גענוג! כלל ישראל איז שוין 'סיק ענד טייערד' פון די פרא טראמפ'ערס... פון וואס?
אזוי גייט עס, די לינקע פון צווישן אונז האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א ווילדע ראמפאזש אקעגן סיי וועמען וואס זיינע שיטות זענען גענויגט אויף רעכט. הע, וועלן זיי לאכן מיט א שפאטישע געלעכטער, ''דו ביסט אויך א טראמפיסט''? ווי כאי' אויב יא ביסטו פון זינען אראפ. זיי ווייסן אז מ'דארף גיין מיט די קידערגארטן מיידל העריס, זיי זענען קלוג...
צו אייך טייערע ברודער האב איך גאר פרייליכע נייעס. ניין און ניינציג פון די היימישע אידן וואס וועלן פאר טראמפ זענען נישט פארקויפט פאר אים, גלייבסט מיר? קיינער האלט נישט אז ער איז א מלאך און קיינער איז נישט איינגערעדט אז ער איז א מושלם מיט אלע מעלות. נאך מער, איך קען נישט אפי' איין היימישע איד וועלכע וואלט גרייט געווען צו נעמען דעם טראמפ'ן אלס איידעם פאר זיין טאכטער. אזוי?! יא פונקט אזוי.
מיר וויסן אויך אז ער איז א שווערע מענטש מיט שווערע נאטורן. (נישט אז דאס בארעכטיגט שוין אלס וואס מען וויל אים אנשמירן מיט. נישט אז ער ווערט שוין יעצט א קרימינאל פארן טון עפעס וואס אלע אנדערע פרעזידענטן האבן געטון.)
וואס יא?
דער עולם וויל א גוטע פרעזידענט, דעטס אלל.
דעריבער קום איך ארויס בריש גלי; יא, איך האלט פון טראמפ, איך האלט ער איז די בעסטע אויסוואל פאר אמעריקא לויט די אומשטענדן! ב''ה אז מיינע אויגן זענען נישט צוגעקלעבט צו די לינקע מידיע מאניפילירער און איך האב מיך נישט אנגעהערט מיט טויזענטער שעות פון אנטי טראמפ רעטאריק.
און ניין, איך בין נישט פארקויפט פאר אים .
יא! איך האלט אז ער האט געטון אן אויסגעצייכנטער דזשאב אין זיין ערשטע פיר יאר, סיי אין די עקאנאמיע, סיי אין די זיכערהייט פון אמעריקא און סיי אין די וועלטס סטאביליטעט, טראמפ האט געפירט די לאנד! און דערפאר בין איך וויליג אים צו שענקען מיין שטימע.
וואס נישט? איך און אזוי אויך דעם איבערוויגנדע מערהייט פון כלל ישראל וואס האלטן פון אים זענען נישט זיינע חסידים. אמת ער איז פרעצופאל אויך א גוטע אינטעטעינער און עס איז אינטערעסאנט אים צו וואטשן. אבער דעטס אלל. הער אויף אונז צו פארשמירן מיט א רויטע פארטוך.
דו אנקלאגער ביסט נעבך פארנער'ט פון די לינקע מידיע וועלכע באניצט זיך מיט דעם טענה צו אינטערמיניווען די לעגימיטעט פון די טראמפ שטיצער און זיי פארשרייען אלס קולט מיטגלידער. דאס איז שקר וכזב, הוילע לעגאנדעס.
ס'קען אפשר זיין אז די היץ קאפ און מקוה וועלכע פארמאגט א מאקסימום איי קיו פון זיבעציג שטעלט זיך ארויס אלס א טראמפ 'פען' אן וויסן וואס ער האט צו פאקויפן און וואס די ווארט 'פען' מיינט. אבער דארט ענדיגט זיך עס.
צום שלוס, איך וואוט פאר טראמפ ווייל ער איז גוטע פרעזידענט. איך מעג?
כלל ישראל איז שוין סיק ענד טייערד פון די פארשמירער וועלכע פארשמירן אונז!