אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
אינטערסאנטע זאכן זיך אויסצולופטערן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
אנשטאטס עפענען נאך אן אשכול א יעדע שטיק צייט ווען איך באשרייב אוויאציע קרישקעלעך, האב איך מחליט געווען צו מאכן איין אשכול וואס וועט ווערען אפדעטיד א יעדע שטיק צייט.
איך עפען עס אויף אינטער אונטערהאלטונג ווייל איך האף אז דער עולם וועט זיך קענען אינטערהאלטען אביסעל מיט די געשמאקע קרישקעלעך.
א בחינה ווי נארמיס שאו אדער מעכי רעכי וואס איז אויך אין אינטערהאלטונג.
איך וויל דיירעקט אז דאס זאל נישט זיין אינטער ידעות און וויסענשאפט ווייל כהאב מיך שוין איבערצייגט אז סאיז דא דארט זייער ווייניג באזוכער. אנשטאטס זאל דאס זיין אין קרעטשמע ווי סאיז דא סאך מער באזוכער
איז אויב ווילט איר וויסען יעדע מאל סאיז דא אן אפדעיט, ביטע סאבסקרייבט אייך צו דער דאזיגע אשכול. געט א קליק דער סאבסקרייב באטאן דא
איך עפען עס אויף אינטער אונטערהאלטונג ווייל איך האף אז דער עולם וועט זיך קענען אינטערהאלטען אביסעל מיט די געשמאקע קרישקעלעך.
א בחינה ווי נארמיס שאו אדער מעכי רעכי וואס איז אויך אין אינטערהאלטונג.
איך וויל דיירעקט אז דאס זאל נישט זיין אינטער ידעות און וויסענשאפט ווייל כהאב מיך שוין איבערצייגט אז סאיז דא דארט זייער ווייניג באזוכער. אנשטאטס זאל דאס זיין אין קרעטשמע ווי סאיז דא סאך מער באזוכער
איז אויב ווילט איר וויסען יעדע מאל סאיז דא אן אפדעיט, ביטע סאבסקרייבט אייך צו דער דאזיגע אשכול. געט א קליק דער סאבסקרייב באטאן דא
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
דא האט איר א לינק צו דער פריערדיגע ארטיקלען.
איך האף בקרוב צו לייגען נאך סחורה.
וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!
פון ב"פ קיין וויליאמסבורג אינטער 5 מינוט - אוויאציע 2.0
אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס
פליגערס וואס פארן קיין יוראפ במשך די צופרי שעות
איך האף בקרוב צו לייגען נאך סחורה.
וואס האט פאסירט מיט די Airbus A360?!
פון ב"פ קיין וויליאמסבורג אינטער 5 מינוט - אוויאציע 2.0
אוויאציע 3.0 - ביליגע עירליינס
פליגערס וואס פארן קיין יוראפ במשך די צופרי שעות
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
א געוואלדיגע מהלך.
יעצט דארף מען נאר מסדר זיין מ'זאל זיך קענען סאבסקרייבן צו די ניק אליינס.
יעצט דארף מען נאר מסדר זיין מ'זאל זיך קענען סאבסקרייבן צו די ניק אליינס.
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Re: אוויאציע 4.0
Virgin Group איז א בריטיש באזירטע conglomerate קאמפעני.
conglomerate באדייט א קאמפעני וואס האט אינטער זיך אפאר ביזנעסער וואס איינס האט נישט קיין שייכות מיט דער אנדערע.
נישט אנדערש איז די Virgin Group וואס האט אינטער זיך פארשידינע קאמפעניס וואס פארקויפען פון וויינען, שאמפענען, סעלפאון סערוויס , האטעלן, אין צייטווייליגע זיצען אויף א שידה המיטלטלת מלא וריקן המחזיק יותר מארבעים סאה, וואס צו דעים ווילען אונז צוקומען.
