די האסט דערמאנט אמעריקען עקספרעס, האב איך מיך דערמאנט אזא מעשה,
איינמאל האבן זיי אריינגערופן אין אפיס פרעגן צו איך בין צופרידן פון זייערע סירוועס'ס, אז זיי פרעגן האב איך רעכט צו ענטפערן... האבעך מיך באקלאגט פאר דעם יענטע אז זייערע ראטעס זענען פיל העכער ווי די אנדערע פירמעס,
האט זי מיר מסביר געווען אז ס'איז אמת אז זיי זענען אביסל טייערער אבער מען דארף אין אכט נעמען אז אנדערע פירמעס האבן פארשידענע זייטיגע טשארטש'ס וואס זיי האבן נישט.
איך בין עס קיינמאל נישט נאכגעגאנגן, אבער וואסאכילק? אונז פלאנ'ן עניוועי נישט צו סטאפן נעמען אמעקס סא מוז'מר צאלן וויפיל זיי בעטן...
אה נאכאזאך מענין לענין,
עס איז דא סטאר'ס וואס געבן כידוע אזא קרום מיט די נאז ווען דער קאסטומער שטרעקט אויס א קארטל אלץ א פארם פון באצאלן, ווער רעדט נאך די מחמירים בעטן נאך אביסל מער לכבוד דעם.
איך פארשטיי זייער גוט די געפיל פון דעם געשעפטס מאן ווייל איך זע אויך יעדע חודש וויפיל געלט גייט אוועק פארדעי קרעידט פראסעסינג פי'ס...
איך בין שוין אסאך בא'גנב'עט געווארן אפילו פון 'היימישע' פירמעס. די רעיטס זענען קיינמאל נישט געווען דאס וואס זיי האבן צוגעזאגט, און די פיעס און טשארדזשעס זענען כסדר געשטיגן, און קאסטומער סערוויס האב איך נישט געקריגן פון זיי.
למעשה האב איך שוין נישט קיין מערטשענט אקאונט, אבער ווי איך הער איז טאקע פידעליטי דאס מערסטע ארענטליך. אין אמת'ן האב איך זיי גערופן פאר'ן גיין צום אנדערן [גנב], און זיי האבן מיר געזאגט אז זיי געבן טאקע העכערע רעיטס, אבער ס'איז נישטא קיין פיעס וכו'. איך האב זיך בא'נער'ישט און געגאנגען צום אנדערן, אבער אויפ'ן טעלעפאן האט מיר אויסגעזעהן ווי זיי זענען היבש ארענטליך און צוגעלאזן צום קאסטומער.
אויף אמעריטשויס (פרייזלער) הער איך אויך עפעס אויסערגעווענליכע גוטע רעזולטאטן.
ביי אונליין פראסעסינג קומט צו א 'פארמיטלער' צווישן די באנק און דעם "ווירטואלע שאפינג קארט" (אי-קאממערס סאלושען). די ריזיגע געיטוועי פירמעס זענען "אוטורייז.נעט", וועריסיין, סייבער-סאורס, פעיפעל-פרא, איי-טרענזעקט וכו' נאך פול. זייער תפקיד איז צו קאמיוניקירן מיט ווירטואל שאפינג קארט און דערנאך מיטן באנק וחוזר חלילה, די געיטוועי מאכט זיכער אז די אינפארמאציע וואס דער קאסטומער שטעלט אריין שטימט מיט די אינפארמאציע אין פייל מיטן באנק און אזוי ווערט דער טראנזאקציע געקלערט.
די געיטוועי קאמפאני מאכט געלט דורך רעכענען א מאנאטליכע אפצאל פון בערך 10 ביז 30 דאלאר, פלאס א 'טראנזאקציע פי' פאר יעדן טשארזש בערך 20-30 צענט געוואנדן וויאזוי דיין בראוקער האט דיך אויפגעסיינט. דאס הייסט חוץ די מאנאטליכע דיסקאונט ראטע און אנדערע פיס פון די פראוויידער איז דא נאך אן אפצאל פאר די געיטוועי.
ווייערלעס נוצט נישט קיין געיטוועי אזויווי ביי אונליין פראסעסינג, אבער עס קאסט פול טייערער צוליב די עצם מאשינקע וואס פארמאגט בילט-אין ווייערלעס טעכנאלאגיע ווי אויך די מאבייל קאמיוניקאציע וואס איז טייערער פונקט ווי א סעלפאון איז געווענליך טייערער פון א לענדליין.
די פיקסד פיס זענען געווענליך צאהלונגען וואס קומען מאנאטליך אדער אן איינמאליגע 'אויפסיינען פי', לדוגמא: אויפסיינען פי; = בערך 150 דאלאר מאנאטליכע סטעיטמענט פי; = בערך $10 מינימום פי- אויב האט איר גארנישט געטשארזש; = בערך $15 פער טראנזאקציע פי - דאס איז חוץ די געווענליכע דיסקאונט רעיט; = בערך 20 צענט אדררעס וועריפיקעשאן פי - אויב האט איר אויפגעסיינט פאר דעס סערוויס; = בערך 5 צענט געיטוועי פי - אויב נוצט איר אונליין פראסעסינג; = בערך 20 צענט.
