קוגל מאכערהאט געשריבן:↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:22 am
בן דותאהאט געשריבן:↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 12:16 am
די ימים נוראים מאכן נישט קיין סטרעס, איר מיינט צו זאגן אז איר נעמט סטרעס פון די ימים נוראים
גוט געזאגט, מצד שני, די ימים נוראים ווי דער מלמד לערנט עס אויס די קינדער, איז יא גאנץ א גורם צו סטרעס.
חלילה!
נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
אויך אמת. אבער דאס דרוקן בעיקר אויף דעם יום הדין חלק, אן ארויסברענגן די גרויסקיין פון ממליך זיין דעם אייבערשטן אויף אונז און אויף די גאנצע וועלט, וואס דאס איז דער תכלית הבריאה, איז אויך א שטארקע גורם צו די סטרעס
קוגל מאכערהאט געשריבן:↑פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 5:22 am
גוט געזאגט, מצד שני, די ימים נוראים ווי דער מלמד לערנט עס אויס די קינדער, איז יא גאנץ א גורם צו סטרעס.
חלילה!
נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
פארוואס חלילה, תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך. און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסע אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות, ”מהנוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
מען קען זאגן וואס מען וויל, אבער עס איז שרעקעדיג! די טייטש פון סליחות ברענגט מיר זארג, ווי אויך די טייטש פון די תפלות אין ימים נוראים (ונתנה תוקף וכדו'), ווען מען האט אינזין אביסל פי' המלות פון די סליחות ווערט מען פיין דערשראקן. "אולי מיסורין יחבא"..... מען זעהט קלאר אז די פייטנים האבן אויך געציטערט פון די טעג.
וואס הייסט? אוודאי דארף אנכאפן א פחד און א שרעק ווען עס קומט די יום הדין - כי הוא נורא ואיום! וחיל ורעדה יאחזין, מ'שרייט אפ מי יחיה ומי ימות, וכו', די איינציגסטע עצה איז תשובה ותפילה וצדקה, עס איז נישט קיין סוד דאס אלעס.
סך הכל דארף א מענטש וויסן איך דארף טון מיינס, און דער אויבערשטער איז בכלל נישט קיין בוגי-מען וואס איז דא דיר צו 'כאפן' ביי אן עבירה, יא מיר זענען אלע פיל מיט עבירות, אבער דאך, כלל ישראל איז דאך דאך סאך סאך סאך בעסער ווי די אומות העולם, ב' אונז זעמיר בנים למקום, ג' ודרך תשובה הורית, אז מיט איין אמת'ע טרער ווערט אלעס מכופר.
מ'בלאזט שופר פון אלול נישט ווייל תשובה נעמט צוויי חדשים, נאר ווייל מ'פראבירט אויפצואוועקן דעם מענטש צו תשובה, אויב האט אים שוין אנגעכאפט א פחד פונעם יום הדין, און ער האט באמת חרטה געהאט איז אים שוין אלעס נכפר געווארן - הגם ס'דא עוונות וואס נאר יום הקדוש איז מכפר, איז עס אבער שוין נתלה געווארן, דער מענטש איז מסודר. ער דארף נאר זען טאקע אנצוהאלטן זיין שטאנד אלץ ערליכער איד, דאס איז דאך אבער נישט מעגליך, כי אין צדיק אשר יעשה טוב ולא יחטא, דערפאר טאקע דארף יעדע מענטש כל ימיו זיין בתשובה.
צדיקים האבן געזאגט אז זיי טוען יעדן טאג תשובה אויף די נעכטיגע מצוות, ווייל לויט וויפיל זיי זענען געשטיגן אין די מדריגות זעען זיי אז זייער נעכטיגע עבודה איז נישט געווען גענוג גוט.
אבער אוודאי אז יעדער איד דארף תשובה טון, ווייל כלפי שמיא איז נישטא אזא זאך ווי יוצא זיין דעם חוב, אבער דער אויבערשטער איז א רחום וחנון און ער איז דן יעדע איד לויט זיינע מאגערע מעגליכקייטן, און נאך מיט צדקה ורחמים מיט א שמיץ אריבער, סך הכל ורך תשובה הורית, דער אויבערשטער האט געגעבן א מהלך וויאזוי עס דארף צוגיין, ראש השנה בלאזט מען שופר - יא לעורר לתשובה - דאס איז די טעם המצוה, אבער עס איז א מצוה!
