העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

אין א קאלטע פארמיטאג ערגעץ ווי אין א חדר.

א ציטער הערשט אין קלאס. אלע קינדער זיצן אויפן שפיץ בענקל און עס קלאפט זיי א צאן אויף א צאן...

א קלייניגקייט?! מנהל זעקלמאן פארהערט. און ווען די מנהל פארהערט ציטערן די סארדינען אין זייער פושקעס.
כבקרת רועה עדרו פארט די מנהל אריבער צווישן מושי און מעכי ווען אינצווישן הערט זיך בלויז די גערודער פון די זשומענדע פליגן וואס זייער פליגלען קלאפן זיך צאם איינס צו צווייטן.

נישט איינמאל האט זיך אזא פארהער פארענדיגט מיט א פלוצלונגדיגע אנפאל פון בייזע קלעפ אויף די אינגע פענימער, ''דו מיינסט ס'איז עפעס א פארוויילונגס ארט דא?!'' פלעגט די מנהל שרייען בשעת'ן אראפלאזן זיינע פעשע פויסטן אויך די אומשולדיגע הינער. קיינער וויל דאס נישט טועם זיין...

אבער דאס איז נישט געווען קיין פשוט'ע פארהער. ביי דעם פארהער זענען אויך געווען אנוועזנד די עלטערן פון די קינדער און דאס האט פילפאכיג פארמערט די דרוק אויף אלע קינדער.

''הערשי'' האט די מנהל זיך געוואנדן צו איינע פון די קינדער, ''וואס מיינט לולב היבש?''

הערשי האט אויפגעלאכטן ווי א נאכט לאמפ ענדלעך קען ער שוין רעדן און באקומען זיין נויטיגע אויפמערקזאמקייט.

''אה, גוט אז דו פרעגט'' האט ער אנגעהויבן רעדן מיט זאפט, ''איך געדענק ווען איך בין געווען אויף א טריפ ביי לונא פארק, אוי איז דאס גוט געווען, איך און מיינע חברים זענען געווען אויף יעדער רייד! הערסט?" האט הערשי געזאגט שטאלץ

אלע קינדער האבן זיך געהויבן די ברעמען, ''וואס זאגט ער דא?''

די מנהל האט פארגעזעצט, ''און וואס איז די הלכה מיט א לולב פון א עיר הנידחת?''

הערשי האט גענומען דאס ווארט, איין זאך איז זיכער, קף'ס בעקעריי האט די בעסטע 'טשיז דעלקעלעך' פון די גאנצע שטאט. אפי' ס'איז דא וואס האבן בעסער ליב 'שלומי'ס, זיי וויסן נישט וואס מיינט גוט...

מיט דעם איז די מנהל זאט געווארן און זיך גערוקט ווייטער צום נעקסטן, די קינדער און עלטערן צוגלייך זען געבליבן פארשטימט נישט פארשטייענדיג וואס איז דא פארגעקומען.

צוויי וואכן שפעטער, ביים גרויסן סיום, די מנהל שטעלט זיך אויף און נעמט דאס ווארט; און מיט דעם ווילן אויפרופן די געווינער פון די פארהער, נישט קיין צווייטער ווי הערשי!!!

אין אנדערע ווערטער;

נעכטן איז פארגעקומען א דעבאטע. א דעבאטע איז א צייט ווען ביידע קאנדידאטן שטעלן זיך ארויף אויפן פאדעיום און מען גייט דורך א צאל וויכטיגע נושאים וועלכע אינטרעסירן די אמעריקאנער וויילער. די שטייגער איז אז די מאדערעיטאר פרעגט א קשיא און ביידע קאדידאטן האבן א שאנס צו ענטפערן דערויף.

האב איך געזאגט ענטפערן? אוי, אנטשולדיגט, דאס איז נישט די אנגענומענער סטיל היינט צוטאגס... (איך קען נאך ווערן באשולדיגט אלס ראסיסט פארן אראפרייסן העריס. א שטייגער ווי העריס שרייעט אויף טראמפ אז ער איז א ראסיסט וויבאלד ער האט געשטעלט פראגן אויף אבאמא. וואס?)

וויצע פרעזידענט פון די בעסטע אדימיניסטראציע אין אמעריקא'ס היטאריע האט זיך אויפגעשטעלט מיט א צווייטע אגענדע. אירע משרתים האבן איר אנגעגרייט א טוץ פון ווילדע קללות וועלכע דארפן געשאסן ווערן אויף טראמפ, נישט קיין חילוק ווי וואס און ווען. און זי ווי א וואיל מיידל האט אויסגעפאלגט.

בערך אזוי איז עס צוגעגאנגען.