טייל פון די נעמען זענען ווי פאלגענד:
- Virgin Wines
- Virgin Hotels
- Virgin Atlantic
- Virgin Australia
- Virgin Mobile
און נאך אסאך. דא קענט איר טרעפען א ליסטע מיט אלע. אטו כי רוכל ליזל ולייתי.
פיין יעצט אז מיר ווייסען שוין ווער די בעל הבית פון די אלע Virgin קאמפעניס זענען, לאמיר צוקומען צום נושא, וועלכע קאמפעני ווילט איר מען זאל רעדן פון? געוויס עירליינס ניין?! אז נישט זענט איר אין דער אומרוכטיגע אשכול. איז חברה Welcome Aboard.
Virgin Atlantic איז א בריטישע עירליין וואס איז געגרינדעט געווארן אין יארע 1984 למספרם.
די עירליין האט 2 האבס, 1 אין London–Heathrow און 2 אין מאנטשעסטער.
די עירליין איז 51% געאוינט ביי Virgin Group און 49% ביי דעלטא עירליינס.
די עירליין האט As of חודש אגוסט 2024 למספרם 44 פליגערס. זיי האבן נאר wide-body פליגערס וואס באשטייט פון 8 Airbus A330-300
5 Airbus A330-900
12 Airbus A350-1000
און 17 פון Boeing 787-9.
די עירליין איז היינט א מעמבער פון SkyTeam airline alliance וואס אין דעים געפונען זיך אויך א שטייגער ווי Delta Air France און נאך.
די עירליין פירט אן זייערע אפעראציעס פון טערמענאל 3 (T3) אין לאנדאן'ס היטראו לופטפעלד. דא האט איר א בילד.
היטראו לופטפעלד האט היינט 4 טערמענאלס פון 2 ביז 5.
טערמענאל 1 איז פארמאכט געווארן אין 2015.
טערמענאל 2 איז דער נייעסטע טערמענאל וואס איז געפענט געווארן אין 2014. דאס ווערט אויך אנגערופען The Queen's Terminal.
טערמענאל 2 סערווירט בעיקר פאר Star Alliance עירליינס א שטייגער ווי United און Lufthansa.
אפשר וועט מען איין טאג אי"ה רעדן פון די אלע Alliance גרופעס.
טערמענאל 3 איז דער היים פאר רוב oneworld און SkyTeam מעמבערס. דאס נעמט אריין אמעריקאן עירליינס דעלטא Air KLM France אין ווי פריער געשריבען Virgin Atlantic.
רוב פלייטס וואס קומען פון ווייטע פלעצער אדער פון אמעריקא וועלען אנקומען צו טערמענאל 3.
טערמענאל 4. איז אויך פאר די איבריגע SkyTeam עירליינס וואס זענען נישט אין 3. ווי אויך ווערט דאס באנוצט דורך די ציניסטעשע אל על עירליינס. רוב פלייטס וואס קומען קיין טערמענאל 4 וועלען קומען פון מיטל מזרח אזיא אדער אפריקא. אין אנדערע ווערטער די מער קערצערע פלייטס.
טערמענאל 5 האט זיך געפענט 15 יאר צוריק אין 2008. דאס איז דער צווייטע נייעסטע טערמענאל נאך 2.
טערמענאל 5 איז דער גרויסע האב פאר @בריטיש עירוועיס אין איז דער איינציגסטער עירליין וואס באנוצט זיך מיט דאס.
דא קענט איר טרעפען די טערמענאל וואס אייער באליבטע עירליין נוצט אין פאל איך האב עס נאכנישט אויסגערעכענט.
אקעי רבותי איך בין נאכנישט פארטאג, יעדער זאל זיך צוריק אראפזעצען אויף דער פלעצער.
אונז זעמער פארקראכען דא אבער צוריק צו די Virgin Group.
נאך א עירליין אונטער זיי איז Virgin Australia.
Virgin Australia איז א גרויסע דאמעסטעק עירליין אין אסטראליע.