דער אויבערשטער געט אונז חודש תשרי א געוואלד מיט מצוות אז עס זאל איבערוועגן די וואגשאל לטב, עס איז א שמחה, עס איז נישט א גורם פאר סטרעס, די סיבה פאר די מצוות איז נישט א בחינה פון נסיונות צו זען אויב גייסט עס אדורכמאכן - אגב שטייט טאקע אז די עשר נסיונות האט דער אויבערשטער אויך נישט געגעבן אויסצופרואוון אברהם אבינו, נאר אויפצואווייזן! דער אויבערשטער האט געוואוסט ער גייט עס ביישטיין און נאר דערפאר אים עס געגעבן - נחזור לענינינו עס איז נישט א שווערע טעסט, עס איז א טשידינג פעיפער, ס'איז דא א פארכטיגע יום הדין, דער אויבערשטער וויל דיר צושטעלן סניגורים געט ער דיר אסאך מצוות וואס זאלסט מקיים זיין.
אלץ סאטמאר'ער איז מיר הושענא רבא א גרויסע פארכטיגע טאג, באקאנט די משל וואס רבוה"ק זאגן יעדעס יאר איבער די מלך וואס קומט אין שטאט, די משל גייט אז די וואס גייען אנטקעגן די מלך באקומען אלעס גוטס, די וואס עכ פ ווען דער מלך איז אין שטאט קומען זיי, פועל'ן אויך אלעס, אבער איינמאל דער מלך פארט שוין אוועק און דו לויפסט נאך פרעגט מען דיר 'וואו ביזטו געווען ביז יעצט?!' (אבער אז מען זאגט כ'האב עפעס צו זאגן פאר די טובה פונעם קעניג לאזט מען אים צי, דערפאר זאגט מען הושענא למענך אלוקינו). זעסטע דאך אז א גאנצן צייט איז נישט קיין גרויסע גדולה צוצוקומען צום מלך, מ'דארף נישט קיין פראטעקציע, אוודאי קען מען נישט קומען אנגעטון ווי א שלעפער מיט א שאכטל פארבאטענע סחורה אויף זיך, מ'דארף קודם תשובה טון, אבער דער מלך איז מוחל.
יעצט פאר איינער וואס נעמט סטרעס איז זייער שווער צו געבן אן עצה, די בעסטע עצה איז אים צו היילן ער זאל מער נישט נעמען סטרעס בכלל, עס איז נישט קיין געזונטע זאך בכלליות אינעם לעבן. וואס זאל איך זאגן פאר אזא איינעם? אז טו א,ב, און ג, און ביזט מסודר? ס'ארבעט דאך נישט אזוי, א איד דארף אלעמאל זיין א הולך ממדריגה למדריגה, די טאג וואס דו ביזט פערפעקט וויאזוי דו דארפסט זיין הערשט דעמאלט שטארבט מען, אז א מענטש קומט אן צו זיין שלימות האט ער דאך נישט קיין סיבה צו בלייבן לעבן - עס איז סתם א שאד, ער קען אזויפיל פארפאטשקען. די גאנצע עולם הזה איז דומה לפרוזדור, דאס איז נאר א דורכגאנג צום עולם האמת כדי די שכר וואס דער אויבערשטער געט זאל נישט זיין קיין נהמי דכסיפין, א בחינה פון שטיצן א איד בדרך כבוד, א איד א נצרך וואס האט א שטיקל געשעפט, אנשטאט אים געבן א נתינה און אים מאכן שפירן ווי א נצרך, גייט מען קויפן א שמאנצע אים צו קענען שטיצן בדרך כבוד, דער אויבערשטער וויל אונז געבן שכר, די נשמות שעמען זיך צו נעמען, שיקט מען זיי דא אראפ, און זיי רעדן זיך איין אז זיי האבן 'זיך פארדינט' די שכר, איי אלעס איז דער אויבערשטער, אלמלי הקב"ה עוזרו אינו יכול לו, אבער שוין, דאס איז א חסד ה'.