מאדערעיטאר: וואס האלסטו אויף קלימאטן טויש

העריס: טראמפ איז א רעסיסט

מאדערעיטאר: וואס איז דיין פלאן פאר די צוקונפט פון אמעריקא

העריס (מיט א רירנדע שטימע): ווען איך בין געווען אטערני האב איך קיינמאל נישט געפרעגט פון די אנגעקלאגטע אויב זיי זענען א דעמאקראט אדער א רעפאבליקען.

(בוטשער: און איך האב קיינמאל נישט געפרעגט אויב זיי עסן בראקלי פאר ברעקפעסט)

מאדערעיטאר: נעמסטו אחריות אויף דעם צופידלטן רוקצוג פון אפגאניסטאן

העריס: טראמפ רעספעקטירט נישט די ארמיי. ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אמעריקא איז נישט פארמישט אין קיין שלאכט.

(בוטשער: און דאך שטארבן אמעריקאנער זעלנער...)

מאדערעיטאר: וואס האלטסו בנוגע מדינות ישראל: איך בין אויפגעוואקסן צו די מיטל קלאס און טוראמפ האט געהאט לאנד, אסאך לאנד...

(קען זיין איך האב ארומגעטוישט, אבער גלייב מיר ס'מאכט נישט אויס...

עני וועי, די געדאנק איז קלאר. העריס האט נישט גע'ענטפערט אויף כמעט קיין איין פראגע, אריינגעשניטן פרעזענדליך אין טראמפ אגאנצע צייט (עפעס אויף וואס טראמפ איז געווארן אראפגעריסן פארן טון) און געוויינט מיט קראקעדייעל טרערן.

אבער דאך, די מידיע נעצן האבן בכלל נישט קיין ספק אז זי האט באזיגט.

נו, נו.
לעצט פארראכטן דורך בוטשער אום מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:12 pm, פארראכטן געווארן 7 מאל.
ביידען בימי זקנתו
|
לייבל בעל עגלה
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 27, 2024 10:43 am

Re: העריס, אין א רירנדע מאמענט: איך האב זיי געפרעגט, ''אר יוא אוקעי?''

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבל בעל עגלה »

יא יא
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: העריס: יאנוואר 6 איז געווען ערגער ווי נעכטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

גאר גוטע געדאנקען
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: טא דע פאינט. העריס...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

רפרם גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 3:46 pm
דאס ערשטע מאל האסטע מסביר געווען אז סאיז נישט נוגע ווער סהאט געווינען, די עיקר דארף מען קוקן אויפן קאנדידאט. דאסמאל שאלסטו מיטן העריס געווינס...

בשעת זי רעדט פון אירע געוואלדיגע פלענער פאר די פיוטשער זענען די גרעניצן ברייט אפן, אבער לאמיר רעדן פון שמחות...פון די פיוטשער...איינער קומט דיר אפמאנען א חוב, ענטפערסט אים לאמיר רעדן פון די פיוטשער...וואט עי ביוטיפל פיוטשער....פשיהא....
גוט
ביידען בימי זקנתו
|
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5807
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

בוטשער האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 3:56 pm
אין א קאלטע פארמיטאג ערגעץ ווי אין א חדר.

א ציטער הערשט אין קלאס. אלע קינדער זיצן אויפן שפיץ בענקל און עס קלאפט זיי א צאן אויף א צאן...

א קלייניגקייט?! מנהל זעקלמאן פארהערט. און ווען די מנהל פארהערט ציטערן די סארדינען אין זייער פושקעס.
כבקרת רועה עדרו פארט די מנהל אריבער צווישן מושי און מעכי ווען אינצווישן הערט זיך בלויז די גערודער פון די זשומענדע פליגן וואס זייער פליגלען קלאפן זיך צאם איינס צו צווייטן.

נישט איינמאל האט זיך אזא פארהער פארענדיגט מיט א פלוצלונגדיגע אנפאל פון בייזע קלעפ אויף די אינגע פענימער, ''דו מיינסט ס'איז עפעס א פארוויילונגס ארט דא?!'' פלעגט די מנהל שרייען בשעת'ן אראפלאזן זיינע פעשע פויסטן אויך די אומשולדיגע הינער. קיינער וויל דאס נישט טועם זיין...

אבער דאס איז נישט געווען קיין פשוט'ע פארהער. ביי דעם פארהער זענען אויך געווען אנוועזנד די עלטערן פון די קינדער און דאס האט פילפאכיג פארמערט די דרוק אויף אלע קינדער.

''הערשי'' האט די מנהל זיך געוואנדן צו איינע פון די קינדער, ''וואס מיינט לולב היבש?''

הערשי האט אויפגעלאכטן ווי א נאכט לאמפ ענדלעך קען ער שוין רעדן און באקומען זיין נויטיגע אויפמערקזאמקייט.