סהאט אויך געציילטע אינטערנאצינאלע פלייטס צו און פון אסטראליע.
די עירליין פלעגט אמאל הייסן Virgin Blue.
די עירליין פירט היינט דורך רייזעס צו 33 דעסטענאציעס אין אסטראליע.
די עירליין פארמאגט היינט צו טאגס נאר Boeing 737 Next generation מיט 737 מעקס. א סך הכל פון 91 פליגערס.
די עירליין האט 3 גרויסע האבס. 1. Brisbane א שטאט אין מזרח אסטראליע. 2. די באקאנטע אידישע שטאט מעלברון 3. אויך א אידישע שטאט סידני. אלע 3 זענען אין מזרח אסטראליע.
Qatar Airways האט אפגעקויפט א גרויסע חלק פון די עירליין.
און צום לעצט פאר היינט איז Virgin America
פאר די עלטערע צווישען אונז וועלען נאך געדענקען די עירליין. Virgin America איז געווען א Low-cost עירליין וואס האט בעיקר אפערירט אין מערב אמעריקא ווי סאן פראנציסקא און לאס אנדשעלעס.
זיי האבען געהאט 67 פליגערס. בעיקר Narrow body Airbus 320 פאמיליע. זיי זענען געפארן צו 31 דעסטענאציעס.
למעשה אין 2018 איז דאס געקומען צו אן ענדע ווען די עירליין האט געמירדזש מיט Alaska Airlines.
למעשה איז יעצט איבערגעבליבען 2 עירליינס אונטער די Virgin Group דאס זענען Virgin Atlantic און Virgin Australia.
@דניאל אויערבאך דאס מאל האב איך אייך נישט געמאכט שווינדלען
This information was brought to you by
@בריטיש עירוועיס
בריטיש איז an author of many articles on ivelt since 2023
דאס איז עס פאר היינט. נישט פארגעסען זיך צו סובסקרייבען צו באקומען א נאטעפיקאציע גלייך אין אייער אינבאקס
- יחליצך
- שר האלף
- תגובות: 1621
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
- לאקאציע:מאחורי הפרגוד
Re: אוויאציע 4.0
אהא, כ'הער שוין פינקטליך...בריטיש עירוועיס האט געשריבן: ↑ דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 8:27 pmטערמענאל 5 איז דער גרויסע האב פאר @בריטיש עירוועיס אין איז דער איינציגסטער עירליין וואס באנוצט זיך מיט דאס.
- רוממה
- שר חמש מאות
- תגובות: 661
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
- לאקאציע:הויעך הויעך
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
הערליך!!
שיינע זאך צו מאכן איין צענטראלע אשכול פאר אלע אוויאציע פוינט זיראוס
איין הערה, איך מיין אז ווירדזשין אמעריקע איז יא געפארן טראנסקאנטינענטל פונקט ווי אויף וועסט-קאוסט.
כמעט זיכער אז הרה"ק בעל מאור מ'סקולען איז געפארן מיט זיי קיין פאלם ספרינגס בשנת תשע"א (אזוי געדענק איך פונעם באגלייטן אין עירפארט, אבער די זכרון קען מישן נאך אזויפיל יארן)

איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
- רוממה
- שר חמש מאות
- תגובות: 661
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
- לאקאציע:הויעך הויעך
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
דארפסט ווען ווידמען אפאר שורות פאר די אייגנארטיגע גרינדער Sir Richard Branson
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
- פיינע קאווע
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 2:42 pm
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
יעצט זיי מיר מסביר וואסי פשט אז " בריטיש עירוועיס" באשרייבט Virgin Atlantic
העניוועי זייער הנאה געהאט
העניוועי זייער הנאה געהאט
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
יא מעגליךרוממה האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 12:38 amהערליך!!
שיינע זאך צו מאכן איין צענטראלע אשכול פאר אלע אוויאציע פוינט זיראוס
איין הערה, איך מיין אז ווירדזשין אמעריקע איז יא געפארן טראנסקאנטינענטל פונקט ווי אויף וועסט-קאוסט.
