סטראקטשער א אפיס ווארק פלא- Structure Office Work Flow
הערט מיין געשיכטע, עס קען אייך צוניץ קומען.
בערך א יאר בעפאר קאוויד נמ״ג בין איך אריין ארבעטן און א ביזנעס אלס בוקקקיפער. די ביזנעס איז געווען א נייע ביזנעס און שטארק אויפגעפיקט, אבער דא האט זיך געמאכט א ערענסטע אישו.
די ארגינעלע בעל cבית וועלכע האט געפענט די ביזנעס, זייענדיג א גרויסע סוחר און פארנומען מיט די סעילס איז ער נישט אנגעקומען צו די אפיס ווערטשאפט, ער האט זיך געטראפען מיט גוטע קליענטען, גרויסע ארדערס אבער גאר שווער געווען צו דעליווערן די מאטירעל און סערוויס וואס ער האט פארקויפט, ווייל די אפיס וואס פראסעסט די ארדער, די טראקס וואס דעליווערן, די קאסטומער סערוויס, און די בוקקיפינג וואס קאלעקט די געלט זענען געווען מיסמענדזשד.
איז ער געגאנגען און אריינגענומען א שותף וועלכע זאל מענדזשען די דעילי אפערעישענס אין אפיס וואס נעמט אריין צענדליגער עמפלאויס, אריינגערעכענט מיידלעך אין אפיס, אינגעלייט אין די ווערהאויז, און להבדיל גוים אויפן טראק, און אויך אני הק׳ אלס בוקקיפער.
ווי אסאך ביזנעסער וואס הייבן אן קליין און נישט פארגעשריטן,מען ארבעט אויף עקסעל, אינוואוסעס ווערן געמאכט אויף ווארד וכדו' איז דא אויך אזוי געווען.
צוביסלעך איז די ביזנעס געוואקסען און דאס האט ריקווייערד הייערן פרישע ארבעטער, דעליגעיטן טעסקס, אינפלמענטען א סאפט וועיר, און אויסשטעלן א פראדאקטיוו ווארק פלאו, מיין בעה"ב, דער נייער שותף, איז געווארן זייער פארנומען מיט די דעילי אפערעישענס לויפענדיג פון דזשאב סייט צום ווערהויז און פון דארט צום אפיס און האט געדארפט העלפ נאכלויפענדיג די וואוקס פון די ביזנעס, האט ער מיר צוביסלעך אריינגענומען אין דעם חלק פון העלפן די אפיס וואקסען און איך האב מיך געטראפען אינטערוויאען, הייערן און טרעינען פרישע ארבעטער, אויסגעשטעלט די ארבעט, אנעלייזען סאפט וועירס אזוי אז די בעה"ב זאל קענען זיין פארנומען מיט די דעילי פאנקשענס.
און ב"ה מיט סייעתא דשמיא האמיר מצליח געווען צו שטעלן די ביזנעס אויף די פיס און זאכן זענען געפארן.
קאוויד איז אנגעקומען, און עס נישט קיין סוד אז די אינדעסטרי וואס האט פון מערסטע געליטן איז געווען קאנסטראקשען, אין די ביזנעס וואס איז קאנסטראקשען בעיסד איז נישט געווען קיין אויסנאם, זיי האבן געמוזט קאטן יעדענס שעות, און איך האב באשלאסען צו זיכן עפעס אנדערש.
און די זעלבע צייט האט מיין חבר וואס איז אין מארגעדזשעס, גראדע נישט אזוי סוקסעספול געווען, זיך מיטאמאל געטראפן מיט ארבעט איבערן קאפ ב"ה, די רעיטס האבן געטראסקעט און די טעלפאן האט געקלינגען נאכאנאנד, די רי פיינענס פרלאנג איז געווען זייער הויעך, און זייענדיג א וואן מען בענד ביז דאן האט ער עס ממש נישט געקענט הענדלן. ער האט געטון צו דער זאך געהייערט א מיידל זאל אים העלפן, אבער נישט האבענדיג קיין שום פריערדיגע עקספירענס און נישט וואסענדיג וואס צו זיכן, וויאזוי צו זעהן ביי א אינטערוויא וכדו' האט ער נאך 3 וואכן געזעהן אז זי ווייסט נישט וואס ער וויל און ער ווייסט אויך נישט געהעריג וואס ער וויל פון איר, און די מיידל גייט אים נישט העלפן נאר סתם פארשאפן מער קאפ וויי.
