זכרונות פון מאנטריאל מיט סקולענע רבי זצ"ל
איך וועל שרייבן זאכן וואס פאפן ארויף מיין זכרון (איך בין נישט קיין גוטע שרייבער און איך קען נישט גוט אראפלייגן מעשיות זייט מיר מוחל)
עס איז מיר אויסגעקומען אסאך צו עסן מיט אים סאפיר, צום ערשט פלעגט ער קיימאל נישט עסן גלייך ווען מען האט אים אראפגעלייגט א טעלער, ער פלעגט ווארטן א מינוט צוויי ערשט נאכדעם אנהייבן עסן שטייט, אזוי אויך שבת געדענק איך אז ווען מען האט אריינגעברענגט די פיש פלעגט ער קודם נאכזאגן א חסידיש ווארט, ערשט נאכדעם אנהייבן עסן,
זייער אסאך מאל אין מיטן עסן סאפיר האט זיך געמאכט אז איינער האט געקלאפט אויפן טיר, און געזוכט די רב (דאן איז ער געווען די רב) ער פלעגט אויפהערן עסן און גיין און דייניגרום רעדן מיט יענעם, ערשט דערנאך איז ער צרוקגעגאנגען עסן (מיר פלעגט עס שטערן אין מיטן סאפיר צו האבן אפאר הפסקות, אבער ביים צדיק איז עס געווען א פארגעניגן)
יעדע ברכה איז געווען א גאנצע זאך, בפרט ווען עס איז געווען רייז אדער א זאך וואס האט א ספק וועלעכע ברכה איז ער געגאנגען ברענגען א קוקי מיט א וועטשטעבול מיט א שהכל צו מאכן אלע ברכות, ערשט דערנאך איז מען געגאנגען עסן, אלעס מיט א חן און געשמאק,
אלעס ביי אים איז געווען מיט געשמאק און שמחה, אלעמאל געהאט א זיסע ווארט צו ענפערן פאר א יעדע יוד, (א מאנטריאלער יוד וועט פארשטיין וואס איך רעד)
צווישן זיין משפחה האט ער ליב געהאט ווען עס איז דא חיות און שמחה, סיי ביים לערנען, ווען מען האט אים געזאגט א תורה (איך רעד אזוי בין הפרקים ביי אים אינדערהיים צו ווען זיינע קינדער פלעגן אריבערקומען,) אויך ביים זיך גרייטן פאר שבת אדער א יום טוב,
איך דערמאן זיך אמאל שבת ביי קידוש, ווי ער פלעגט קאכן מיט פארמאכטע אויגן, איז דארט אמאל געשטאנען א אייניקל מן הסתם 3 יאר אלט וואס האט אים אנגעקוקט א גאנץ קידוש, נאך קידוש האט ער געזאגט פאר זיין אייניקל א קאמפלימענט אז ער האט שיין אויסגעהערט קידוש,
אמאל איז געקומען צו אים א משולח אין זיך אויסגערעדט אז ער מאכט נישט קיין געלט, און אים געבעטן הילף, האט ער געקאלט א עושר אין ווארים געבעטן אז ער זאל גיבן א שיינע סכום פאר די יוד, און נאכדעם האט ער מיר געשיקט מיט די משולח אים צו ווייזן ווי אים צו טרעפן, און דער עושר האט אים טאקע געגעבן א שענערע סכום, דער משולח איז געווען אויסער זיך פאר שמחה, איך האב פארשטאנען אז דער משולח האט בכלל נישט געהאט שייכות מיט די צדיק, אזוי אויך איז עס נישט געווען די ערשטע קאל צו דעם עושר, איך געדענק ער פלעגט בעטען פאר זיינע צוועקן און נאכדעם פלעיגט ער קענען בעטן נאכאמאל פאר נאך א צוועק פון א צווייטן, ווי כאילו עס איז זיין זאך,
איך געדענט אמאל ערב סוכות האט ער געהאט עפעס א ספק אויף זיין אתרוג, און ער האט מיר געשיקט להבדיל בין חיים לחיים צו הרב ר יוחנן וואזנער שליט"א און ר יוחנן האט געזאגט אז עס איז נישט קיין שאלה, ווען איך האב אים דאס איבערגעזאגט האט ער מיר געזאגט מען דארף זיך מבטל זיין צו דעת תורה (איך האב פארשטאנען אז ער איז נישט געווען ראיג מיט דעם אבער ער האט זיך מבטל געווען)
ער פלעגט אסאך זאגן אזדי סיבה פארוואס ער דארף עסן ברבים איז אז מען זאל זעהן די נס ווייל ווען ער איז נישט געווען געזונט האט ער נישט געקענט עסן (פשוט אזוי האט ער זיך אנגעקוקט פארדעם עסט ער ברבים)
ער האט קיימאל (וואס איך געדענק) נישט אפגערעדט אפילו ווען זאכען פלעגן נישט גיין אזוי ווי געפלאנט, אמאל בשעת ער האט פארפאסט א פליגער האט ער געזאגט אזוי דארף זיין,
איך געדענט צו פארן מיט אים פון מאנטריאל קיין בורו פארק, און ער איז געזיצן און קאר מיט א שטענדער פאר 4 5 שעה און געלערנט אויפן טעלעפאון מיט זיין חברותא ווי כאילו ער איז און זיין ספרים שטוב,
ער איז אייביג געווען אן דעי גאו בלע"ז צו לערנען דאווענען, איך געדענק איינמאל ביים אהיים פארן נאכן מוצאי שבת נחמי פון זיין טאטע, האב איך אים געפרעגט וואס גייט מען טוהן, האט ער מיר גענפערט מגייט לערנען דאווענען, דאס איז געווען מיט א חשק, איך האב קיימאל געזעהן ווי ער זאך אפאטעמען און זיך אפרוען
אמאל ווען ער האט געפירט א גרויסע טיש און מאנטריאל, בחייו פון זיין טאטע, און ווען ער איז ארויס האט מען געזינגען ימים על ימי, שפעטער אינדערהיים האט אים איינער געפרעגט היתכן מען האט געזינגען אויף אים ימים על ימי, האט ער גענפערט מיט א פשטות זיי האבן געמיינט מיין טאטע
המשך יבא בעזר השם