כמעט זיכער אז הרה"ק בעל מאור מ'סקולען איז געפארן מיט זיי קיין פאלם ספרינגס בשנת תשע"א (אזוי געדענק איך פונעם באגלייטן אין עירפארט, אבער די זכרון קען מישן נאך אזויפיל יארן)
אבער זייער עיקר פאוקס ווי אויך זייער האבס זענען געווען אין מערב אמעריקא
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
עכט איז ער אל על...פיינע קאווע האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 5:21 amיעצט זיי מיר מסביר וואסי פשט אז " בריטיש עירוועיס" באשרייבט Virgin Atlantic
העניוועי זייער הנאה געהאט
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 180$
און אנדערע צרכי סת''ם - שיקט אן אימעיל צו. [email protected]
ללא חשש גילוי.
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
דיין זכרון ארבעטראטשילד האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 10:10 amעכט איז ער אל על...פיינע קאווע האט געשריבן: ↑ מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 5:21 amיעצט זיי מיר מסביר וואסי פשט אז " בריטיש עירוועיס" באשרייבט Virgin Atlantic
העניוועי זייער הנאה געהאט
- האמפטי דאמפטי
- שר האלף
- תגובות: 1494
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2024 12:59 pm
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
סובסקרייבד! כ'האב געזען אין אפלאודען אשכול אז עפעס קומט, כ'האב נישט געוואוסט וואס..
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
LaGuardia Airport
LaGuardia Airport
LaGuardia Airport אדער ווי מען רופט עס אין קורצען LGA, טראגט איר נאמען נאכען געוועזענעם ניו יארק סיטי מעיאר Fiorello La Guardia.
די עירפארט איז געפענט געווארן אין 1939.
די עירפארט דינט אלץ אן האב פאר אמעריקאן און דעלטא עירליינס.
די עירפארט געפינט זיך אין East Elmhurst קווינס, נישט ווייט פון וויליאמסבורג.
די עירפארט געפינט זיך אויף דער GCP Grand central parkway.
LGA האט 2 ראנוועיס, איינס גייט אין 4/22 דיירעקציע און דער צווייטער 13/31.
ביידע זענען בערך 7000 פיס לאנג, צוליב די קורץ קייט קענען נאר קלענערע פליגערס לאנדען דארט
LaGuardia Airport האט נישט קיין בארדער קאנטראל גרעינץ. רוב פלייטס זענען פון אמעריקא, די געציילטע אינטערנאצינאלע פלייטס למשל פון מאנטריאל אדער טאראנטא גייען דורך די גרעינץ נאך אין קאנאדא, ווען זיי קומען דא אן קענען זיי גלייך ארויס שפאצירען.
LaGuardia Airport פלעגט אמאל האבען 4 טערמענאלס.
למעשה בויעט מען איבער אז C מיט D זענען געווארן איין גרויסע טערמענאל C.
למעשה איז דא יעצט 3 טערמענאלס וואס זענען ווי פאלגענד מיט זייערע לאגאס
טערמענאל A וואס ווערט אויך אנגערופען די Marine Air Terminal אדער בקיצר MAT ווערט היינט בשעת דער שורות ווערען געשריבען באנוצט בלויז דורך איין עירליין Spirit Airlines.
טערמענאל A איז די עלטסטע און ווייניגסטע פראכט פון אלע טערמענאלס צוליב וואס אלע אנדערע זענען דורך געגאנגען רענעוואציעס.
טערמענאל B ווערט באנוצט דורך אפאר עירליינס א שטייגער ווי אמעריקאן דזשעט בלוי און יונייטעד.
טערמענאל B איז א נייע טערמענאל וואס איז ממש לעצטענס געווארן גאר שיין איבערגעבויט. די טערמענאל איז צוטיילט אין 2 חלקים אדער ווי מען רופט עס אין ענגליש Concourses. די East חלק וואס איז בלויז פאר אמעריקאן עירליינס, און דער West חלק וואס איז פאר אלע אנדערע עירליינס.
