אינטערעסאנטע מינע טעלעפאן-געשפרעכן
משוגע, ס'שוין מאנטיג (עכטיג איז שוין דינסטיג, נאר איך האב עס אנגעהויבן שרייבן נעכטן) און איך האב נאך גארנישט געשריבן פאר דיע וואך... די אמת איז, אז איך בין זייער ביזי, קודם כל - ס'איז אלול, און מ'איז אביסעלע פארנומען מיט 'תשובה תפילה וצדקה' מער ווי פון א גאנץ יאר, און צווייטן'ס כל, איך בין גאנץ שטארק פארנומען צו מאכן די גראמען פאר מיין ברודער'ס חתונה, וואס גייט שוין זיין נאך סוכות, און דאס פארנעמט אויך א שיינע חלק פון די טאג, ב"ה פאר דעם.
אבער דאך, ווי זאגן אלע בעלי דרשנים? פטור בלא כלום אי אפשר, סאו, כ'העל נישט מאריך זיין צו לאנג אבער דאך...
תכלית, האב איך לעצטנס אביסעלע אריינגעטראכט אין די נושא פון טעלעפאן-געשפרעכן. ס'הייסט אזוי, ס'דא א פשוט'ע טעלעפאן-געשפרעך, וואס דאס גייט נארמאל. לאמיר זאגן די רופסט אן דיין חבר אים בעטן א טובה, ער הייבט אויף 'העלא, וואס איז נייעס?', 'אה, יענקל וואס טוט זיך?' און אזוי פירט זיך די שמועס ביז די בעטסט אים די טובה וואס די האסט יעצט נייטיג. (ס'מוז נישט זיין דוקא א טובה, ס'קען זיין עני אנדערע זאך.
דאס אלעס איז, א נארמאלע דורכשניטלעכער שמועס צווישן 2 חברים. אבער אסאך מאך גייען זאך גאר גאר אנדערש, ס'דא פארשידענע סארט מענטשן, וואס ביי זיי אויפהייבן א טעלעפאן צו אים איז א געהעריגע אפקומעניש, און אפילו טאמער נישט, איז עס נישט אזוי גרינג, און אסאך מאל אינטערעסאנט אדער אפילו לאכעדיג.
איז לאמיר אנהייבן מיט די ערשטע.
1. קאנקארד
איך רוף עס קאנקארד, קענסט עס רופן וויאזוי די ווילסט..... קאנקארד, איז די אולטרא ספעציעל עקסטרע מעגא שנעלע אויפהייבער. די יוד וואס נאך פאר די ערשטע קלינג און ווען די טעלעפאן איז נאך אפילו נישט נאנט צום אויער, איז ער שוין לאנג אויפן ליין..... ווען די זאגסט 'העלא' האלט ער שוין טיף אינמיטן די שמועס.... אסאך מאל איז עס א מעלה, אבער רוב מאל איז עס א געפערלעכע חסרון - ווייל א נארמאלע מענטש האט ליב ווען די טעלעפאן קלינג אזא 2-3 מאל ביז די אנדערע זייט הייבט אויף - אז אזוי זאלסטו קענען מסדר זיין אין דיין מח וואס די ווילסט אים זאגן אדער בעטן, און פונקטליך מיט וועלכע ווערטער די גייסט עס ארויסברענגען. אבער מיט די מענטש, קענסטו גארנישט טון....... נאך פאר די טראכסט וואס צו זאגן איז ער שוין גרייט דיר צו ענטפערן....
2. אינו שומע ואינו מדבר
יא יא, פשוטע כמשמעו, איך גלייב אז יעדער איינער דא, קען אזא חבר אדער סתם א מענטש, וואס הייבט 'קיין-איינ-מאל' נישט אויף זיין פאון. קענסט אים קלינגען 10 מאל און א צי, אבער גאארנישט... אדער רעדט ער מיט א צווייטע (אינטערעסאנט פארוואס פאר יענער האט ער יא אויפגעהויבן) אדער שלאפט ער.... אדער העט מען מוזן זאגן אז ער הערט נישט ווי זיין טעלעפאן קלינגט, אדער קען ער נישט רעדן. (נאך איינמאל פילנדיג אזא מעשה אויף די אייגענע ביינער, וואס איך האב גערופן אזא איינער, און ווי פארשטייט זיך האט ער נישט אויפגעהויבן, האב איך מיר גערעגט 'משוגע, דער מענדי הייבט נאר אויך נאך די צענטע מאל! - געבט מיר א חבר א זאג, 'כ'ווייס, וועגן דעם רוף איך אים אייביג שוין גלייך די צענטע מאל.....')
און ווען די וועסט אים שוין יא טרעפן אין ביהמ"ד וואס 'אה, ענדליך קען איך רעדן צו אים' וועט ער נארמאל שטיין אינדרויסן און רעדן מיט איינעם אויפן פאון.