דער אויבערשטער דארף נישט איין ספעציפישע זאך פון יעדע מענטש, סיז נישט אז דער אויבערשטער דארף תורה און דערפאר ווי מער תורה א מענטש לערנט איז ער גרעסער, רחמנא ליבא בעי, דער אויבערשטער דארף די הארץ פון א מענטש, א מענטש זאל אלעמאל אמת'דיג זיין נכנע צום אויבערשטן און זיינע געבאטן, און מיט אן אמת'דיגקייט מיינען דעם באשעפער בכל פרט ופרט ממעשיו ודיבוריו ומחשבותיו.
אוודאי ארבעט עס נישט אז א מענטש דארף גראד זיין א וותרן, זיך מאכן הפקר, און טון אלעס נאר דעם רצון השם יעדע רגע - אבער יעדער דארף חלומ'ן צוצוקומען דערצו, יא, איך ארבעט פאר מיין ברויט, און איך בין פארנומען מיטן טאג 'הלואי' ווען איך קען האבן די צייט, כח, געדולד,נערוון צו זיצן און עוסק זיין בתורה פול טיים! ווייסטו וואס? לאמיר זיך כאטש עטוואס פארבעסערן אין דעם ענין, לערנען מיט מער התמדה, מער ברציפות, נישט פארקנאקן די גמרא ווי נאר מ'ענדיג די שיעור נאר קודם טרעפן נאך איין שיטה אדער פשט, אפשר פארלעשן מיין טעלעפאן בשעת הלימוד, יעדער איינער לפי דרגא דיליה, אבער א מענטש 'טאר' קיינמאל נישט זיין צופרידן. נעם די א קליינע פיצי קבלה, פיר עס אויס, נאך צוויי חדשים וואס עס איז א חלק פון דיין סדר היום גיי צום נעקסטן, א.א.וו.
טא א מענטש וואס נעמט סטרעס וואס זאל איך אים זאגן? ער נעמט סטרעס, ער וויל זיך שוין זען דערנאך, ער איז גרייט צו טון וואס מ'דארף, עס דארף אבער זיין טשיק טשאק, א טובל און ארויס, וואס זאל איך דיר זאגן? סיז א לייפטיים סטראגל, האסט א דשאב? האסט אמאל געזאגט פאר דיין באלעבאס אקעי, קוק אהער, לאמיר היינט ענדיגן די ארבעט פאר די גאנצע חודש? ס'ארבעט נישט אזוי, כל יום יהיה בעינך כחדשים, יעדן טאג איז דא א נייע דשאב, נייע זאכן וואס דארפן געטון ווערן, סארי, קענסטעך נישט טרעפן דערנאך.
אלול בלאזט מען שופר אלץ רימיינדער אז האלא, געדענקסט פאלעקס האט געשריבן אז יעדן טאג דארף מען זוכן זיך צו פארבעסערן? אה, האסט פארגעסן אמת? דאונט ווארי, ער פארגעסט אויך... טווווו! א שופר בלאזט, דערמאן דיר! האלא, דשאסט א פרענדלי רימיינדער... דארפסט גארנישט טון מער ווי דו דארפסט טון א גאנץ יאר, אבער דערמאן דיר אז דו דארפסט בכלל עפעס טון.
מ'הייבט אן סליחות ווייל ביזט שוין אימיון צו די שופר, וועק דיר אויף! נעם קעיר פון זיך, ראש השנה איז א יום טוב, מ'טונקט די עפל אין די האניג פאר א זיס יאר, און מ'מאכט א סעודת יום טוב, ס'איז א פרייליכע טאג! וואס איז? היום תאמצינו! היום תברכינו! היום תגדלינו! היום תשמע שעותינו! יא, היינט איז די טאג וואס דער אויבערשטער געט אונז אלעס!
איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס דער אויבערשטער געט אונז דעם טאג איז תשובה, אבינו מלכינו השיבינו בתשובה שלימה לפניך! רפואות פאר חולים, און נאך א גאנצע ליסטע וואס אונז בעטן! עס איז א פארכטיגע טאג, ווייל עס איז א יום הדין, און מען שטעלט זיך פארן מלך מלכי המלכים, אבער בטוח אני באלה ובזכות שלשת אבות אז דער אויבערשטער גייט מיר פארשרייבן לחיים ולשלום.