''אה, גוט אז דו פרעגט'' האט ער אנגעהויבן רעדן מיט זאפט, ''איך געדענק ווען איך בין געווען אויף א טריפ ביי לונא פארק, אוי איז דאס גוט געווען, איך און מיינע חברים זענען געווען אויף יעדער רייד! הערסט?" האט הערשי געזאגט שטאלץ

אלע קינדער האבן זיך געהויבן די ברעמען, ''וואס זאגט ער דא?''

די מנהל האט פארגעזעצט, ''און וואס איז די הלכה מיט א לולב פון א עיר הנידחת?''

הערשי האט גענומען דאס ווארט, איין זאך איז זיכער, קף'ס בעקעריי האט די בעסטע 'טשיז דעלקעלעך' פון די גאנצע שטאט. אפי' ס'איז דא וואס האבן בעסער ליב 'שלומי'ס, זיי וויסן נישט וואס מיינט גוט...

מיט דעם איז די מנהל זאט געווארן און זיך גערוקט ווייטער צום נעקסטן, די קינדער און עלטערן צוגלייך זען געבליבן פארשטימט נישט פארשטייענדיג וואס איז דא פארגעקומען.

צוויי וואכן שפעטער, ביים גרויסן סיום, די מנהל שטעלט זיך אויף און נעמט דאס ווארט; און מיט דעם ווילן אויפרופן די געווינער פון די פארהער, נישט קיין צווייטער ווי הערשי!!!

אין אנדערע ווערטער;

נעכטן איז פארגעקומען א דעבאטע. א דעבאטע איז א צייט ווען ביידע קאנדידאטן שטעלן זיך ארויף אויפן פאדעיום און מען גייט דורך א צאל וויכטיגע נושאים וועלכע אינטרעסירן די אמעריקאנער וויילער. די שטייגער איז אז די מאדערעיטאר פרעגט א קשיא און ביידע קאדידאטן האבן א שאנס צו ענטפערן דערויף.

האב איך געזאגט ענטפערן? אוי, אנטשולדיגט, דאס איז נישט די אנגענומענער סטיל היינט צוטאגס... (איך קען נאך ווערן באשולדיגט אלס ראסיסט פארן אראפרייסן העריס. א שטייגער ווי העריס שרייעט אויף טראמפ אז ער איז א ראסיסט וויבאלד ער האט געשטעלט פראגן אויף אבאמא. וואס?)

וויצע פרעזידענט פון די בעסטע אדימיניסטראציע אין אמעריקא'ס היטאריע האט זיך אויפגעשטךעט מיט א צווייטע אגענדע. אירע משרתים האבן איר אנגעגרייט א טוץ פון ווילדע קללות וועלכע דארפן געשאסן ווערן אויף טראמפ, נישט קיין חילוק ווי וואס און ווען. און זי ווי א וואיל מיידל האט אויסגעפאלגט.

בערך אזוי איז עס צוגעגאנגען.

מאדערעיטאר: וואס האלסטו אויף קלימאטן טויש

העריס: טראמפ איז א רעסיסט

מאדערעיטאר: וואס איז דיין פלאן פאר די צוקונפט פון אמעריקא

העריס (מיט א רירנדע שטימע): ווען איך בין געווען אטערני האב איך קיינמאל נישט געפרעגט פון די אנגעקלאגטע אויב זיי זענען א דעמאקראט אדער א רעפאבליקען.

(בוטשער: און איך האב קיינמאל נישט געפרעגט אויב זיי עסן בראקלי פאר ברעקפעסט)

מאדערעיטאר: נעמסטו אחריות אויף דעם צופידלטן רוקצוג פון אפגאניסטאן

העריס: טראמפ רעספעקטירט נישט די ארמיי. ס'איז דאס ערשטע מאל וואס אמעריקא איז נישט פארמישט אין קיין שלאכט.

(בוטשער: און דאך שטארבן אמעריקאנער זעלנער...)

עני וועי, די געדאנק איז קלאר. העריס האט נישט גע'ענטפערט אויף כמעט קיין איין פראגע, אריינגעשניטן פרעזענדליך אין טראמפ אגאנצע צייט (עפעס אויף וואס טראמפ איז געווארן אראפגעריסן פארן טון) און געוויינט מיט קראקעדייעל טרערן.

אבער דאך, די מידיע נעצן האבן בכלל נישט קיין ספק אז זי האט באזיגט.

נו, נו.
גוט געזאגט!

היינט קען מען שוין זאגן עולם הפוך ראיתי, דא אויף דעם עולם ממש.

מיר לעבן היינט אין א פארקערטע וועלט, און מען טאדעלט אונז אז אונז זענען גאר די פארקערטע.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר האלף
תגובות: 1036
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

איך פארשטיי נישט צו קיין פאליטיק, אבער איך פארשטיי אידיש!!
דברי חכמים כדרבונות
טיפע חשבונות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 31, 2024 3:00 pm

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיפע חשבונות »

ChatGPT האט מיר עס איבערגעזעצט אין א געשמאקע ענגליש... (מינערוויכטיגע פרטים געטוישט)

◄ ווייז ספוילער
On a cold morning, somewhere in a small classroom.