דערנאך איז דא טערמענאל C, די טערמענאל ווערט באנוצט בלויז דורך דעלטא עירליינס. די טערמענאל האט 4 חלקים אדער ווי גערופן אין ענגליש Concourses.
די טערמענאל איז אויך א גאר נייע אוו שיינע טערמענאל וואס איז ממש יעצט געווארן איבערגעפרישט.
דעלטא איז דער גרעסטע עירליין אין LGA. דערנאך קומט אמעריקאן עירליינס.
דא האט איר א ליסטע פון אלע עירליינס און וועלכע טערמענאל זיי באנוצען זיך.
LGA האט א רול וואס ווערט גערופען די 1500 Mile perimeter rule. וואס דאס מיינט אז א פליגער פון און צו דער עירפארט קען נישט פארן מער ווי 1500 מייל אויסער צו דענווער קאלאראדא אין אויסער אום שבת.
די סיבה פאר דעים איז ווייל זיי האבען נישט געוואלט אנלייגען דער עירפארט מיט צופיל טרעפיק, ווי אויך האבן זיי געוואלט האלטען די לענגערע רוטס קיין JFK אדער נוארק.
נאך א סיבה איז ווייל סאיז שווער פאר די קורצע ראנוועיס צו האנדלען די פליגערס וואס פארן ווייט, וואס צוליב דעים ווערט עס דורכגעפירט מיט גרעסערע פליגערס, ווי אויך פליגערס מער אנגעפילט מיט גאז.
צוליב דער רול קענט איר נישט טרעפען קיין פליגערס פון LGA קיין לאס אנדשעלעס אדער אריזאנע.
בילד פון דער נייע טערמענאל
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
א פרישע קאפיטל פון בריטי מוז מען גלייך ליינען!
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
🎼לא לא לא תנצחו אותי, לא מנצחים אותי, כל כך מהר…🎼
טעראר אויפן בריק - די געשיכטע פון ארי האלבערשטאם
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
- אלטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10079
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 14, 2020 12:44 pm
- לאקאציע:אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
זייער שיין.
אויב איז דאס אזוי קליין, וואס פעלט ער אויס בכלל, אז 5 מינוט פון אים איז דער קעיניג JFK?
כ’מיין אז אלע עירליינס חוץ ספיריט פארן אויך פון JFK, ניין?
אויב איז דאס אזוי קליין, וואס פעלט ער אויס בכלל, אז 5 מינוט פון אים איז דער קעיניג JFK?
כ’מיין אז אלע עירליינס חוץ ספיריט פארן אויך פון JFK, ניין?
ווייל איך בין א אידעלע, זינג איך מיר א לידעלע, ווייל איך בין א איד, זינג איך מיר א ליד
- שמייכל תמיד
- שר האלף
- תגובות: 1255
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2017 4:21 pm
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
@בריטיש עירוועיס
די בילדער קומען עפעס נישט אריין געהעריג אויפן עפפ, ווי ליגן די בילדער?
דינען דעם באשעפער בשמחה תמיד
- קענסט מיר נישט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6150
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
- פארבינד זיך:
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
הערליך און קלאר ווי אייביג
רפרם גרינפעלד האט געשריבן: ↑ מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 9:13 pmדו פרייסטעך מיט די דעמאקראטן'ס סוקסעסן און איך פריי מיך מיט טראמפ'ס, הער אויף פעינטן א פיקטשער ווי כאילו דו ביזט דער נייטראלער מענטש און איך בין דער פארגלייבטער קולטיסט.
- איך הייק
- שר האלפיים
- תגובות: 2334
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
- לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
זייער שיין אין קלאר!
טערמינעל a זעהט אויס אביסל ווי די סטארידזש פון די שמש.... ווי מ'גייט באפמט מען אריין אין באקסעס אין און געשעפטן....
