שרייבן אויף וואס איז געווען און איז שוין נישטא
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

בני ישראל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:19 pm
שרייב , שרייב.
ראש גולם אריאל
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

עס איז אמאל געקומען א יוד וואס גייט ארום צו אויסליידיגען פשקות פון א מוסד און ארץ ישראל, און די פשקה ביי אים פאר די מוסד איז געווען ליידיג, האט ער גענומען אסאך געלט און אריין געשטיפט פאר יענעם און געזאגט דאס איז פאר דיר , נאכדעם האט ער מיר געזאגט אז זיין טאטע פלעגט און אזא פאל אנפילן די פשקה און גיבן פאר יענעם
איך האב אמאל געכאפט א היטש מיט אים און מאנטריאל, און די דרייוער האט זיך אפגערעדט אויף די פריצות וואס מען קען זעהן אין די גאסן האט ער אים געזאגט אז מען דארף טרייען וויפיל מען קען

אמאל האב איך געהערט ווי ער רעדט אז איינער דארף זאגן א דרשה שבת שובה און סקולען בורו פארק, און ער האט צוגעלייגט אז ווען איך בין דארט געווען האב איך געזאגט, (ער האט זיך געזארגט אז איינער זאל רעדן, ווייל עס דארף זיין איינער וואס זאל רעדן, אין ער האט זיך אנגעקוקט אז ווען ער איז דארט איז ער דער איינער, אגב אזוי האט ער זיך אנגעקוקט)

אמאל ביי בדיקות חמץ בין איך געגאנגען מיט אים צו די שיל בודק חמץ זיין זיין שטיבל און בית המדרש, אויפן וועג צרוק איז געווען א גארביטש טראק און די גוי האב געגעבן א שריי באאאו אינז צו דערשרעקן, די נעקסטע צופרי זאגט ער מיר אז ער האט געאראכט אז די גוי האט געשריגן ווייל מען דארף שרייען ביי ונצעק
אגב זיין בדיקות חמץ איז געווען געוואלדיג אנגעהויבן מיטן לערנען עבודת ישראל, אז מען דארף מבער זיין די ייצר הרע, ער האט עס געהעריג געלערנט, נישט סתם איבערגעקוקט
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

איך דערמאן זיך אז אמאל האט זיך פארלוירן א טשעק און ער האט געטראכט אז עס איז און גארביטש זענען מיר געגאנגען איבער קוקן די גארביטש, אבער ער איז געווען אויסער זיך אז איך טו די שמיציגע ארבעט (ווען ער איז אויך געשטאנען און געהאלפן) איך האב אים באראיגט אז אין וויל עס טון

איך געדענק ווי מוצאי פסח האט ער געפירט א לאנגע נעילת החג טיש און מאנטריאל, ווען מיר זענען אהיים האט ער מיט מיר צוזאמגעפאקט אלע פסחדיגע זאכן (ער האט אנגעהויבן צו העלפן, פשוט ער האט נישט געזעהן פארוואס נישט, ביז איך האב אים געזאגט אז איך וועל שוין אלעס פארפאקן)
אויך האט ער דאמאץ געזאגט אז ער פילט שלעכט פארן פירן אזא לאנגע נעילת החג, ווייל די מענער דארפן העלפן און שטוב, נאכדעם האב ער געזאגט אז קען זיין אז מיט דעם וואס מען ברענגט די קינדער איז דאס די הילף

איך קען זאגן אז ווען איך בין אנגעקומען צו דעם צדיק און מאנטריאל האב איך די ערשטע מאל געזעהן א צדיק וואס לעבט העכער און האט העכערע לעבן זיין אזוי אראפגעלאסט צו זיין אייניקלעך ווי א פשוטע מענשט ממש הערט זיי אויס רעד מיט זיי איז אינטערסירט און זייער לעבן, ביי זיי איז ער געווען אויך א זיידע