Tension filled the room. All the students sat on the edge of their seats, nervously awaiting their turn, hearts racing...

Why? The principal, Mr. Zeckelman, was conducting an oral geography exam. And when Mr. Zeckelman conducted an exam, it was like a storm brewing over the students, waiting to pour down with its force. He would walk between the rows, going from one student to the next, while the only sound heard was the faint buzz of a fly hovering around the room, its wings beating against the silence.

In the past, these exams sometimes ended with angry outbursts and harsh punishments. The principal would slam his fist on the desk, shouting, “Do you think this is a place for games?!" letting his fury fall on even the innocent ones. No one wanted to be on the receiving end of that.

But this was no ordinary exam. The students' parents were also present, adding even more pressure to the already tense atmosphere.

"Ryan," the principal called out, turning to one of the students, "Can you tell me the capital of France?"

Ryan lit up like a lamp that finally got its turn to shine. This was his moment to speak, to grab the attention he craved.

“Oh, I'm glad you asked,” he began enthusiastically, “I remember when I went on a trip to Disneyland, it was amazing! My friends and I went on all the rides! You know?”

The other students raised their eyebrows, wondering what on earth he was talking about.

The principal continued, “And what can you tell me about the geography of South America?”

Ryan didn’t miss a beat, jumping right back in. “One thing’s for sure, Johnson’s Bakery has the best cinnamon rolls in town! Even though some say they prefer Baker’s Delight, they just don’t know what real quality is.”

With that, the principal sighed and moved on to the next student, leaving the children and parents equally bewildered, unsure of what had just taken place.

Two weeks later, at the grand graduation ceremony, the principal stood up to announce the winner of the geography exam—and to everyone’s surprise, it was none other than Ryan!

Now let’s shift to another kind of test.

Yesterday, a debate took place. A debate is a time when both candidates stand on a stage and discuss important issues that matter to voters. The moderator asks a question, and both candidates get a chance to respond.

Did I say respond? Oh, I apologize, that’s not the style these days... (I might get accused of bias for pointing this out, just like how some accuse Trump of being divisive for questioning Obama.)

The vice president from one of the most talked-about administrations in American history took the stage with a different plan. Her team had armed her with a string of insults to fire at Trump, regardless of what was asked. And she followed through like a good student.

Moderator: What are your thoughts on climate change?

Harris: Trump is a racist.

Moderator: What is your plan for America’s future?

Harris (with emotion): When I was Attorney General, I never asked anyone if they were Democrat or Republican before taking action.

(Bystander: And I never asked if someone ate broccoli for breakfast before starting my day.)

Moderator: Do you take responsibility for the chaotic withdrawal from Afghanistan?

Harris: Trump doesn’t respect the military. This is the first time America isn’t involved in a war.

(Bystander: Yet, American soldiers are still losing their lives...)

Anyway, the point is clear. Harris barely answered a single question, cutting in constantly to personally attack Trump (something Trump himself was criticized for), all while shedding crocodile tears.

And yet, the media had no doubt—she was declared the clear winner.

Interesting, isn’t it?
יעצט קען עס שוין יאסי געשטעטנער פאוסטן אויף X...
אוועטאר
magic shots
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 29, 2023 2:42 am

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך magic shots »

chat gpt:

דער טעקסט וואָס דו האסט אהערגעברענגט שילדערט צוויי סיטואציעס: די ערשטע איז א דרוקפולע סצענע אין א חדר וואו דער מנהל פארהערט קינדער, און די צווייטע איז א סארקאַסטישע אפהאנדלונג פון א דעבאטע צווישן ווייצע פרעזידענט קאמעלא העריס און פרעזידענט טראמפ.

אין די ערשטע סצענע, די קינדער זענען אונטער שרעק און פרעשור פון די מנהל, וואס פארהערט זיי אויף הלכה אין א ריזיגע מתיחות. די סיטואציע איז איבערצויגט מיט הומאר, ווי הערשי שרייבט אויס אין א בלאנדזשעניש ווען ער ענטפערט איבער לונא פארק און בעקערייען ענשטאט אויף די הלכות, צוליב וואס ער ווערט פארצייטיג "דער געווינער" פון די פארהער, טראץ דער אומשולדיגקייט פון זיינע ענטפערס.

די צווייטע סצענע איז א קאמענטאר אויף די אמעריקאנער פאליטישע דעבאטן, און זי נוצט א סארקאַסטישן טאן צו באשרייבן ווי די דעבאטע צווישן קאמעלא העריס און טראמפ איז ווייט פון א פערזענליכע און פראפעסיאנעלע דעבאטע. העריס ווערט אויסגעמאלן ווי זי באליידיגט טראמפ אנשטאט צו ענטפערן אויפן מאדערעיטאר'ס פראגעס, און די מידיע ווערט אראפגעמאכט פארן שטענדיק שטיצן איר, אפילו ווען זי איז נישט איידעל אין איר אויפפירונג.

