מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

בן אוני
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש יולי 13, 2024 10:48 pm

מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן אוני »

לכבוד כלל ישראל בכלל, און ידידיי תושבי אייוועלט בפרט, דא רעדט צו אייך ידידכם @בן אוני


קודם כל וויל איך אייך זאגן א גרויסן יישר כח פארן נעמען די מי צו ליינען, מגיב זיין, לייקן, און מיטפילן אויף מיין ערשטע ארטיקל viewtopic.php?t=70313

און ספעציעל צו די אלע צענדליגע וואס זענען געקומען צו מיר אין אישי מיט חיזוק, מיטגעפיל, עצות, און אייגענע לעבנס עקספעריעס... זאל אייך השי"ת באצאלן מיט אלץ גוט'ס, איר זאלט נישט וויסן קיין צרות יגון ואנחה... און דער וואס דארף א ישועה, זאל אויפגעראכטן ווערן במהרה.

(אגב, ווען איר זאלט ווען וויסן וואס גייט אריבער אויף אזויפיל היגע ניקס... אוי... השם ירחם... באשעפער אין הימל, האב שוין רחמנות אויף דיינע אומשולדיגע קינדערלעך...)



איך וויל מיט אייך אויסשמועסן א שטילן/ברענעדיגן נושא - וואס איך ווייס אז עס קען זיין סענסיטיוו צו געוויסע, און רוב אירע וועלן עס בכלל נישט משיג זיין... איך ווייס נישט אויב דאס איז די ריכטיגע פלאטפארמע פאר דעם... אבער דאס איז וואס איך קען טון... און אייוועלט האט א גרויסע כח און השפעה, אויף די אידישע וועלט... און לאמיר זעהן אויב עפעס קען ווערן דערפון...

קען זיין געוויסע וועלן שרייען: ווער איז דער קליינער פריצל, וואס קומט זיך טיילן דעות... אבער ווי שוין מערערע מאל ארויסגעברענגט דא אויף אייוועלט, אז אין געוויסע (בעצם אלע..) נושאים איז די יארגאנג קיין פאקטאר, נאר די עקספעריענס, און אין דעם בין איך א זקן מופלג, און מיין בארד איז ווייס.... אזוי אויך איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א שיינע צאל אינגעלייט וואס מוטשען זיך אין ענליכע ענינים....



ובזה החלי: אן אריינצוגיין אין פרטים, וואס ווען און פארוואס - אין 'מיין דזשערני' האב איך פיל מאל געדארפט צוקומען צו פראפעסיענאלע ייעוץ והדרכה בענינים אלו, און ברוך השם - לא אלמן ישראל, עס פעלן נישט קיין ארגעניזאציע'ס און רבנים פון וועם מען קען נהנה זיין עצה והדרכה אין די ענינים.

אבער איך וויל אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס וואלט געקענט נוצן א תיקון, איך וויל רעדן צו עטליכע פראנטן, כלפי יונגעלייט, כלפי רבנים/מדריכים, און כלפי ארגעניזאציע'ס.


א) הנוגע לאינגעלייט: אסאך אסאך אינגעלייט כאפן און ווייסן נישט אליינס אז מען קען און מען 'דארף' פרעגן פאר הילף, (און אסאך ווייבלעך פארלאזן זיך בלינדערהייט אויף זייער מאן, און אויב די מאן 'האלט' נישט אז מען קען טון עפעס מער פראפעסיאנעל - איז גוט... און וואוסן זאלסטו - ס'איז דיין אחריות... און דיין עתיד).

און אפילו א אינגערמאן וואס כאפט יא אז עפעס איז ראנ"ג, האט נישט קיין אנונג וויפיל יעדע קליינע חילוק - קען האבן א פערמענאנטן אפעקט לטב ולמוטב.

און אפילו ער כאפט יא אביסל די וויכטיגקייט הענין, ווייסט ער נישט וואו צו גיין: זאל איך יעצט לויפן צו ___, מיט מיין קליינע נעבעכדיגע פראבלעם?! זיי דילן דאך מיט מעגא גרויסע פראבלעמען!!!

צו דיר אינגערמאן וויל איך זאגן, פרעג/רעד/שמועס זיך דורך מיט דיין מורה הוראה, און מיט א פראפעסיאנעל... און שעם זיך נישט צו פרעגן פון חשוב'ע פרעסטיזשפולע מומחים, כי לכך נוצרו... און אפילו דו פילסט ווי א פגע, נאכאלץ לוינט זיך עס....

און אייביג פרעג א צווייטע אפיניאן, און טראכט זיך איבער (אדער לאז איינער וואס פארשטייט אין די נושאים - זיך איבערטראכטן) וועלכע מיינונג צו פאלגן, אדער גאר הערן א דריטן...

און געדענק, יעדע קליינע מאס פרעווענטשאן - קען פארמיידן הויפענס פון עגמת נפש/ייסורים/טרערן/בלוט...


ב) הנוגע לרבנים: עס זענען באמת דא פילע רבנים מומחים וחכמים, וואס קענען ארויסהאבן א מצב און וואוסן וואו אנצופרעגן און אפילו גרייכן העכערע פענסטער... און אשרי חלקם אז זיי זענען עוסק בענינים אלו בבחינת דוד המלך, אבער עס איז אויך דא א מציאות פון א רב - טאקע גאר חשוב און טייער - אבער די חלק הרפואי איז נישט זיין עקספערטיז... אזא רב זאל האבן א קאלעגע רב/מומחה וועם צו שיקן אזאנע שאלות/אינגעלייט, און נישט פראבירן אליינס אויסצופיגערן וועמען/וואס/וויאזוי צו פרעגן, (און כ'האף אז עס איז זייער ווייניג מצוי - א רב וואס האט אליינס כלומ'פערשט אויפגעבויעט א געוויסע זעלבסט געקרוינטע מומחה, און פרעגט אן ביי אים הארבע שאלות... ואכמ"ל...)


