די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמואל גימל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 7:37 pm

די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל גימל »

שלום וברכה

געווען איז עס א קילע פרימארגן, איך האב ברוך השם מצליח געווען מנצח זיין די מערכה און אויפשטיין באצייטענס, די מקווה - איז געלונגען, די קאווע - גענוג הייס, די בית הכבוד - איז געווען אוועיליבעל אן דארפן האקן טירן און פארלעשן לעקטער'ס... בקיצור א פרימארגן ווי א פידעלע...

נאך אזא גלאטע הכנה, פארשטייטצעך קומט א דערהויבענעם שחרית... מען זעצט זיך אויף א פיינעם פלאץ, מיט די 'גוטע' בענקלעך, א אומ'צוריסענע סידור אויך געכאפט, און שוין אריינגעווישט אפאר טישו'ס אונטער אים, על כל צרה שלא תבוא...

יעצט קען מען רואיג לייגן טלית ותפלין, און אנהייבן זוכען איינער מזכה צו זיין מיט זאגן אמן אויף מיינע ברכות השחר... (לכתחילה - איינער וואס יאגט זיך יעצט אנצוטון טו"ת...)

גע'קרבנות'ט גע'הודו'ט, ווען נעבן מיר - ביים עק טישל - שטופט זיך אריין א טלית בייטעלע מיט אויפפאלנדע קאלירן, צווישן ליכטיג גרוי און ציכטיג גרין... מיט העל רויטע בוכשטאבן אין א מיטל מזרח'ישן פאנט... איך בין מפסיק א מינוט פון מיין התלהבות, און כאפ א בליק ארועס פונעם טלית שפאלט, איך באמערק א באלעבאטישן יונגערמאן, מיט די לעיטעסט שטייל ברילינקעס... און א שיינעם העל גרויען אנצוג... מיטן היטל ברעגעס געבויגן כלפי שמיא... און דאס בערדל גלאנצט צום לאמפ...

דער גאליציאנע נייגער לויפט ארויף אין וואליום... איך "מוז" וואוסן וואס זיין נאמען איז... אבער שוין... מה נעשה?! זיין סטיליש סידור'ל פארשטעלט זיין שם שנכנס בו בברית... איך טראכט אפשר ביים ארויסנעמען דאס רש"י בייטעלע, וועט דאס סידור'ל זיך אראפ גליטשן און דאס נאמען זיך אנטפלעקן... אבער מיט א פאכמאנישקייט האט ער דאס אויך באוואוזן צו פארמיידן...

מען האלט שוין ביי 'אז ישיר' און זיין נאמען איז מיר נאך פארהוילן... אוי... ייסורי הנפש... דער המשך דאווענען איז שוין חא-דא-רא-רם... דער נייגער פלאקערט און ברענט...

בזכות אבותי הקדושים, ביי 'אשרי-ובא לציון' איז געקומען דער ישועה... טוישענדיג צו רבנו תם תפלין האט זיך זיין נאמען נתגלה געווארן: ויתקרא שמו.. גדליה מייזעלס! שוין א סימפעל נאמען... בכלל נישט אינטרעסאנט...איך וואונדער זיך אליינס וואס איז בכלל די תאוה צו דערשנאפן יענעמ'ס נאמען...

שוין - זאל זיין גדלי' מייזעלס.

יענעם נאכמיטאג, זיך איך מיר געמיטליך אין היכל התורה, מיט מיין ארסקרול און טיי-מיט-ספלענדא צו דער זייט, און האלב לערנענדיג האלב קלאצענדיג וחוזר חלילה רוקט זיך דעם זייגערל... פלוצלינג זע איך מיין הוט קומט צו פארן פארנט פון מיין גמרא... וואס גייט פאר?!

איך זע א אינגערמאן מיט א ריפס,ברייטן קאפעלוטש, ערנסטן פנים, טיפע אויגן, שווארצע גלעזער, און רויטן קמץ בערדל, קומט צוגיין מיט זיין ריזזיגן שולחן ערוך הלכות ריבית און נאך גרעסערן טור... און ווישט עס ארויף אויפן טיש...

מיטן לעצטן אטעם כאפ איך מיין טיי, איידער מיין הויזן ווערט נאס, און מיינע פוס ווערן אפגעקאכט לעבעדיגערהייט... איך כאפ א בליק אויף דעם רויטן אינגערמאן - אבער ער איז נישט דאהי, זיין קאפ איז טיף אין א ש"ך און קס"ח... שוין אוודאי באמערקט ער נישט וואס פליעט (תרתי משמע...), שוין הלוואי אויף מיר געזאגט, אזא דביקות בתורה...

דער זעצט זיך, און נעמט זיך טראסקענען שטיקער בקול רם... (אגב ס'האט מיר גוט גוט נערווירט...) איך מוז שוין וואוסן זיין נאמען.... כ'מיין וואס קען עס שוין זיין אשכנזי/טייטלבוים/פאנעט... אבער מיין מח וועבט שוין פלענער עס צו דערשנאפן... אבער זיין הוט טראגט ער דאך, זיין שולחן ערוך איז דאך דעם ביהמ"ד'ס...