דאס גאנצע איז א פאראדיע מיט א הומאריסטישן אונטערטאן, וועלכע שפיגלט די צווייפלהאפטיקייט פונעם חינוך סיסטעם אין א חדר און פון די פאליטישע סיסטעם אין אמעריקע.
הייזקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 01, 2024 9:15 pm

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייזקעלע »

איין חילוק פונעם משל ביזן נמשל .
אינעם נמשל ווייסט יעדער איינער אז הערשי איז טויט גוט מיט די מנהל, און אז די מנהל איז צוקריגט מיט יענקעלע ווי א בייזע שוואם,
הערשעלע האט נישט מורא פונעם פארהער, ווייל ער ווייסט אז ער קען רעדן פון די פאריעריגע שניי, און טאמער וועט ער קעקעצען, וועט די מנהל צולייגן, יא, יא, איך גדענק נאך, אוי איז עס געווען א שניי, דריי פיס הויעך, איך געדענק נאך אפי' ווי יענקעלע האט זיך מיאוס אויסגעגליטש, און יעדער האט געלאכט כא, כא, כא,

איין זאך האט הערשעלע מורא, און די זעלבע די מנהל ציטערט אין די הויזן פאר דעם,
דעס איז פון יענקעלע .....
דער יענקעלע.. ער איז בחור, ער האט ארויס די גאנצע קרעפ פון די מנהל, ער איז פונטקליך באהאווענט מיט די צופארענע ווערטשאפט, וואס מס. מנהל מענעזשט זיין מוסד,
און יענקעלע, דער איז גארנישט קיין נאר, ער פארשטייט גוט צו דעי מיוחס קרופציע, צווישן די מנהל און הערשעלע, און האט ארויס די יד אחת צווישן דעי צוויי,
אין איין ווארט, דער יענקעלע, האט ארויס די גאנצע קאטשקע בראטשקע, פון די מנהל'ס- הערשעלע ווערטשאפט,

צו די זייט האט ער א פיסקל אויף שרויפן, א יונגער מחוצף, און האלט זיך נישט אפ פון אויספויקן די מנהל, און זיין באליבטע הערשעלע, אויף אלע גאסען, אזוי שאפט ער ערענסטע פראבלעמען, און קאפוויי ,בעיקר פאר הערשעלע,
זיין גאנצע מיוחס-יוחס, איז אונטער פראגע צייכן, אדאנק דעם יענקעלע, די ערד שאקלט זיך אונטער אים,

און אין די זעלבע צייט, פילט די מנהל, ווי יענקלס ארבעט הייבט אן שלאגן ווארצלען, און נאך אביסל איז ער אויס קאפליטש מאכער, יענקל נעמט אלעס איבער,

שוין...
דא, קומט די גרויסע פארהער פון סוף יאר, אלע טאטעס, און זיידעס, קוקן שון ארויס אויף דעם, ווען מגייצעך צוזאמנעמען, די מנהל, די קינדער, און די עלטערן, צום גרויסן פארהער,

אבער, פאר די דריי, הערשעלע - מנהל, און יענקעלע, איז די נאכט גאר גאר באדייטפול,
הערשעלע, וואס האט נישט געלערנט ווי גרויס די יאר איז אפי א פסוק חומש, דארף פלוצלינג אויפווייזן אז ער קען יא, און אז אגאנץ יאר האט ער גאר פלייסיג גלערענט, נאר קיינער האט נישט געזען, אזויווי א ל''ו צדיק...
דער מנהל ציטערט אין די הויט, פון יענקעלעס פיסקעל, ער זאל נאר נישט פארציילן פאר יעדעם, אז הערשעלע האט געשפיעלט גלח א גאנצען טאג, און געשאסן ראבערס אין קלאס, אבער קיין אות אחת נישט געלערנט, פארהערטס אים נאר... ער קען נישט קיין עברי.... ווייל אויב יענקעלע, איז דעס מצליח צו טון, דעמאלטס איז מוצאי פורים..., געענדיגט מיט די גוטע צייטן...
נו! וואס טוט מען?
איז אזוי, אפאר וואכן פאר די גרויסע פארהער, רופט די מנהל אריין זיין הערשעלע, און זאגט אים,
הער מיך איין מיין טייער קינד! עס קומט א גרויסן פארהער, זייער א גרויסע ,ווייסן ווייס איך דאך, אז די קענסט נישט קיין ווארט, און סאיז גרויסע צרות, און טאמער קענסטו נישט זעמער ביידע אויף צרות,
און איך דארף דיר נישט זאגן, אז די, פיל מער פון מיר, אז די יכולס'ט נישט, וועסטו ווערן אויס מיוחס, יא, יא ,זייער ביטער....