3. משוגע-ביזי
ער איז איינער וואס איז נישט אזוי געפערלעך ווי די 2'טע, אבער אייביג פוקט ווען די גייסט אים קלינגען, גייט ער זיין אויפן ליין מיט א צווייטע און דיר צוריקשיקן אזא אוטומאטיק מעסידזש - I'll call you right back, ווי צו זאגן, אז עכטיג קען איך רעדן אבער 'פונקט' יעצט בין איך אויפן פואן. און גראדע, בדרך כלל - וועט ער טאקע צוריקרופן נאך אפאר מינוט, אבער אייביג ווען די העסט אים רופן גייט ער זיין אויפן ליין.
ער איז אויך נארמאל פון די מענטשן וואס ווען און ווי די וועסט אים נאר נישט זען - וועט ער אייביג זיין מיט א בלוטוס אין אויער אין רעדן מיט איינעם הויך.
4. טשוכעפאכע
קענסט די מענטש וואס ווען די האלטס אינמיטן רעדן מיט אים קלינגט איינעמס טעלעפאן, יעצט, די האסט גלייך געכאפט אז ס'נישט דיינס, פאר אים אבער האט יא געדויערט אזא 35 סעקונדעס צו כאפן אז ס'בכלל זיינס וואס קלינגט, און שפעטער הייבט זיך אן די גאנצע מערכה פון טרעפן די טעלעפאן.... ער זוכט עס און אלע טאשן, ביזעם, רעקל, הויזן, וועסטל, און צום סוף טרעפט ער איז אין זיין האנט.... בקיצור, דיע עפיזאד (איך האב עס גוט געשריבן? די ערשטע מאל וואס איך נוץ דיע ווארט..) איז די תוצאה פון דעיס וואס אסאך מאל רופסטו איינעם, און ס'קלינגט, און קלינגט, און קלינגט, און קלינגט. און ביז די לעצטע לעצטע רגע וואס די ווילסט שוין אפהאקן, אדער א רגע פאר די מאשין הייבט אויף - דעמאלסט הייבט ער אויף... גוט מארגן... ער האט זיך דערמאנט....
5. פארוואונדערטער
דיע זענען דיע מענטשן וואס הייבן אויף די טעלעפאן מיט 'העלא?!?!' מיט אזא מין פראגע צייכן, כאילו 'די רופסט מיך יעצט??'
איז אזוי, אויב איז ער דיין חבר, האט עס מער אזא מינע ווי 'יענקל?? 'די' קלינגסט מיר??' (מיט די טראפ אויף דע 'די') איך האב דיר עפעס געטון??
און ווען ס'איז א פרעמדע, און ער זעט דאך נישט ווער ס'איז איז עס אזא מין אינטערעסאנטע מינע ווי 'איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער פון ווי ווייסטו איר ווער איך בין?! און פון ווי האט איר בכלל מיין נאמבער??!'
6. שונא הקדמות
יא ער האט נישט ליב די אלע הקדמות, און חנפערייען וויאזוי די שמועס הייבט אן,
ער הייבט אויף די טעלעפאן מיט א 'יאאא?' ווי צו זאגן - וואס דארפסטו??
די גאנצע שמועס פון
- העלא?
- יא וואס הערט זיך? וויאזוי גייט עס?
- ב"ה אלעס אקעי, און ביי דיר??
- אויך ב"ה, וואס זאגטסו אויף די נעכטיגע וכו'
- גראדע האלט איך אז ס'נישט אזוי וכו'
*און נאך א גאנצע שמועס קומט*
- סאו וואס איך האב דיר געוואלט פרעגן איז אויב קענסט מיר ברענגען מארגן וכו'
יעצט, דיע אויבנדערמאנטע שונא הקדמות, ער מיט די איין 'יאאא?' האט ער געסקיפט די גאנצע שמועס!! אן קיין 'העלא' אן קיין 'וואס הערט זיך' אן די אלע שמועסן, גלייך צום נקודה! וואס דארפסטו? (ער זאגט עס נאר מיט א שענערע טאן... נישט 'וואס דארפסטו' נאר 'יאאא?'....)
7. טשיטא
פשוט און פלעין. ער רעדט כמעט אזויווי די פריערדיגע אבער די משמעות פון זיינע ווערטער מיינען גאר עפעס אנדערש.
ער הייבט אויף די טעלעפאן מיט 'יא יא?'. ניין, ליין עס שנעל. יא יא?
כאילו - 'בעצם וואלט איך געשמועסט מיט דיר פאר די נעקסטע פאר טעג נאר יעצט יאג איך מיר גאר גאר שטארק איז וואס דארפסטו?' די גאנצע שורה ליגט אין די 2 קליינע נישטיגע איידעלע 'יא יא?'.
שוין, אז ער יאגט זיך העלן מיר אים לאזן גיין און מ'וועט נישט צופיל רעדן פון אים.
דאס אלעס איז נאר מעט מזעיר פון וויפיל אינטערעסאנטע טעלעפאן געשפרעכן ס'פארהאן (איך האב נאר געשריבן מיט וועם איך האב צו טון....)
אדרבא אז איינער האט נאך קען ער צו לייגן.
וואס איז זיכער - זע אז די זאלסט נישט זיין איינער פון דיע אלע........
האטס מיר א לעכטיגע טאג!