וועל איך בלייבן נייגעריג?! נעע נישט ביי אונז אין גאליציע...

וחסד השם מעולם ועד עולם... דער האט אראפגעלאזט זיין היטל אויפן שו"ע, און ארויסגעגאנגען (מיט א ע')... איך כאפ שנעל דעם געלעגנהייט, און שטילערהייט הייב איך עס אויף פונעם עק... און דער סטיקערל אנטפלעקט זיך ברוב פאר והדר: ג. מייזליש 9174541770 ווא"וו יעצט קען איך אטעמען...

שפאצירענדיג אהיים, בליצן אויף די צוויי געשיכטע'ס אין מיין מוח... צוויי מעשה'ס, איין מאדנע נייגער... אבער די ביידע נעמען "קלינגען ענליך"... גדלי' מייזעלס/ג. מייזליש...

וואס גייט דא פאר?!?! מייזעלס!! מייזליש!! איז עס צוויי נעמען?! איז עס איין נאמען...
דער וואס גייט א דריי-פערטל-ראק, מיט א שטאפענס, שיינע ברילן, און א לעדערנעם טלית בייטעל - איז עס גורס "מייזעלס"...
און דער וואס גייט שיפע טאשן, ברייטע קאפעלוטש, פערטל שוך, און מתיבתא גלעזער - איז גורס מייזליש... ?!?!

וואס גייט זיין אויב א "מייזעלס" - ווערט מער חרדי'ש, און טוט זיך אן א גלאטע שווארצן רעקל און פשוט'ע ברילן - ווערט ער א "מייזליש"?!
און אויב א "מייזליש" - קויפט זיך מער שענערע גלעזער, און שפיציגע שוך - מעג ער זיך שוין רופן "מייזעלס"?!

חברה - לאמיר אייך מגלה זיין א סוד!! קענסט האלטן א סוד?! דאן קענסטו ווייטער ליינען...

ביידע זענען נישט ריכטיג!! סיי צד "מייזעלס" און סיי צד "מייזליש".... נאר וואס דען?! "מייזעלעס"!! (מיט 2 עין'ס)...

והמקור: וואס איז די רמ"א'ס נאמען? איסערל'ס! מסכים?! יעצט קוק אריין אין שער בלאט פון משנה ברורה: רבנו משה "איסרליש"... קוק אויך ביי באר הגולה: רבנו משה "רבקש"...
יעצט נעם א גמרא קוק ביי מהרש"א: רבנו משה "אידליש"... וויאזוי ווייסן אונז הייסט דער מהרש"א?! "איידעלעס"...

וואס גייט דא פאר?! סמ"ך שי"ן?!

לאמיר אייך אויפקלערן: אין אלט אידיש , שרייבט מען א שין (שמאלית) אנשטאט א סמך... גיי קוק אין דיין מאמע'ס צאינה וראינה, און אין דיין זיידע'ס פעטרושקא משניות...
איידעל'ס זון - האט מען גערופן "איידעל'עס" = און געשריבן "איידל'ש".
מייזעל'ס זון - האט מען גערופן "מייזעל'עס" = און געשריבן "מייזל'ש".

והוא הדין לאיסער'ל מייטעל ורבקה...

הנוגע לענין מייזעלס/מייזליש, זענען ביידע פארדרייעט....

ווער האט אפגעמאכט אז די באלאבאטישע - גייען מיט די קרי, און די רבני'שע גייען מיט די כתיב (נאר די שטרעכל איז געווארן א י')... איין גאט ווייסט...

#דאס איז פון מיינע רייכע ארכיוון, כ'האף איר האט הנאה...
איוואן דער גרויזאמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 07, 2020 2:52 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער גרויזאמער »

מ'דארף זיך נישט זארגן?
אוועטאר
ארטיסטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 13, 2024 2:37 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטיסטיש »

אט אזוי! איין גאט ווייסט...

#פיין אראפגעשריבן!
אוועטאר
סאדיגורה
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 01, 2023 10:15 am

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדיגורה »

שמואל גימל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 8:53 pm

ס'קאסט א שמייכל...
פון סאדיגורה אין אוקריינא ביז סאדיגורה אין בני ברק ציעט זיך די גאלדענע הנהגה בתפארתה!!
אוועטאר
בן איש חי
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 19, 2020 5:43 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן איש חי »

גוט!
אוועטאר
ברוכ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 690
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 07, 2024 5:37 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוכ'ל »

הערליך שיין אראפגעלייגט מיט א רייכע שפראך

יישר כח פארן מהנה זיין!
אוועטאר
בקשר
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 04, 2024 2:41 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקשר »

שיינע התחלה - ברענג נאך
אקעי ביי.. וועלן מיר זיין בקשר שפעטער..
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 19503
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

נאכנישט געליינט, קוקט אויס פיין. אבער פאר די קעפל אליינס נאדיר א
צולייגער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4058
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע:ערגעצוואו

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ויש גורסים מ**זל*ש.
געשטימט פאר ראשעק הול
גאלדגרוב
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm
לאקאציע:אפסטעיט ניו יארק

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדגרוב »

וואס מיינט אבער מייזל. איז עס א ערשטע נאמען אזוי ווי איידל?
viewtopic.php?t=69291
מיין טאג נסיעה קיין וואשינגטאן די סי
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4175
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

זייער גוט געשריבן.
אבער מיט איין בילד פון רבי ישעי'לע קענסטו פטור ווערן פונעם גאנצן פראבלעם.
אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

אייזן!!!!