נו! איז, הער מיר אויס, מיין טייער קינד, דא האב איך דיר אנגעגרייט א העפט, מען עפענט עס אויף פון די רעכטע זייט, און מען ליינט פון רעכטס אויף לינקס, סאיז געפינטעלט אז די זאלסט עס קענען ליינען, ליין אלעס וואס שטייט דא, חזר דיך גוט איין די תירוצים, און תשובות, עקסטער צום סוף, חזר דיך איין די בייגעלייגטע פראזען,אזוי אז די זאלסט עס קענען ישר והפך!
און די איבריגע לאז פאר מיר פירט אויס די מנהל ...
געדענק! זאגט די מנהל נאכאמאל שטיינעדיג שוין ביים טיר, אפי די קענסט נישט איבער זאגן, די קעקעץ נאר, איך וועל שוין דעמאלטס רעדן פאר דיר.

הערשעלע, באגרייפענדיג די סכנה, נעמט זיך חזרן מיט א פלייס, ער זעצט זיך אריין בין תנור לכריים, אינטען און בעסמינט, זאל מיר יעדער זוכען... און חזרט, און חזרט, און חזרט.

די מנהל, אויף די אנדערע זייט טיר, נעמט אפיר זיין ''אמת ביכל'' , ווי יעדע עבירה, פון יעדע יונגעל, ווערט פארצייכענט מיט א דייטשע פונטקליכקייט,
מישט אויף צו יענקעלע, און הייבט אן צאמצורעכענען אלע עבירות וואס יענקעלע איז אלס באגאנגען, פון די פריסטע יוגענט אין קינדער גארטן, ביז היינט צוטאגס און כיתה ט',
יענקעלע במשך די יארן האט זיך מער ווי איינמאל צואמפערט, מיט די מנהל, און אויף גאר פערזענליכע שטאפלען, עס פעלט נישט פאר די נמנהל קיין רויטע צייכענעס אויף יענקעלעס נאמען אינעם ביכעל, אמת'ע, ווי נישט אמת'ע, צוגלייך...

די מנהל, מאכט א קלארן סדר און די רויטע מגילה, וואס אלס דער יענקעלע וועט מוזן ענטפערן ביים פארהער, און דאס מאל נישט ווי אלעמאל ביז אהער,- מורמלט זיך די מנהל אונטער- וועט דער יעקלע נישט זיך ארויסדרייען פון מיינע קשוית, איינמאל און נאכאמאל, וועל איך אים איבערפרעגן, ווי א סקרול דרייווער, זאל יעדער זעהן ווי דער קען נישט ענטפערן,

נאר דאך האב איך מורא פאר זיין פיסקעל, דער ווייסט דאך פונטקליך וואס צו זאגן, איז אלזא, קען מען זיך נישט פארלאזן נאר אויף דעם, דעריבער איז אפגעשמועסט געווארן צווישן די מנהל און הערשעלע, אזא סטראטעגיע.
איך, זאגט די מנהל פאר הערשל, וועל אנשטעלן א שטרענגע פנים, און מיט מיינע פראגעס פארהאלטן דעם יעקל פאר זיינע זונד, די, אלס א לעבעדיגע עדות, זאלסט פלעין צו שאקלען מיטן קאפ, יא, יא, ווי איינער זאגט וועיר''ד...
דערווייל, וועל איך נישט לאזן דעם יענקעלע מיר אפענטפערן, נאר איך וועל אים דרילן, ווי א דריללער, איינמאל און נאכאמאל, אזוי אז ביים דריטן תירץ, זאל ער עיניוועי אויסקוקן ווי א פארלירער,
יעדער זאל טראכטן, פארוואס איז עפעס מיט דעם יענקעלע פארהאנקערט?
דערנאך ווען עס קומט דיין רייע, זאלסטו ווי א וואוילע טאטעלע ענטפערן ווי פארגעגרייט,
דעם יענקעלע, זאלסטו נישט פארגעסן צו שעלטן, און פארשפייען, ווי מער די קענסט,
און די איבריגע, וועל איך שוין צוענדיגן,
אזוי אז יעדער זאל דערהערן וואס פארא שלעכט יונגל דער מחוצפ'ל איז...

יענקעלע, ביי זיך אינדערהיים, און פלארידע, ווייסט פיין וואס גייט דא פאר, זייענדיג געוואוינט צו די סארט מאפיא שטיק, ווייסט ער זיך צוצוגרייטן ווי עס באדארף צו זיין,
יענקעלע, גייט איבער אלע זיינע אמפערייען מיט די מנהל, און הערשעלע, און גרייט זיך אן גוטע תיריצום,
און צו יעדען תי' לייגט ער צו א הויפן פון די זעלבע, אדער ערגערע סארט שטיקעס, וואס הערשעלע טוט, טאג איין און טאג אויס, אזוי ס'זאל נישט בלייבן פאר קיינעם קיין ספק, ווער איז די שלעכט יונגל דא!