איך געדענק אז אמאל האב איך געגעסן סאפיר מיט אים און זיין טאכטער איז דעמאץ איינגעשטאנען ביי אים, און זי איז פינקט געדארפט ארויס גיין אין איבער געלאסט די קינדער און בעט און זי האט געבעטן אז ער זאל האלטן א אויג אויף זיי, אינמיטן האט אנגעהויבן צו ווערן לעבעדיג צווישן די קינדער, האט ער מיר געבעטן אנטשולדיגט אז ער דארף גיין קעיר נעמען, כמיין אז ער איז זיי געגאנגען פארציילן א מעשה, שפעטער ווען די מאמע פון די קינדער האט געקאלט צו הערן ווי אזוי עס איז, האט ער געזאגט, ברוך השם לעבעדיגע קינדער אויף דעם האבן מיר מתפלל געווען
אוועטאר
גדל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3170
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

בני ישראל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:19 pm
איך וויל שרייבן אבסיל מיינע זכרונות וואס איך האב געזעהן ביים צדיק, זייענדיק נאנט און געהאלפן ביי אים אין שטוב אין מאנטריאל,

איך וועל שרייבן זאכן וואס פאפן ארויף מיין זכרון (איך בין נישט קיין גוטע שרייבער און איך קען נישט גוט אראפלייגן מעשיות זייט מיר מוחל)
שכח פאר אינז מזכה זיין מיט אזלכע שיינע זכרונות, שרייבסט זייער פיין
הנגיד החסיד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:00 am

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הנגיד החסיד »

איך בין אויך אמאל געווען אויף שבת און מאנטריאל און אריינגעפאלן און מאור הגולה ביי שלש סעודות די השראה וואס איז געווען דארט איז נישט צו באשרייבען.. די קדושה מיט די פשטות
קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

בני ישראל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 1:54 pm
האט ער געזאגט, ברוך השם לעבעדיגע קינדער אויף דעם האבן מיר מתפלל געווען
א מדריגה פון א איד. אננעמען אלעס מיט אזא שמחה.
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

קיסריה האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 2:14 pm
בני ישראל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 1:54 pm
האט ער געזאגט, ברוך השם לעבעדיגע קינדער אויף דעם האבן מיר מתפלל געווען
א מדריגה פון א איד. אננעמען אלעס מיט אזא שמחה.
אגב עס איז געווען מיט א פשטות ביי אים, נישט צו זיין זיס, דאס איז געווען זיין בליק
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

ערב פסח בין איך געגאנגען מיט אים צו ר יוחנן וואזנער שליט"א ווי עס זענען געווען עטליכע רבנים צו פארקופן די חמץ פארן גוי, האט ער געפרעגט די גוי רשות אויב איינער האט עפעס פארגעסן צו מען מעג אריין גיין, נאכדעם האט ער געזאגט מיט א שמייכל פארן גוי נאו יאא אר ריטש
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9312
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

בני ישראל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 1:17 pm
עס טוט וויי אז מען האלט דא און מען דארף שרייבן אויף וואס איז געווען און איז שוין נישטא
ריכטיג! אבער ליידער אז מ'האלט דא איז זייער באגריסנד דיין שרייבן. ברענגסט גאר גוט ארויס דעם מהות פון דעם צדיק. ביטע שרייב נאך און נאך!

אגב, האט מיר איינער דערציילט אז א קרוב זיינער פלעגט נאך מיט יארן צוריק אסאך מאל לערנען בחברותא מיטן רבי'ן, און ר' שייע יאנקל - ווי מ'פלעגט אים רופן דעמאלטס - פלעגט אים אסאך מאל בעטן רשות צו ער מעג זיך אראפלייגן די קאפ צו כאפן א דרימל פאר עטליכע מינוט, דערביי זיך פארענטפערנדיג אז דאס איז צוליב וואס ער איז נישט געשלאפן די פארגאנגענע נאכט.

און פאר ווער ס'האט געקענט דעם רבי'ן איז ער געווען דער לעצטער מענטש וואס זאל רעדן פון זיך, נאר דא האט ער אים עס געזאגט מיט אזא פשטות אלץ אן אמתלא פארוואס ער ברויך דעם דרימל.
---
אוועטאר
גראז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

ישר כוח @בני ישראל !

