Re: קרעדיט קארד פראסעסינג - מערטשענט סערוויסעס
אויב נוצטו קוויק בוקס קענסטו נוצן זייער קרעדיט קארד פראסעסינג פאר 2.9%, אדער קענסטו גיין צו קארדנאקס פאר 3%, די מעלה פון קארדנאקס איז אז ס'איז אונטער פידעליטי און דו געניסט פון זייער נעקסט לעוועל קאסטומער סערוויס, משא"כ קוויק בוקס אויב גייט ארויף א האלד אויף די געלט קענסטו נישט וויסן פון פאראויס צו דארט איז דא מיט וועם צו רעדן, קוק פריער אין די אשכול ווי מענטשן רעדן זיך אפ אויף גויאישע קאמפעניס אז מ'האט זיי געלייגט א האָלד אויף אסאך געלט ואין קול ואין עונה.covfefe האט געשריבן:איך דארף טשארטשן אפאר קק חודשליך פון מיינע קאסטעמערס (ביזדערווייל אינטער 2000 א חודש), ווייסט איינער וועלכע איז די ביליגסטע/פראקטישע קאמפעני צו ניצן?
א שיינעם דאנק
אני כשלעצמי נוץ גראדע יא קוויק בוקס, פארוואס? א גוטע קשיא...
אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.