אלס חבר האט ער זיך צו מיר אויסגערעדט אוןן איך האב אים פראבירט צו העלפן, איך בין געזיצן ביי אים אין אפיס אפאר טאג, אבזעווירט די מצב, גערעדט מיט די מיידל, און בסייעתא דשמיא האבענדיג די עקספירענס פונעם פריערדיגן דזשאב האט מען מסדר געווען די זאך, שפעטער געהייערט נאך 2 ארבערטערס, אינפלעמענדט א ווארק פאלאו, און ב"ה דער אינגערמאן האט צוריקבאקומען זיין ישוב הדעת און קלאוזט יעדן טאג לאונס אפי' מיט הויכע רעיטס ווייל ער האט אן אויפגעסטע אפיס.
דאס איז אלעס געווען מסיח לפי תומו נישט וואוסענדיג אפי׳ וואס איך טו, און קיין געלט האב איך דערפון נישט געמאכט אויך נישט.
זעהענדיג דאס האב איך אנגעהויבן זעהן אז אפשר קענען נאך ביזנעסער הנאה האבן פון אזא סערוויס, האב איך באשלאסן צו אפפערן פאר ביזנעסער די סערוויס, און ב"ה מיר ארבעטן יעצט אויף א ביזנעס מיר האבן אויפגעבויעט א טיעם פון א אפיס פון איין אינגערמאן צו איבער פערציג ארבעטער און 2 יאר, ארייגערעכנט אויפסעטן פארשידענע אנדערע טיעמס מיט מענדזשערס, שרי מאות ושרי עשרות, געקויפט און איינגעפעדעמט א סאפט וועיר, בקיצור קריעיטעד א סטראקטשער פאר א ריזן ביזנעס, בסייעתא דשמיא.
מיט די צייט דיעלענדיג דא דארט מיט קאמפעניס האב איך געזעהן אז עס זענען דא היבש אסאך אינגעלייט אין ביזנעס און אפפערן גאר גוטע סערוויסעס, פראדוקטען וכדו׳ אבער ער קען נישט קיין אפיס אדער ביזנעס סטראקטשער, אדער ער האט נישט קיין צייט דערצו, און אפט פאסירט אז די אפיס פליט און נאך א שטיק צייט היט עס זיין ביזנעס גאר שטארק, ארבערטערס קענען נישט דעליווערן, ארבערטער זענען נישט צופרידן, און דאס ברענגט גרויסע שאדן, אדער אין בעסערן פאל לאזט עס אים נישט וואקסען.
דעריבער האב איך באשלאסן צו קומען צו מיינע ברידער דא און אפפערן אז אויב האט איר א ביזנעס און איר קענט נישט פאוקסען אויפן עיקר ווייל איר שפירט אז זאכן זענען נישט מסודר, אדער סתם אזוי איר ווילט סטראקטשערן אייער אפיס איינמאל פאר אלעמאל, שטארק מעגליך מיר קענען אייך העלפן בסייעתא דשמיא. דאס איז נישט קיין קאנסאלטינג, נאר מען לייגט זיך ממש אריין אין אייער ביזנעס מען ווערט א חלק אין די דעילי ווערטשאפט, און אזוי קען מען עס בעז"ה אויפסעטן ריכטיג.
אויך אויב ווייסט איר פון איינעם וועלכע וואלט בענעפירט פון אזא ביזנעס שותף ווייל ער קען נישט הענדלן די אפיס קען מען אויך אריינקוקן דערין.
צו קאנטעקטן אדער דורך אישי אדער אן אמעיל צו
[email protected]