טערמינעל a זעהט אויס אביסל ווי די סטארידזש פון די שמש.... ווי מ'גייט באפמט מען אריין אין באקסעס אין און געשעפטן....
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
1 אויף אייוועלטשמייכל תמיד האט געשריבן: ↑ זונטאג סעפטעמבער 22, 2024 10:57 pm@בריטיש עירוועיס די בילדער קומען עפעס נישט אריין געהעריג אויפן עפפ, ווי ליגן די בילדער?
1 אויף וויקיפידיע
די טערמענאל לאגא אויף דער עירפארט וועבסייט
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
סאיז גארנישט אזוי קליין
סאיז פון דער 20 גרעסטע עירפארטס אין אמעריקע
- רוממה
- שר חמש מאות
- תגובות: 661
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
- לאקאציע:הויעך הויעך
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
שכח @בריטי
!!
כ'האב הנאה געהאט פון דעם ארטיקל
כ'האב הנאה געהאט פון דעם ארטיקל
איך שרייב ווייל איך קלער אז איר וועט האבן פארגעניגן פון דאס געשריבנס. ביטע לייקט בכדי מיר צואוויסן צו טאהן אז ס'איז ווירקליך אזוי. דאנקע!
For business inquiries please contact [email protected]
- בריטיש עירוועיס
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5134
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 7:42 pm
- לאקאציע:פליגער
Newark Liberty International Airport
Newark Liberty International Airport
ניוארק עירפארט אדער ווי ס'ווערט גערופען בקיצר EWR, איז דער צווייט-גרעסטע עירפארט אין דער ניו יארק עירפארט סיסטעם איינס אינטער JFK.די סיבה פארוואס ס'הייסט EWR און נישט NEW... איז ווייל דער אמעריקאנער מיליטער האט רעזערווירט אלע N פאר זיי. ממילא איז מען געגאנגען צו דער נעקסטע אות כזה NEWaRk.
די עירפארט טראגט איר נאמען נאך דער געגענט ווי ס'געפינט זיך אין Newark New Jersey.
די עירפארט דינט אלץ א גרויסע האב פאר United עירליינס און פאר FedEx Express.
די עירפארט איז געפענט געווארן אין 1928 מיט א 95 יאר צוריק.
די עירפארט פארמאגט 3 ראנוועיס. אין די דיירעקציא פון
4L/22R
4R/22L
11/29
די ערשטע צוויי זענען א 10 11 טויזענט פיס לאנג. דער לעצטער איז א 6 און אהאלב.
די עירפארט קען זייער קלאר געזעהן ווערען ווען מען פארט אויף דער New Jersey Turnpike I95.
ביפאר סעפטעמבער 11 האט די עירפארט געהייסען Newark. נאך 9/11 דערנאך וואס United Air פלייט 93 וואס איז געווען א חלק פון דער אטאקעס, האט מען צוגעליגט דער נאמען Liberty אלץ סימפאטיע פאר דער Statue of liberty.
די גרעסטע עירליין אין ניוארק איז United מיט איבער 60 פערצענט. דערנאך איז Jetblue און אמעריקאן.
ניוארק סערווירט היינט ארום 50 קעריערס.
די עירפארט האט אויך א Helipad וואס סעווירט א סערוויס וואס שטעלט צו הליקאפטער ריידס פון עירפארט צו 34 Street אין מאנהעטן אין אינטער 5 מינוט.
די עירפארט האט 3 טערמענאלס.
A האט 33 געיטס
B 24
און C האט 68 געיטס.
די נומבערס פון די געיטס הייבט זיך אן אין טערמענאל A אלץ Gate A1 און ענדיגט זיך אין טערמענאל C אלץ C138.
טערמענאל A איז א ברענד נייע טערמענאל וואס איז ממש לעצטענס איבערגעמאכט געווארן .
טערמענאל A פירט אן אפעראציעס פאר אמעריקאן דעלטא Jetblue און Air canda.