מוצאי יום הקדוש שטייט פארוואס קלאפט מען סלח לנו? וואסערע חטאים האט א איד ביי מעריב תיכף נאך נעילה? שטייט מען קלאפט סלח לנו אויף די מחשבה אז אפשר האט מען נישט גע'פועל'ט, א איד דארף תמיד בשמחה זיין.און וואוסן אז דער אויבערשטער איז א רוצה בתשובה, כי לא תחפוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחיה, ער זוכט דיר נישט צו כאפן.
נאר די וועג וויאזוי אסאך אידן נעמען היינט צוטאג סטרעס איז די גורם.
פארוואס חלילה, תלוי ועלכער מלמד, א מלמד וואס ווייסט אויך צו אריינלייגן די געשמאקע חלקים פון די ימים טובים, לדוגמא מדגיש זיין די קיטל ווייל אונז זענען זיכער דער גוטער באשעפער וועט אונז געבן א גוט יאר, העלפט אסאך. און אז דער מלמד לייגט אראפ מיט שווארצע קאלערס די שווארצע מלאכים, און די גרויסע פחד, און מען שמייסע אויף יעדע ריר, איז נישט די ריכטיגע וועג, פאר אונזער דור.
ימים "נוראים" - "פארכטיגע" טעג.
פארכטיג קען אויך זיין מיט יראת הרוממות, ”מהנוראהמקום הזה... וזה שער השמים.
מען קען זאגן וואס מען וויל, אבער עס איז שרעקעדיג! די טייטש פון סליחות ברענגט מיר זארג, ווי אויך די טייטש פון די תפלות אין ימים נוראים (ונתנה תוקף וכדו'), ווען מען האט אינזין אביסל פי' המלות פון די סליחות ווערט מען פיין דערשראקן. "אולי מיסורין יחבא"..... מען זעהט קלאר אז די פייטנים האבן אויך געציטערט פון די טעג.
רוב זאכן וואס מען מאכט היינט צוטאגס א מצב ביים דאווענען זענען נישט קיין עיקר למשל ונתנה תוקף איז א שטיקל יוצר גארנישט אנדערש פון שבת שקלים די לאנגע שטיקל פאר נקדישך... מען רעדט דארט וועגן די גרויסקייט פונעם טאג און אז אפילו די מלאכים ציטערן און מען איז דן כל באי עולם ותשובה ותפילה וצדקה... און דאן גייט מען צירוק צום ענין (די גאנצע יוצר פון מיסוד חכמים איז א הכנה צו נקדישך) "ואתה הוא מלך...!!!" דרי מעלה עם דרי מטה... נקדישך... כנועם שיח סוד שרפי קודש...
די נושא איז בכלל נישט ווי שרעקעדיג די טאג איז און עס איז סך־הכל א שטיקל יוצר.
אפשר לייג זיך אינגאנצן אריין אין הענט פון באשעפער ער זאל דיר פירן, אפילו תשובה טון זאל ער דיר צוהעלפן. איך טראכט אויך אז גאר אסאך מאל קומט די סטרעס פון פילן אז כדי צו זיין אן ערליכע איד דארף מען 24\7 טראכטן און זיך מצמצם זיין צו טון דעם רצון ה', און עס איז ברור אז עס איז נישט אזוי, נאר דער באשעפער וויל מיר זאלן אים דינען פון אונזער נארמאלע לייף סטייל.
אין די נארמאלע לייף סטייל איז 7/24 אריינגעווייערט אופנים וויאזוי צו טון דעם רצון ה'.
יש צמצום ויש צמצום. והחילוק ביניהם, אז איין מין צומצום איז "מיט מיינע מחשבות גיי איך יעצט ארויס פון מיין לייף סטייל, און איך זוך עפעס אינדרויסן פון ארום מיר צו טון די רצון השי"ת". סאו, אויב איך גיי אויפן גאס און איך זעה א שיינעם הימל, מיט שיינע ביימער, די זוהן ווארעמט מיר מיט אירע שטראלן, און אלעס איז פרייליך, דארף איך יעצט ארויסגיין פון מיין ארום, און זוכן עפעס אינדרויסן פון מיר צו טון די רצון השי"ת. און בעיקר "איך בין מיך יעצט מצמצם. און פילן אגאנצן צייט: עכט וויל איך נישט, נאר איך צווינג מיך. עס איז מיר טאקע שווער, אבער איך טו די רצון השי"ת. איך האב מסירת נפש.