זייער שיין און ארגינעל געשריבן, אזוי ארגינעל ווי דעם צדיק מסקולען/מאור הגולה ז"ל.
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

די רבי איז געווען גרייט יעדע רגע פארן אייבערשטן (פון ווי ווייס איך? ווייל ער האט נישט אויפגעהערט טוהן)
זיין יראה פאר זיך שטענדיק געבער מיט אהבה צו יעדע יוד. אפילו ווען ער האט געהאט יסורים האט ער זיך אוועקגעגעבן פאר א צווייטן

ער האט זיך אנגעקוקט ווי א זון פון זיין טאטע, וואס פארדעם זענען מענטשן געקומען צו אים, פארדעם האט מען אים גערופן רעדן דרשות, ער האט נישט געטראכט אז ער איז עפעס חשוב עקסטער
איך האב אמאל געלערנט מיט אים נועם אלימלך וואס שטייט דארט וועגען גאוה, האב איך אים געפרעגט ווי אזוי מען קען זיך האלטן קליין האט ער מיר געזאגט אז מען דארף ארבעטן אויף דעם, מען האט געקענט מיינען אויף אים אז ער האט פשוט נישט געכאפט זיין גדלות פארדעם האלט ער זיך נישט פאר עפעס, אבער פון דעם זעהט מען אז ער האט אסאך געארבעט אויף דעם

זיין שמירת עניים, ער פלעגט אסאך רעדן וועגן דעם, ער פלעגט זיך פרייען ווען עס איז געווען קאלט און מאנטרעאל, אמאל ווען עס איז שפעט געווארן הייס און מען האט נישט געקענט מאכן ברכה אילנות און צייט האט ער געזאגט עפעס אז עס איז א טובה (כגעדענק נישט די לשון)
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15124
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

פרא-חסיד האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 1:25 pm
בני ישראל האט געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2024 12:19 pm
שרייב , שרייב.
zugurnish
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zugurnish »

ישר כח פאר שרייבן
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

איין לג בעמר האט ער געזאגט, אז ער האט א מוראדיגע שייכות מיט רבי שמעון ווייל ווען ער איז נישט געווען געזונט האט מען מתפלל געווען דארט פאר אים,

אמאל האט ער פארציילט אז ווען ער איז געווען נישט געזונט האט אים דער דאקטער געזאגט טראסט מי, האט ער געטראכט אז מי איז ר"ת מלך יחיד,
אזוי אויך נאכן באקומען די נייע לעבער האט אים זיך גענעמען בלוט"ען האט ער געזאגט למען יזמרך כבוד= מען דארף דאנקען פאר די לעבער אבער ולא ידום עס זאל נישט בלוטן

איך געדענק אמאל מוצאי יום כופר נאכן אויספאסטן אויף מזונות, איז געווען א מיספארשטענדעניש ער האט זיך געגרייט זיך צו וואשען אבער די עסן איז נאכנישט געווען גרייט, האט ער מיר געפרעגט צו איך וויל לערנען מסכת סוכה אזוי ווי די מעשה פון בארדיטשובער רב, און ער האט זיך געזעצט לערנען מיט א קלארקייט און געשמאק ביז די סועדה

ער פלעגט יעדע טאג נאכן דאווענען פארציילן ספירי צדקים פון די יארצייטן

איך פלעג אסאך פארן פאר שבתים און מאנטריאל און ער פלעגט מיר אייביג פרעגן צו איך האב עסן אדער שלאפן, (איינמאל האב איך אים געזאגט אז איך קום פאר רוחניות נישט פאר גשמיות)

יעדע יוד האט געהאט א מורא'דיגע חשיבות ביי אים
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2726
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

Re: מיינע זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דערמאנסט מיך, אלץ קליינע/יונגע בחור זעמיר אמאל אריין געגאנן צו א באטע פרייטאג צונאכטס בבית ר' ישעי' יעקב ז''ל דארט אין מאנטריאל, אריינקומענדיג איז שוין געווען דארט א פילע שטוב מיט בני משפחה און א גרויסע צאל בחורים וואס האבן דארט געגעסן די סעודה.