אמעריקען עקספרעס און דיסקאווער רעכענען אן איינמאליגע אויפסיינען פי פון ארום 25 דאלער.
דיסקאונט ראטעס די דיסקאונט רעיטס זענען שטארק געוואנדן וועלכע פון די אויבנדערמאנטע פראסעסינג סערוויסעס איר נוצט.
פאר די בעסיק פראסעסינג סערוויס ווען מען סווייפט א קארטל זענען די ראטעס אומגעפער = 1.80 פראצענט פון די טאטאל טרענזעקציע אמאונט. אויב פאנטשט מען אריין די קארטל קאסט עס בערך פון 2.00 ביז 2.15 פראצענט.
פאר די אונליין פראסעסינג סערוויס ווען מען נוצט א שאפפינג קארט אדער א ווירטואלע טערמינאל זענען די ראטעס אומגעפער = 2.29 פראצענט פון די טאטאל טראנזעקציע. פלאס עס קומט צו א געיטוועי פי ווי דערמאנט פון 20 ביז 30 צענט פער טראנזעקציע.
פאר ווייערלעס פראסעסינג זענען די ראטעם ארום 3.5 ביז 3.95 פערצענט. טא ווען איר גייט צו א דינער און איר זענט מנדב 100 דאלער אין די ווייערלעס טערמינאל, קאסט עס פארן מוסד א שיינע פראצענט.
קרעדיט קארד טייפּס חוץ די אלגעמיינע ראטעס קומען צו נאך פארשינדנארטיגע טשארזשעס און פיס, דארטן זענען דא פראוויידערס וואס קענען גוט אריינארן די מערטשענטס. עס זענען פארהאן פארשידענע סארטן קרעדיט קארד און צו דעם קומען צו די אלע פיס. איין קליינעם דוגמא איז די באקאנטע "ריווארד קארד" פון סיטי אדער בענק אף אמעריקע, האט איר שוין אמאל געטראכט פון וואו די בענק האבן געלט צוריקצוגעבן די אלע מתנות פארן ענד-יוזער? דער תירוץ איז אז דארטן קומען צו נאך א קליינע אפצאל וואס די בענק רעכענען צו פערט טראנזאקציע, און די פראוויידערס לייגן צו געווענליך דעם טשארזש צום מערטשענט מיט גרויסע פראצענטן זיכער צו מאכן אז זיי בלייבן מיט עפעס געלט.
באקומען אין אימעיל היינט פון א היימישער איד, איך לייג עס אן א נאמען, אויב דארפט איר מער אינפארמאציע ווענד זיך צו מיר אין אישית
Good Day!
In these economic hard times we all strive to cut business expenses so less of our hard earned money will be wasted, thereby increasing our profit. As always we constantly search the market for the best available products to best serve our customers.
Credit Card Processing
Credit Card Processing is one of the expenses in the operation of every business. Statistics show that credit card sales increased drastically over the past few years. Today, over 75% of purchases are made by credit card, including wholesalers, service companies, and charity donations.
There are a lot of reasons attributed to that. A large factor is today’s failing economy, every time a card is used; up to 4% of the low profit margin is swiped away by the processing firms, costing businesses thousands of dollars annually.
I was introduced to “Cross Atlantic Ventures". They started business with one concept: reduce their expenses, automatically reducing their clients processing fees, but nevertheless maintaining the highest level of accuracy and customer satisfaction.
They had put forth a large sum of money in an escrow account which allows them to assess the risk levels of their clients. By doing so they are able to maintain a large credit line with HSBC while simultaneously eradicating their liability. This allows them to offer any merchant the highest quality service at the lowest rate.
After carefully researching this company I excitedly joined them to offer my business acquaintances & friends the opportunity to save 20%-25% on their processing charges.
Remember, I’m not asking you to switch for the rate you are currently paying. We will reduce your cost significantly! Please give me the opportunity to prove those facts to you by faxing me your last credit card statement. Within 24 hours, I'll email you a compression chart showing you how much you would pay with us and your total savings. I’m positive there will be no need to persuade you after that.
Looking forward to serving all your credit card processing needs!
איך האב אויך געהאט געסוויטשט צו אים, און ס'האט מיר גענומען זייער לאנג צו כאפן אז איך צאל איבער. און ווען כ'האב געוואלט רעדן צו איינעם האב איך געקענט טאפן א וואנט. כ'האב געמוזט רופן די מערטשענט קאמפאני און קענסלען די אקאונט ווייל היי-טעק האט דאס מיר נישט געטוהן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?