אבער.... אבער.....

איין זאך, האט אונזער קלוג יענקל, פארגעסן זיך אנצוגרייטן.....,
טאקע, גוטע תירוצים אויף יעדע זאך,
אבער וואס טוט מען ווען די מנהל ווייזט א שטרענגע פנים? און יעדע זאך וואס יענקעלע וועט זאגן וועט די מנהל אים אנשרייען די ליגענער?
און הערשעלעס ליגנטס וועט די מנהל שיין דורעכלאזן?

דעמאלטס.., וועט דאך אויסקומען,אז די טאטעס וועלן באקומען גאר א אנדערע בליק, ווי און די ווארהייט...

אמת,די פאר קלוגע טאטעס וואס קוקן וואס די קינדער ענטטפערן, וועלן טאקע פארשטיין דאס אז יענקעלע קען פיין, און הערשעלע איז נישט איייי איייי,

אבער די טאטעס וואס קוקן אויף אויסערליכע צוגאנג, און שפירן די בלויזע ליפט, די קענען זיך טועה זיין זיי וועלן מיינען אז הערשעלע איז גאר דער וואס קען,

פון דעם האט אונזער יענקעלע פארגעסן זיך צוצוגרייטן........

און יא .... יא....
ווען סאיז אנגעקומען די גרויסע טאג די גרויסע פארהער
האט עס טאקע אזוי אויסגעקוקט!!!
יענקעלע קען טאקע פיין, אבער ער קען נישט איבער קומען די מנהל,

די מנהל באווייזט אהרצושטעלן א בילד ווי דער יענקעלע איז א גאנץ יאר זייער שלעכט,
און ווען סקומט צום פארהער זאגט ער ליגנט...

נאך אלע מעשיות קוקט אויס פארן עולם, ווי הערשעלע איז גאנץ א וואויל יונגל.....
אבער דער יענקעלע איז נישט אזוי וואויל.....

און דעריבער איז אונזער יענקעלע דערקלערט געווארן פאר פאלירער !!
נעקסטיים, אז די ווייסט יא ווי די גייסט, גרייט דיך אן בעסער!!
און אז נישט ....
איז נישט....

געוואלט שרייבען 5 שירות
ס'גיסט זיך דא טינט .....ריבוינעשעלעולם.. סגיסט.... סגיסט....
נא! שיק.. שיק... שיק...
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

הייזקעלע האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 6:19 pm

זייער איינדרוקספול... גוט געזאגט.

איך בין נאר נישט זיכער פארוואס הערשעלע איז דערקלערט געווארן א זיגער אויפן גאס. נאך אלע מעשיות האט יענקלע גוט גע'ענפערט און באוויזן זיך צו אהערשטעלן קלאר טראץ די בייעס... בשעת ווען הערשעלע האט בלויז גערעדט פון די קוכן און ריידס. אבער נא נא, נעקסט טיים הייב דיר נישט אן מיטן מנהל
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

טיפע חשבונות האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 4:43 pm
ChatGPT האט מיר עס איבערגעזעצט אין א געשמאקע ענגליש... (מינערוויכטיגע פרטים געטוישט)

◄ ווייז ספוילער
On a cold morning, somewhere in a small classroom.

Tension filled the room. All the students sat on the edge of their seats, nervously awaiting their turn, hearts racing...

Why? The principal, Mr. Zeckelman, was conducting an oral geography exam. And when Mr. Zeckelman conducted an exam, it was like a storm brewing over the students, waiting to pour down with its force. He would walk between the rows, going from one student to the next, while the only sound heard was the faint buzz of a fly hovering around the room, its wings beating against the silence.

In the past, these exams sometimes ended with angry outbursts and harsh punishments. The principal would slam his fist on the desk, shouting, “Do you think this is a place for games?!" letting his fury fall on even the innocent ones. No one wanted to be on the receiving end of that.

But this was no ordinary exam. The students' parents were also present, adding even more pressure to the already tense atmosphere.

"Ryan," the principal called out, turning to one of the students, "Can you tell me the capital of France?"

Ryan lit up like a lamp that finally got its turn to shine. This was his moment to speak, to grab the attention he craved.

“Oh, I'm glad you asked,” he began enthusiastically, “I remember when I went on a trip to Disneyland, it was amazing! My friends and I went on all the rides! You know?”

The other students raised their eyebrows, wondering what on earth he was talking about.

The principal continued, “And what can you tell me about the geography of South America?”

Ryan didn’t miss a beat, jumping right back in. “One thing’s for sure, Johnson’s Bakery has the best cinnamon rolls in town! Even though some say they prefer Baker’s Delight, they just don’t know what real quality is.”