כ'האב מיך פרובירט צו שטעלן נעבן טיר אביסל מיטצוהאלטן, אבער ווי נאר דער צדיק האט מיך באמערקט האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו און געמאכט זיכער אַז כ'האב ווי זיך צו זעצן און אליינס אנגעגאסן א גלאז כיבוד מיט אזא פשטות פאר א קליינע בחור'ל, האי עניו, יהא זכרו ברוך!
חריין
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 31, 2023 7:00 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חריין »

אלס בחור, לערנדיג אין ישיבה אין מאנטריאל האבן מיר געהאט די זכיה צו חוסה זיין בצילו. מיר זענען געווען אויסערגעווענליך נאנט, און איך האב ב"ה גענאסן פון א קירבה יתירה.

איי, מה נאמר ומה נדבר? ריינקייט, מיט'ן די העכסטע זין פון ווארט. לויטער, ווי שמן למאור כפשוטו וכמשמעו.

ס'ליגט מיר אין די ביינער צו זען דעם צדיק, דאן מיט א בלויזן שווארצן רעקל ווי רוב פון אונז, שטיין ביים געלע שטענדער צווישן דעם ארון קודש און דעם מקווה דאך, קוים א מנין אין בית מדרש, אבער די זיסע קול יעקב איז מצפצף: "ואטהר, ואתקדש, בדושה של מעלה... "אוי האט דאס געריסן שטיקער, "ועל ידי זה, יושפע שפע רב בכל העולמות, לתקן את נפשתינו, ורוחותינו, ונשמותינו מכל סיג ופגם..."

אט די ריינע מחזה האט מיר זינט דאן נאך קיינמאל נישט פארלאזט. דער צדיק האט אריינגעשטראלט קדושה און אמונה אין אידישע הערצער.

בעצם קומט מיר אהן שווער דאס שרייבן אונטער די שטורעמישע געפילן, וועלכע זענען יעצט מנת חלקי, אבער עוד חזון בל"נ ככלות השבעה.
נוסחאות, חרוזים ועוד
לשון הקודש, אידיש און ענגליש
צוגענגליכע פרייזן, העפליכע סערוויס און הערליכע ארבעט

קומט אין אישי
אוועטאר
אפגעגאלט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

ישר כח גדול מאוד מעומק הלב
בני ישראל
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2020 10:31 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני ישראל »

אויף זיין קול ביים דאווענען האט מען געקענט הערן א ריינקייט, תשוקה אויסגיין,און שמחה

בכלל איז נישט געווען קיין יואש קיינמאל אייביג מיט האפענונג און שמחה
אוועטאר
רפפורט
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 30, 2023 9:29 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רפפורט »

ארגינאל און זיס
כהן מיוחס!
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 19468
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

א ריזיגע יישר כח @בני ישראל פאר די אויטענטישע ערשט האנטיגע זכרונות פונעם רבי'ן. מען קען זיך אזויפיל לערנען פון דעם. אריגינעל.

און א יישר כח פאר דיין צייט און מיה צו אראפשרייבן די זכרונות דיינע. דו שרייבסט פיין.
אוועטאר
שטארקע אור
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

הערליך און זיס געשריבן!

יישר כח! שרייב ווייטער
אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 6:41 pm

Re: זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?אפשרטאקע »

איי די שבת טישן.
די כל מקדש, געזינגען היבש שטייטער ווי אלס רבי אין בפ, איך האב ב"ה אויפגעכאפט אזויפיל פיצינקע תנועות, איך האב נישט געקענט אויסהערן ווי מ׳כיפערט דאס אפ ביים טיש אלס רבי...
שמחם.. רבונו של עולם.. שמחם!!..

פלעגט קענען איינדרימלען פאר א סעקונדע, און זיך תיקף גענומען האסטיג שאקלען נישט איינצושלאפן..

געווארפן דברי תורה פון אלע ספרים, זיך כסדר אויפגעשטעלט ארויסגעשלעפט א ספר. איך האב אמאל אביסל געשמועסט, האט ער מיר געפרעגט מיט אזא איידלקייט, האסט שוין געהערט די ווארט?..
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”