און די אנדערע אופן איז "די רצון השי"ת איז אז איך זאל זען זיין וואונדער, און פילן זיין חסד" און מיין כוח פון צמצום געט מען מיר פון הימעל א מתנה זיך מדבק זיין צו השי"ת. ס'איז מיר א זכי'. איך וויל דאס. איך האב עס ליב. איך בין מיך מוסר צו השי"ת אגאנצן צייט, ווייל דאס וויל מיין חלק אלוק ממעל. און איך בין מיך מער און מער מצמצם צו טרעפן די מתנות און די שפע וואס מ'געט מיך פון הימעל. צו טרעפן די רצון השי"ת וואס איז ממש דא אריינגעווייערט.
די שאלה איז וויפל דגוש מען לייגט אויף יעדע פון זיי, בפרט פאר יונגע הערצעלעך און נשמה’לעך.
ב"ה
און קען זיין אז מ'דארף ארויסווייזן סך מער ליבליכקייט און סך מער שמייכלען הארציג צו יונגע הערצעלעך און נשמה'לעך. מוז נישט זיין אז ס'האט מיט שילדערן די שווארצע מלאכים. און די גרויסע פחד. קען זיין אז ווייל מ'איז פארנומען מיט די טעלעפאון אדער מיט די טעבלעט און פאר א טובה געט מען אזא שנעלע שמייכל צום קליינעם "צדיק'ל וואס איז שעפעלע" אז ער זאל זיין שטיל פאר די נעקסטע שעה. מוז נישט זיין אז ס'האט מיט די שילדערונג פון שווארצע מלאכים און ווייסע מלאכים. קען זיין אז ס'האט ווייל ס'פעלט הארץ, ס'פעלט נאנטקייט. אין א אייז קאלטע אומוטיגע ענווייראנמענט פילט זיך דאס קינד. האט נישט צו טון מיט די וועג וויאזוי מ'האט אראפגעלייגט ראש השנה און יום כיפור.
איינער האט א אנגעלייגטע קרעדיט קארד מיט הונדערטער טויזענטער דאלער ביטערע חובות, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן, ער קען נישט קאווערן די חודש און דרייט זיך ארום מיט א זויערע פנים, קומט צו איהם איינע און זאגט איהם, שטרענג דיך אביסעלע אהן פאר צוויי דריי וואכן און באקומסט א קלין אקאונט! זירא בעלענס! אונז האבן זייער א העווי בעלענס, עס קען אפעקטן דיין געזונט, דיין ווייב אדער קינדערס געזונט ח"ו, אזוי אויך די נחת פון די קינדער און די פרנסה, זאגט די הייליגע טאטע, כ'האב פאר דיר א דיעל, שטרענג דיך א קליין ביסעלע אהן, און איך וועל דיר געבן א קלין בעלענס! איך וואלט מיך אנגעכאפט מיט אלע כוחות אויף דעם פאר א יעדע קאסט!
זייער א שיינע משל.
שטעלט אייך אבער פאר אז יענער זאגט אים, שטרענג דיך אן די נעקסטע צווי דריי וואכן וכו' אבער ער זאגט אים נישט פונקטליך וואס ער דארף צו טון אין די צוויי וואכן כדי אפצוווישן די חובות.
די סטרעס וואס דער בעל חוב גייט האבן אין אט די צוויי גורלדיגע וואכן, קען זיך יעדער פארשטעלן. ער ווייסט אז ער האט א געלעגנהייט פטור צו ווערן איינמאל פאר אלעמאל פון זיינע חובות און פראבלעמען, אבער ער האט נישט קיין אנונג וואס ער ברויך טון, און ביני לביני פליט די מסוגלדיגע צוויי וואכן אדורך.
אט דאס איז די סטרעס וואס אסאך אידן פילן אין די גרויסע פארכטיגע טעג. מ'ווייסט אז מ'האט א געלעגנהייט אפצוווישן די חובות און זיך איבערבאטן מיט'ן טאטן אין הימל, אבער מ'ווייסט נישט וואס מ'ברויך טון דאס צו דערגרייכן.