(אבער מיין פאון נאמבער האסטו נישט געדארפט ארויסלייגן)

ואגב, איז שוין היינט דא אסאך רעבישע מייזעלס
(משפ' ר' נתן יוסף מייזעלס ז''ל, תלמידי חכמים, גייען שוין אויכעט ריפסן וכו')
אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 11:17 am

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יעקל »

הערליך שיין און פליסיג געשריבן, און א דיפרענט טאפיק!

שכח פארן מהנה זיין.
קודש!!!
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 22, 2024 6:05 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קודש!!! »

זאג די אמת די ביסט מיט א ס אדער מיט א ש?
אין איין ווארט די גייסט נאך געלט אדער די האסט געלט?
מיר זענען הייליג!!!
אוועטאר
בעל מוסף
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 12:14 am

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל מוסף »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:49 pm
אייזן!!!!

(אבער מיין פאון נאמבער האסטו נישט געדארפט ארויסלייגן)

ואגב, איז שוין היינט דא אסאך רעבישע מייזעלס
(משפ' ר' נתן יוסף מייזעלס ז''ל, תלמידי חכמים, גייען שוין אויכעט ריפסן וכו')
דאכט זיך אז ר' נתן יוסף זצ''ל איז געווען א איידעם ביים שאמלוי רב זי''ע
אוועטאר
אבי א נאמען
שר חמש מאות
תגובות: 728
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 28, 2022 11:51 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי א נאמען »

זאפטיג! שטארקע חושים...
אוועטאר
פראפעסאר
שר האלף
תגובות: 1429
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 22, 2023 1:01 am

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר »

געפעלט מיר די הומאר אינעם שפראך..
Letshelpothers האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 8:26 pm
שלות הנפש איז נישט קיין דעיסטינעישן - עס איז דא יעצט.
pop
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

דאכציך אז ביידע שטאמען פון בעל מנורה הטהורה סאיז די זעלבע משפחה
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

ווילסט מיר זאגן אז אלע זענען אייניקלעך פון דעם לאדזשער רב, רבי אליהו חיים מייזל?

העי, וואו איז @כרוספדין
pop
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 13, 2020 8:13 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך pop »

יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:50 pm
ווילסט מיר זאגן אז אלע זענען אייניקלעך פון דעם לאדזשער רב, רבי אליהו חיים מייזל?
אטעטשמענטס
Screenshot 2024-09-12 235243.png
Screenshot 2024-09-12 235243.png (121.13 KiB) געזען 1407 מאל
יצחק אייזיקל
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 14, 2023 10:16 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיקל »

pop האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:54 pm
יצחק אייזיקל האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:50 pm
ווילסט מיר זאגן אז אלע זענען אייניקלעך פון דעם לאדזשער רב, רבי אליהו חיים מייזל?
דער מנורה התורה האט עפעס א שייכות מיט הגרא"ח "מייזל" רב פון לאדזש?
אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6024
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

בעל מוסף האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 11:45 pm
אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:49 pm
אייזן!!!!

(אבער מיין פאון נאמבער האסטו נישט געדארפט ארויסלייגן)

ואגב, איז שוין היינט דא אסאך רעבישע מייזעלס
(משפ' ר' נתן יוסף מייזעלס ז''ל, תלמידי חכמים, גייען שוין אויכעט ריפסן וכו')
דאכט זיך אז ר' נתן יוסף זצ''ל איז געווען א איידעם ביים שאמלוי רב זי''ע
רבי משה יודא בן שימלוי
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
הארזים
שר ששת אלפים
תגובות: 6024
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:49 pm
אייזן!!!!

(אבער מיין פאון נאמבער האסטו נישט געדארפט ארויסלייגן)

ואגב, איז שוין היינט דא אסאך רעבישע מייזעלס
(משפ' ר' נתן יוסף מייזעלס ז''ל, תלמידי חכמים, גייען שוין אויכעט ריפסן וכו')
רבניש נישט רביש.
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אליעזר ווייס
שר האלפיים
תגובות: 2338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: די ריכטיגע אמת, איבער משפחת 'מייזליש'...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

הארזים האט געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2024 1:14 am
אליעזר ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2024 10:49 pm
אייזן!!!!

(אבער מיין פאון נאמבער האסטו נישט געדארפט ארויסלייגן)

ואגב, איז שוין היינט דא אסאך רעבישע מייזעלס
(משפ' ר' נתן יוסף מייזעלס ז''ל, תלמידי חכמים, גייען שוין אויכעט ריפסן וכו')
רבניש נישט רביש.
אבער גייען מיט די רבי'שע טראגע וואס ער דערמאנט דא
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”