With that, the principal sighed and moved on to the next student, leaving the children and parents equally bewildered, unsure of what had just taken place.

Two weeks later, at the grand graduation ceremony, the principal stood up to announce the winner of the geography exam—and to everyone’s surprise, it was none other than Ryan!

Now let’s shift to another kind of test.

Yesterday, a debate took place. A debate is a time when both candidates stand on a stage and discuss important issues that matter to voters. The moderator asks a question, and both candidates get a chance to respond.

Did I say respond? Oh, I apologize, that’s not the style these days... (I might get accused of bias for pointing this out, just like how some accuse Trump of being divisive for questioning Obama.)

The vice president from one of the most talked-about administrations in American history took the stage with a different plan. Her team had armed her with a string of insults to fire at Trump, regardless of what was asked. And she followed through like a good student.

Moderator: What are your thoughts on climate change?

Harris: Trump is a racist.

Moderator: What is your plan for America’s future?

Harris (with emotion): When I was Attorney General, I never asked anyone if they were Democrat or Republican before taking action.

(Bystander: And I never asked if someone ate broccoli for breakfast before starting my day.)

Moderator: Do you take responsibility for the chaotic withdrawal from Afghanistan?

Harris: Trump doesn’t respect the military. This is the first time America isn’t involved in a war.

(Bystander: Yet, American soldiers are still losing their lives...)

Anyway, the point is clear. Harris barely answered a single question, cutting in constantly to personally attack Trump (something Trump himself was criticized for), all while shedding crocodile tears.

And yet, the media had no doubt—she was declared the clear winner.

Interesting, isn’t it?
יעצט קען עס שוין יאסי געשטעטנער פאוסטן אויף X...
הע העה ע! כ'האב הנאה פון דעיס... זיס צו זען וויאזי די סיסטעם טייטש איבער די אויסדרוקן.
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
דאני
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 17, 2023 10:03 pm
לאקאציע:אינטער די ביידען רעזשים

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאני »

פיין געשריבען האסט אבער נישט אויסגעפירט אין פאר דעם טאקע שרייט די קעפל פון ניו יארק טיימס עפעס אנדערש פון וואס די מנהל האט געוואלט הערן אין סי ען ען נאמבערס אין די בעק איבער אקאנעמי איז אויכט אנדערש ווי די קווייער אין מווינדערט זיך
וועירד הא הא! וועירד הא הא! וועירד הא הא הא!!
אפילו סאיז א שווערע קאמף זיי די א שווערע קעמפער (מיכא-ל ע"ה)
זיי מחנך דיינע קינדער וועסטו קענען ספוילען דיינע אייניקלעך. ספויעלסט דיינע קינדער וועסטו דארפן מחנך זיין דיינע אייניקלעך
אוועטאר
בוטשער
שר האלף
תגובות: 1286
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 16, 2023 2:48 pm

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוטשער »

דאני האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:14 pm
פיין געשריבען האסט אבער נישט אויסגעפירט אין פאר דעם טאקע שרייט די קעפל פון ניו יארק טיימס עפעס אנדערש פון וואס די מנהל האט געוואלט הערן אין סי ען ען נאמבערס אין די בעק איבער אקאנעמי איז אויכט אנדערש ווי די קווייער אין מווינדערט זיך
גערעכט.

מיר האט נאר געאדערט וויאזוי קול מבשר האט אראפגעלייגט די געשיכטע.

''טייל טענה'ן אז די מאדערעיטערס זענען געווען בייעס'ד וויבאלד זיי האבן מער מאל געפעקט טשעקט טראמפ ווי העריס''

ווי כאי' דאס איז די גאנצע וואס איז דא פארגעקומען?

די מאדערעיטארס זענען געווען בייעסד ווייל זיי האבן נישט אויפגעהערט צו ציבלען טראמפ, אריינהאקן ווען ער פארטיידיגט זיך פון העריס'ס אנפעלער, צוריקגעפרעגט אויף צענדליגע זאכן בשעת'ן נישט אפרעגן העריס אפי איין מאל.

א טאטאלע פארראט
ביידען בימי זקנתו
|
אוועטאר
אבימלך
נייעס טישל פארזיצער
תגובות: 12555
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 11, 2021 10:02 pm
לאקאציע:ביי די נייעס טישל

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבימלך »

בילד
האסט הנאה פון די באריכטן? געב א לייק!
פאר נייעס קליקט דא און פאר קאמענטארן קליקט דא
אוועטאר
גאלע
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 01, 2022 4:22 pm
לאקאציע:שבת ביים קידוש

Re: העריס: איי העוו עי פלען... עי פלען. עי פלען. (יוש ווי גיי איך דא ווייטער?)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלע »

וואס דא גייט נאר נישט פאר...

שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”