אויסער די אינטערנאצינאלע פלייטס וואס מען גייט נישט דורך די גרעינץ אין דער פלאץ ווי מען פארט ארויס אזוי ווי למשל אין קאנאדא ווי געשריבען ביי די LaGuardia תגובה זיי קומען אן קיין טערמענאל B צוליב וואס A האט נישט קיין בארדער קאנטראל גרעינץ.
דאס ווערט אנגערופען non-precleared פלייטס פאר ווער ס'וויל עס נאכקוקען.
טערמענאל B ווערט בעיקר באנוצט דורך אויסלענדישע עירליינס א שטייגער ווי @בריטיש עירוועיס און Lufthansa.
ווי אויך האט מען דער ביליגע Spirit עירליינס אויך אהון געשיקט כדי נישט צו נהנה זיין פון דער נייע טערמענאל A.
דער טערמענאל איז אויך אריבער געגאנגען לעצטענס רענעוואציעס ווי מען האט געטוישט אפאר ס'כיסא לייט באלבס.
דערנאך האבען מיר טערמענאל C
טערמענאל C ווערט בלויז באנוצט דורך United ווי זיי האבען זייער דריט גרעסטע האב נאך Chicago און טעקסעס.
פאר ווער ס'געדענקט נאך פלעגט עס יארן באנוצט ווערען דורך Continental airlines ביז יונייטעד האט עס איבער גענומען.
מען דארף באטאנען אז די פלייטס וואס ווערט דורך געפירט דורך אמעריקאן און דעלטא זענען נאר דאמעסטיק פלייטס. זייער אינטערנאצינאלע פלייטס פארט בלויז דורך JFK.
דא קענט איר זעהן א ליסטע מיט אלע עירליינס פון וועלעכע טערמענאל זיי פארן.
ניוארק עירפארט פארמאגט א מענטשען ריקער (Air Train) בלע"ז וואס וועט אייך ארום נעמען פון איין טערמענאל צום צווייטען.
די עירפארט ארבעט אויף א פריעקט צו איבער מאכן א גאר נייע Air train וואס וועט זיין פארטיג ביי 2029.
די אלטע וועט בלייבען אין באנוץ אפילו בשעת מען וועט בויען דער נייע.
דא האט איר א מאפע פון דער טרעין. איר קענט מיט דעים קאנעקטען צו אנדערע טריענס וואס וועלען אייך נעמען צו Penn Station.
- שלמה מולכו
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4581
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
- לאקאציע:אין פעלד
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
@בריטיש עירוועיס
הערליכע ארבעט!
viewtopic.php?p=5402643#p5402643
איין זאך האסטו נישט אויסגעשמועסט, וועלכע טערמינעל זאל א רויכערער נעמען? נאכדערצו אז מהאט א סטאפאווער, עניטינג טו דו?
viewtopic.php?p=5402643#p5402643
איין זאך האסטו נישט אויסגעשמועסט, וועלכע טערמינעל זאל א רויכערער נעמען? נאכדערצו אז מהאט א סטאפאווער, עניטינג טו דו?
פון רעמסס קיין ניו יארק
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.
מיין וואקאציע - קאליפארניע
מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
- רוממה
- שר חמש מאות
- תגובות: 661
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 12, 2024 4:20 pm
- לאקאציע:הויעך הויעך
Re: אוויאציע אונטערהאלטונג - בריטיש עירוועיס
שכח @בריטי
!!
זייער אסאך שיינע קרישקעס, מיט אפאר חידושים וואס איך בין געוואויר געווארן יעצט!
איך זעה אז ניוארק און לאגווארדיע נוצן די זעלבע דריי קאלירס פאר די טערמינאלס, אבער פארדרייען ווי להכעיס אז ס'זאל נישט זיין די זעלבע קאליר פאר די זעלבע בוכשטאב.
שארפן מיר זיך שוין די ציין פאר JFK!