ג) הנוגע לארגעניזאציע'ס: ס'איז ברוך ה' אכשר דרא, און ס'איז דא מערערע ארגעניזאציעס און ייעוץ והדרכה, אויף פילע שטאפלען און לעוועלס, פון קלייניגקייטן (וואס דארף א פשוט'ע טויש פון דיעטע, מאנגל אין געוויסע ווייטאמין וכו') ביז ריזיגע ערנסטע שאלות (וואס גייט אריין אין דיני נפשות ושאר ענינים חמורות וכו') און אלעס אינדערמיט.

ולא הרי זה כהרי זה, נישט יעדע ארגעניזאציע/עסקן/יועץ וכו' איז געמאכט פאר יעדע קעיס, און צומאל ווען מען פרעגט א "גרויסע" ארגעניזאציע א "קליינע" שאלה, וועלן זיי עס נישט נעמען גענוג ערנסט, און לאו דוקא אז די נושא איז בכלל זייער פעלד פון עקספערטיז... וואס ווען מען מען פרעגט ווען די "קליינע" ארגעניזאציע, וואלטן זיי זיך איבערגעגעבן בלב ונפש, און גענוצט זייער ברייטע עקספערטיז צו מדריך און מייעץ צו זיין.

ווי שיין וואלט געווען ווען ארג. א' שיקט א קעיס צו ארג. ב' אפילו זיי זענען א"ג קאמפעטישאנס, אדער זאגן כאטש אז די ספעציפישן נושא, איז נישט זייער עקספערטיז...

און הוא הדין פארקערט - די קליינע ארג. זאל צושיקן הארבערע שאלות צו די גרויסע ארג., און נישט פראבירן אריינגיין אין גרעסערע שוך...



דא קומט מיין חלום = אפשר זאל מען עפענען א "נייע ארגעניזאציע" וואס וועט דינען אלץ פארמיטלער, און צושיקן יעדע קעיס - צו די ריכטיגע ארגעניזאציע, דאס איז "מיין חלום"... (אפשר בזכות זה, וועל איך געהאלפן ווערן......)
אויב האסטו עפעס וואס דו קענסט ארויסהעלפן - קום ביטע אין אישי...


איך האף קיינער וועט נישט נפגע ווערן פון מיינע דיבורים, איך מיין קיינעם פערזענליך...



ויהי רצון לפני אבינו שבשמים אז אלע חשוכי ומעוטי בנים, זאלן אויפגעראכטן ווערן במהרה מיט זרע של קיימא בניקל ובהרחבה, און זען הויפענס הייליג אידיש נחת.
לעצט פארראכטן דורך בן אוני אום דינסטאג סעפטעמבער 10, 2024 11:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יקל פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:42 pm
לאקאציע:צווייטע שטיבל פון די לינקע זייט

Re: מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקל פעדער »

זאגסט א געדאנק.
אן ארגענעזאציע שדכן!
ס׳איז טארע א ווייטאג ווען צו מאל פארגעסן געוויסע איינגעשטעלטע אינעם ארגענעזאציע, אז זיי זענען דא צו העלפן, און נישט זיך בויען א ברענד און א עגאו.
אוועטאר
פאנטאזיע פליער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 17, 2022 11:32 am

Re: מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאנטאזיע פליער »

אמסארי
אבער איך אלס אן עקספיעריענס'דיגע פאנטאזיריר


אן עי סירעיס נאאט,
זעה איך אז די גייסט נאך רעיזן א מיליאנע
ביים קאמפיין פון דיין מוסד!

כבר היה
ביי אלע אנדערע
בהתחלה האט מען נישט געגלייבט דערין

פון דיין שפראך/שריפט שיינט עס זייער שטארק ארויס

הצלחה הצלחה והצלחה!
אוועטאר
יש משהו
שר האלפיים
תגובות: 2388
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 13, 2023 10:47 am

Re: מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש משהו »

איך גלייך גאר שטארק די געדאנק.

אבער איז דען דא איינער אויפן וועלט וואס גייט קענען פארטראגן צו הערן אזויפיל ווייטאג/מחלות/פראבלעמען וכו'?

כ'גלייב אז יא. כ'האף אז יא.

די וועלט מוז אזא ארגאניזאציע!

בן אוני! גא פאר איט!
ארטיקל 'שלפים' - ליל שישי פארברענג מיט @יש משהו!!

מפתח:
viewtopic.php?p=5433669#p5433669
אוועטאר
יחזקאל סגל לנדא
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

הערט זיך סעריעס...

נו... האסט שוין א נאמען פארן ארגעניזאציע?
זייטיגע נאטיץ
זוכט איר סטעמפס? גוטע פרייזען!
רופט/טעקסט 9176183475 אימעילט [email protected]
אוועטאר
ווייסע לייב
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 22, 2024 8:03 pm

Re: מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסע לייב »

גיי דערפאר!!! JUST DO IT
אראפ מיט גוגל!! Abajo Google!!! DOWN WITH GOOGLE
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: מיין מוזיניק'ל ביי די צוויי און צוואנציג... חלק ב' - וואס איז די פלאן אויף ווייטער?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

א גאר ריכטיגע און וויכטיגע זאך!
ודי בזה
געדענקען צו פארגעסן
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”